בלאט 13 פון 18

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 10:40 am
דורך דער תהלים איד
הגזירה בעיצומה בפועל ממש!

קומענדיגן זונטאג הייבט די צה"ל אן דעם פראצעדור פון רופן די ערשטע 3000 חרדים צום מיליטער

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 11:16 am
דורך שעפטיל
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 10:40 am הגזירה בעיצומה בפועל ממש!

קומענדיגן זונטאג הייבט די צה"ל אן דעם פראצעדור פון רופן די ערשטע 3000 חרדים צום מיליטער
זונטאג איז די טאג וואס די פארשאלטענע מדינה הייבט ב"ה או צוצופאלן

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 10:09 am
דורך דער תהלים איד
0.jpg
0.jpg (323.49 KiB) געזען געווארן 1084 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 7:40 pm
דורך דער תהלים איד
די אפיציעלע ספרד'ישע מועצת קומט ארויס מיט "לא להתייצב"

A.jpg
A.jpg (109.49 KiB) געזען געווארן 1039 מאל
AA.jpg
AA.jpg (236.14 KiB) געזען געווארן 1039 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 9:42 am
דורך דער תהלים איד
אוי, שומו שמים על זאת.

ידיעות אחרונות דעקט אויף וואס עס טוט זיך ליידער אפ, שמד מיט בארד און פיאות.

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 2:37 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
א בליק אויפ'ן שרעקליכן מצב אויפן מינוט, באקומען פון א חבר וואס איז שטארק אויסגעקאכט:


- קומענדיגן זונטאג וועט ארויסגיין ערשטע 1,000 צווי גיוס, גייט נאכפאלגן מיט נאך טויזנט און נאך טויזנט, און פון דארט און ווייטער ביז ווען זיי וועלן אנקומען צו זייערע 3,000

- מ'גייט יעצט שיקן צו בחורים וואס קומען נאך איינס פון די פאלגנדע דריי תנאים: 1) האבן א דרייווערס לייסענס, אדער 2) האבן פארפאסט צוויי פון די לעצטע צה"ל אינספעקציעס אין ישיבה, אדער 3) זיי באקומען א פעי-סטאב ערגעץ (סתירה אויב ארבעטן בין הזמנים ווערט אויך אריינגערעכנט, אבער אן איינמאליגע סטאב ווערט זיכער נישט גערעכנט)

- די לעצטע 2 סעיפים גייען מאכן אסאך פראבלעמען. קודם, אסאך בחורים פארפאסן די אינספעקציעס, ווי ר' שמעון האט שוין געשריבן, אויך איז דא בחורים וואס האבן פעי-סטאבס, ווייל ס'האט זיך אזוי געלוינט פאר זייערע עלטערן. - סזענען דא געוויסע קריטעריעס ווען דער צה"ל האט געלאזט א בן ישיבה ארבעטן און נאך אלץ בלייבן 'תורתו אומנתו'.

- [ס'גייט נישט העלפן צו גיין יעצט טענה'ן אז עכט איז ער יא א בן ישיבה וכדו', ווייל טעכניש איז נישטא יעצט קיין לעגאלע פטור פון בן ישיבה. די שאלה איז יעצט נאר פאר וועמען צה"ל גייט שיקן א צו גיוס, און דער וואס באקומט א צו גיוס איז שוין פארפלאנטערט. דאס מיינט אז ווער ס'האט נעכטן געארבעט לעגאל, קען היינט באקומען א צו גיוס, און וועט נישט האבן קיין וועג זיך ארויסצודרייען]

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 4:00 pm
דורך דער תהלים איד
גזירת גיוס בפועל.

"מיטב" (די צה"ל רעקרוטירונג אפיס) האט ארויסגעשיקט טעקסט מעסעדזשעס אויף די סעלפאן'ס פון אלע בחורים וואס האבן זייטיגע ארבייט וכדו', וואו זיי ווערן גערופן זיך צו שטעלן אין מיליטער רח"ל.

