"למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@העלאו בעלאו שטייטלעך.

דו און דיינע 5 חברים האבן געקויפט סמארטפאונס נאר צוליב וועיז, און יעצט גייען ענק אויפגעבן דעם סמארטפאון?
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 349

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:09 pm @העלאו בעלאו שטייטלעך.

דו און דיינע 5 חברים האבן געקויפט סמארטפאונס נאר צוליב וועיז, און יעצט גייען ענק אויפגעבן דעם סמארטפאון?
דאס איז געווען מיין פוינט?

דו האסט געשריגן אז קיינער גייט זיך נישט אפהאלטן צו קויפן א ספ צילוב א געברויך פאר וועיז האב איך דיר געפרופט אז יא.

אשאד דיין טריפן דא אויף מיר לעטס פאקוס אם די פוינט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואס שרייסטו? בארואיגט אייך. יא דאס איז געווען דיין פוינט.

מיין פוינט איז, אז איינער וואס קויפט א סמארטפאון "נאר צוליב דעם", איז פשוט וברור ומובן אז אן דעם וואלט ער עס געקויפט א חודש שפעטער "נאר צוליב עפעס אנדערש".

חוץ אויב למעשה גייט אויך לאזן אריינלייגן אין בעיסיק פאונס אלע "עפעס אנדערש"ס.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

זייער זייער אסאך אידן האבן געקויפט א מהדרין GPS און מיט די צייט איז עס געווארן א פול פלעדזש ס"פ

AUTOWAYS איז זייער שווער צו ניצן פאר רוב מענטשן, מהדרין GPS איז א חורבן, אבער די פשוטע אינגערמאן וואס דינגט א אלטע קארעלע האט נישט קיין שום וועג צו פארן אויפן דרך המלך.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:35 pm זייער זייער אסאך אידן האבן געקויפט א מהדרין GPS און מיט די צייט איז עס געווארן א פול פלעדזש ס"פ
זייער אמת. מהדרין GPS האט נישט געברענגט קיין גוטס. איך האב עס אויך געזען ביי א חבר.

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:35 pm AUTOWAYS איז זייער שווער צו ניצן פאר רוב מענטשן, מהדרין GPS איז א חורבן, אבער די פשוטע אינגערמאן וואס דינגט א אלטע קארעלע האט נישט קיין שום וועג צו פארן אויפן דרך המלך.
פארוואס איז אויטאוועיז שווער?
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך יאנטשי »

ווי @עסקן נמרץ זאגט, וועיז איז היינט א וויכטיגע זאך פאר רוב מענטשן מיט א קאר, סתם שפעטן און לצנות מאכן העלפט נישט ארויס די פאקט אז אינגעלייט (פלעגן) קויפן סמארטפאונס -אדער מהדרין סמארטפאון- אדאנק דעם.

די ועד הקהלות האט איינגעזען אז אפילו עפענען וועיז אויף א פאון נעמט עס ארויס מגדר בעיסיק פאון, זייער חשוב.

-

היינט אז איינער וויל האבן וועיז אן קיין סמארטפאון איז שוין דא גענוג אפציעס, פיג און די אנדערע, טון יעצט קומט למעשה מיט א שטעמפל, עכ"פ איז די פראבלעם שוין לכאורה נישט דא אז אינגעלייט דארפן א סמארטפאונ0ן נאר פאר וועיז.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך יאנטשי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:54 pm
פארוואס איז אויטאוועיז שווער?
עס איז זייער באקוועם אין די אייגענע קאר, ווען מען דארף דינגען א קאר און מען ווייסט נישט צו עס האט בכלל א סקרין, אפשר איז די דשעק פונקט צובראכן וכדו' איז שווער זיך צו פארלאזן.
העלאו בעלאו
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 180
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 11:35 pm
Location: Brooklyn
x 349

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך העלאו בעלאו »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:28 pm וואס שרייסטו? בארואיגט אייך. יא דאס איז געווען דיין פוינט.

מיין פוינט איז, אז איינער וואס קויפט א סמארטפאון "נאר צוליב דעם", איז פשוט וברור ומובן אז אן דעם וואלט ער עס געקויפט א חודש שפעטער "נאר צוליב עפעס אנדערש".