וויפיל פון די 1,000 היינטיגע גערופענע גייען דורכפאלן ר"ל? ווער ווייסט!!! :oops: :oops: :oops:


0.jpg
0.jpg (97.41 KiB) געזען געווארן 894 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 5:32 pm
דורך עדיטאריעל
גולדקנוף און בן גביר באזוכן די מורשטירונגען קלאסן פון חסידי גר

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 11:06 pm
דורך דעת קדשי
עדיטאריעל האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:32 pm גולדקנוף און בן גביר באזוכן די מורשטירונגען קלאסן פון חסידי גר
מה זה? מרצונם הטוב?
נאך פאר די גזירה? ווי לאנג גייט דעיס שוין אן?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 8:49 am
דורך אנדערער
דעת קדשי האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 11:06 pm
עדיטאריעל האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 5:32 pm גולדקנוף און בן גביר באזוכן די מורשטירונגען קלאסן פון חסידי גר
מה זה? מרצונם הטוב?
נאך פאר די גזירה? ווי לאנג גייט דעיס שוין אן?
שייכות מיט גיוס ביי ישיבות?

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 4:10 pm
דורך דער תהלים איד
לויט ווי ס'קוקט אויס ביזדערווייל, האבן די חברה זיך באנוצט מיט די "סעלפאן נומערן" צו באשליסן וועלכע בחור צו רופן, און ווער עס האט א נישט-כשר'ע נומער, דער האט באקומען א צו גיוס!

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 4:12 pm
דורך דאפלטער
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 4:10 pm לויט ווי ס'קוקט אויס ביזדערווייל, האבן די חברה זיך באנוצט מיט די "סעלפאן נומערן" צו באשליסן וועלכע בחור צו רופן, און ווער עס האט א נישט-כשר'ע נומער, דער האט באקומען א צו גיוס!
שיק אריין צו השומרים...

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 6:49 pm
דורך Joel
תלמיד שגלה גולה הרב עמו • האד' מסלאנים פאר תלמידי ישיבתו אין שאטן פון גזירת הגיוס "איך וועל מיטגיין מיט ענק אין תפיסה"
https://www.bechatzros.com/post/547456734

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 4:05 pm
דורך דער תהלים איד
ווי הר"ר שמעון שישא פון מרכז עזרה ויעוץ גיבט איבער, קומען פאר ממש טעגליכע זיצונגען אין בי"ד פון די עדה החרדית, צו דן זיין וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די "הונדעטער" ווענדונגען פון בחורים וואס באקומען צווי גיוס און זיי מוזן זיך אפיציעל רעקרוטירן צום שמעלצטאפ רח"ל.

צווישן אנדערן גייט געעפנט ווערן ברייטערע אפיסעס מטעם המרכז ספעציעל פאר די ספרד'ישע בחורים און אינגעלייט צו באגלייטן זייערע שווערע קעיסעס, און די זעלבע ארבעט מען מיט ליובאוויטש אויך, וואו ס'איז אויך דא יעצט א ריזיגע ליסטע פון עכטע ברענענדיגע און שווערע קעיסעס.

דער צענטראלער אפיס אין ירושלים איז יעצט יעדע נאכט איבערגעשטאפט מיט דערשראקענע בחורים און אינגעלייט פון אלע קרייזן:
IMG_2605.jpg
IMG_2605.jpg (329.91 KiB) געזען געווארן 638 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 25, 2024 9:19 am
דורך דער תהלים איד
נעכטן איז געווען א פרייליכע מסיבת לחיים אין שטוב פון א ליובאוויטשער אינגערמאן וואס איז ליידער געזיצן אין טורמע א חודש צייט! אדאנק די חב"ד הסכם מיט די מדינה אז די בחורים גייען אין מיליטער נאכ'ן לערנען אפאר יאר אין ישיבה. מרכז עזרה ויעוץ האט אסאך געארבעט פאר אים ביז ער איז ב"ה באפרייט געווארן אן דארפן דערנאך גיין אין מיליטער ח"ו.

ער האט דארט דערציילט איבער חברים וואס ער האט געטראפן אין טורמע, בחורים וואס זענען ליידער געגאנגען אין מיליטער נאך די שמחת תורה אטאקע, אבער זענען אנטלאפן נאכ'ן זען אז מען נוצט זיי אויף נארישע דזשאבס... זיי האבן נעבעך געמיינט אז א טאג נאכ'ן זיך רעקרוטירן גייען זיי באקומען א רעוואלווער און אויסשיסן אלע אראבער.... :oops:




IMG-20240725-WA0045.jpg
IMG-20240725-WA0045.jpg (255.54 KiB) געזען געווארן 579 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 8:28 am
דורך דער תהלים איד
פון "מרכז עזרה ויעוץ" איז ארויס א בקשה מ'זאל מתפלל זיין פאר עטליכע וואס זענען ארעסטירט געווארן לאור המצב און שמאכטן ליידער יעצט אין טורמע:

הב' דוד טיאר (שם אמו לא ידוע לנו), א 20 יעריגער ספרדישער בחור פון טברי' וואס האט זיך נישט געהאט מסדר געווען מיט'ן לשכת הגיוס און איז ארויסגעפארן פון לאנד, יעצט צוריקקומענדיג איז ער ארעסטירט געווארן אין לופטפעלד הארט פאר שבת, ר' שמעון שישא האט נאך עספיעט אים צו צוגרייטן ער זאל וויסן וואס ער האט האט צוטון במשך דעם שבת ביי די אויספארשונגען, און יעצט איז ערווארטעט זיין משפט, נא להתפלל לשחרורו במהרה

הב' מרדכי שלמה (נעדכן שם אמו אי"ה), א חסיד'ישער בחור וואס איז נאכנישט אנגעקומען צו ענדיגן מסדר צו זיין א פטור וכדו', מ'האט אים אויך ארעסטירט אין לופטפעלד, מ'האט שוין געארבעט אויף זיין קעיס און מ'האט שוין אביסל פארגרינגערט, און מ'האפט אז אויף די וואך וועט ער באפרייט ווערן בעז"ה

האברך נחמן חרוש

האברך יודא מקש

ועוד אשר לא נקבו בשמות, היושבים במאסר הציוני המקום ירחם עליהם ויוציאם במהרה

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 11:32 am
דורך דער תהלים איד
א פרישע רוף פון מרכז עזרה ויעוץ, מתפלל צו זיין פאר די וואס שמאכטן יעצט אין טורמע וועגן די אקטיווע גזירת גיוס:

יהודה שלום בן סלין (למשפחת נקש)
נחמן בן יפעת רויזא (למשפחת חרוש)
דוד בן שרה
לירון בן פלורינה

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 7:38 pm
דורך Joel
פרישע קול קורא מבית דין הגדול שבירושלים וברשם מרן מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט”א לאור המצב הנורא: יעדער זאָל ראַטעווען בחורים
unnamed (87).jpg
unnamed (87).jpg (344.4 KiB) געזען געווארן 399 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 8:45 pm
דורך שמח
ספדי תורה כי חוללה תפארתך"


כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק באשטימען: יהדות החרדית אין ארה"ק וועט קומענדיגן דינסטאָג איינרייסן רחמי שמים מיט אמירת "תיקון חצות" לביטול רוע "גזירת הגיוס"


רופן דעם ציבור צו תפילה ומלחמה צו שטיין על המשמר און נישט פאַלן בעת נסיון אינעם שעת השמד
1000328124.jpg
1000328124.jpg (412.03 KiB) געזען געווארן 383 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 8:45 pm
דורך שמח
Joel האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 7:38 pm פרישע קול קורא מבית דין הגדול שבירושלים וברשם מרן מרן פוסק הדור גאב"ד ירושלים מרא דארעא קדישא שליט”א לאור המצב הנורא: יעדער זאָל ראַטעווען בחורים
unnamed (87).jpg
https://portal.tzedakah.live/donate/merkazezru

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 1:53 pm
דורך דער תהלים איד
הנה זה בא!

דעם זונטאג געפאלט דער ערשטער טאג ווען די ערשטע פון די נייע "צוי גיוס" הייבן אן ווערן פעליג זיך צו דארפן שטעלן צו אן "התחלת חיול" ח"ו, רח"ל.

היינט איז דער שליח הביד"ץ ר' שמעון שישא שליט"א פון מרעז עזרה ויעוץ ארויף צו בי"ד, און אויפגעברענגט א פלאן מ'זאל אראנדזשירן אז אינגעלייט זאלן ארויסגיין צו תל השומר מוחה זיין, און נישט לאזן מגייס זיין קיין שום שומר תורה ומצוות ח"ו.
IMG_2507.JPG
IMG_2507.JPG (167.04 KiB) געזען געווארן 341 מאל

בי"ד האט דן געווען און באשטימט למעשה אז דאס זאל טאקע ווערן אפיציעל דערקלערט, און ס'איז גלייך אויפ'ן פלאץ ארויס אן אפיציעלער קול קורא פון בי"ד:
לעצור בעד המשחית - גיוס תמוז פ''ד.jpg
לעצור בעד המשחית - גיוס תמוז פ''ד.jpg (222.67 KiB) געזען געווארן 341 מאל

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 2:11 pm
דורך דער תהלים איד
המשנה ליועמ״שית גיל לימון למשרד הביטחון: אין להמשיך בגיוס חרדים שעובדים תוך התעלמות מאלו שלומדים. יש לשלוח צווים גם למי שלומד ולא עובד.

המאמץ לגיוס חרדים: בהקלטה שהגיע ל׳ויינט׳ נשמע אחד מנציגי מנהלת החרדים כשהוא פונה לגורם בישיבה בירושלים בהצעה לשלוח משתמטים מגיוס לכנס שנערך אמש בתל אביב ורומז למתן הקלות בעונש לאותם משתמטים - ״השבוע הזה נפתח חלון הזדמנויות, ואנחנו צריכים שיתוף פעולה מצד המשתמטים כדי שנוכל לבוא מול התביעה״. על החשש שיעצרו בכנס השיב הנציג ״שיגיעו בלי תעודות זהות ולא יזדהו״.

(סארי אז כהאב נישט יעצט די צייט צו איבערזעצן)

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 2:25 pm
דורך לעבער מיט שוואמען
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 1:53 pm הנה זה בא!

דעם זונטאג געפאלט דער ערשטער טאג ווען די ערשטע פון די נייע "צוי גיוס" הייבן אן ווערן פעליג זיך צו דארפן שטעלן צו אן "התחלת חיול" ח"ו, רח"ל.

היינט איז דער שליח הביד"ץ ר' שמעון שישא שליט"א פון מרעז עזרה ויעוץ ארויף צו בי"ד, און אויפגעברענגט א פלאן מ'זאל אראנדזשירן אז אינגעלייט זאלן ארויסגיין צו תל השומר מוחה זיין, און נישט לאזן מגייס זיין קיין שום שומר תורה ומצוות ח"ו.

IMG_2507.JPG


בי"ד האט דן געווען און באשטימט למעשה אז דאס זאל טאקע ווערן אפיציעל דערקלערט, און ס'איז גלייך אויפ'ן פלאץ ארויס אן אפיציעלער קול קורא פון בי"ד:

לעצור בעד המשחית - גיוס תמוז פ''ד.jpg
שוין אפאר יאר איז דא אינגעלייט וואס שטייען ביים לשכת הגיוס און זענען מוחה און פראבירן צוריקצוהאלטן בחורים

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 4:32 pm
דורך ציבורא
לעבער מיט שוואמען האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 2:25 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 1:53 pm הנה זה בא!

דעם זונטאג געפאלט דער ערשטער טאג ווען די ערשטע פון די נייע "צוי גיוס" הייבן אן ווערן פעליג זיך צו דארפן שטעלן צו אן "התחלת חיול" ח"ו, רח"ל.

היינט איז דער שליח הביד"ץ ר' שמעון שישא שליט"א פון מרעז עזרה ויעוץ ארויף צו בי"ד, און אויפגעברענגט א פלאן מ'זאל אראנדזשירן אז אינגעלייט זאלן ארויסגיין צו תל השומר מוחה זיין, און נישט לאזן מגייס זיין קיין שום שומר תורה ומצוות ח"ו.

IMG_2507.JPG


בי"ד האט דן געווען און באשטימט למעשה אז דאס זאל טאקע ווערן אפיציעל דערקלערט, און ס'איז גלייך אויפ'ן פלאץ ארויס אן אפיציעלער קול קורא פון בי"ד:

לעצור בעד המשחית - גיוס תמוז פ''ד.jpg
שוין אפאר יאר איז דא אינגעלייט וואס שטייען ביים לשכת הגיוס און זנען מוחה און פראבירן צוריקצוהאלטן בחורים
זעט אויס אז ביז יעצט איז עס נישט געווען מטעם הבד"צ

Re: גיוס בני ישיבות

געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 9:46 am
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2024 11:32 am א פרישע רוף פון מרכז עזרה ויעוץ, מתפלל צו זיין פאר די וואס שמאכטן יעצט אין טורמע וועגן די אקטיווע גזירת גיוס:

יהודה שלום בן סלין (למשפחת נקש)
נחמן בן יפעת רויזא (למשפחת חרוש)
דוד בן שרה
לירון בן פלורינה

אין די יעצטיגע מינוט'ן טרעט אויף דער לויער פון מרכז עזרה ויעוץ פאר 2 פון די בחורים.

ויה"ר שיצליח לשחרורם.