חוץ אויב למעשה גייט אויך לאזן אריינלייגן אין בעיסיק פאונס אלע "עפעס אנדערש"ס.
ווייטער ארויסגענומען מיין פוינט פון קאנטעסט.

פארוואס איך שריי ווייל דו זאגסט פאקטן אין די עולם נאמען דהיינו אויב זיי וואלטן געקויפט א ספ פאר וועיז וואלטן זיי זיכער געקויפט א ספ א חודש שפעטער.

די אמת'ע פאקט אז רוב כולל וואולע אינגעלייט טרייען צו זיין וואויל און וועלן לכתחילה פרובירן נישט צו קויפן א ספ ביז עס וועט קומען א נקודה וואס זיי מוזן עס ממש האבן און ביי וועיז איז די פלאץ ווי די נקודה איז ביי רוב עוורידש אינגעלייט.

היתך פיתך זיי וואלטן אפשר געקויפט פאר אן אנדערע ריזען עט סאום פוינט איז דברי הבלה ןוען די מציאות ווייזט אז וועיז איז די טריגער, און זיכער גערוקט דעם ספ געקויפט פאר רובא דרובא אינגעלייט.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:54 pm פארוואס איז אויטאוועיז שווער?
עס איז דא זייער אסאך פון די עלטערע קארס וואס קען נישט קאנעקטן קיין ענדרויד אוטא.

אפילו ווען מ'זיצט נישט אין די קאר איז אויך זייער וויכטיג צו קענען זעהן די וועג, מאכן פלענס, וכדו'

זייער אסאך מאל צוליב טעכנישט סיבות קאנעקט זיך עס נישט, און דעמאלטס האסטו אפילו נישט קיין אויפליין מעפס.

סיי מהדרין GPS אן סיי אויטאוועיז איז די דרך צו פארגעסן כסדר אין די רענטל קאר (אזוי ווי די EZ-PASS) משא"כ א פאון.

אויב ווילסטו נאך סיבות-משלים קען איך ברענגען
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:00 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 1:54 pm
פארוואס איז אויטאוועיז שווער?
עס איז זייער באקוועם אין די אייגענע קאר, ווען מען דארף דינגען א קאר און מען ווייסט נישט צו עס האט בכלל א סקרין, אפשר איז די דשעק פונקט צובראכן וכדו' איז שווער זיך צו פארלאזן.
אה, מ'רעדט ביים "דינגען" א קאר. איך הער די פוינט.

אבער איך מאך נישט חוזק, איך זאג אז קיינער האט נישט געקויפט קיין סמארטפאון צוליב דעם. ער האט געקויפט א מהדרין GPS, וואס האט געברענגט טייל צו האבן צום סוף געהעריגע סמארטפאונס, קודם נאר אימעיל, ביז ער האט אלעס געעפנט. כאטש ס'איז א קליינע פראצענט איז עס אבער א פראבלעם.

אין א סייד נאוט, ווען די מוסדות וכדו' זאלן זאגן אז מהדרין GPS קען ברענגען צו האבן א סמארטפאון, וואלט מען געטריבן שפאס פון זיי. מודה? וואס ווילעך זאגן דערמיט? גארנישט...
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

מהדרין GPS אדער WONDERPHONE

וועלכע האט ווייניגער לעכער?

@דער תהלים איד ביטע ענטפער אויפריכטיג
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:29 pm מהדרין GPS אדער WONDERPHONE

וועלכע האט ווייניגער לעכער?

@דער תהלים איד ביטע ענטפער אויפריכטיג
WONDERPHONE איז זיכער בעסער ווי מהדרין GPS.

אבער צום נוצן, איז מהדרין אסאך בעסער, ווייל טעכניש איז נישטא קיין בעיסיק פאון וואס וועיז ארבעט ממש גוט אן קיין פראבלעמען, אפגערעדט פון די קליינע סקרין.
יאנטשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1276
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 1754

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך יאנטשי »

איך האב סתם אזוי פיינט וועיז, און גוגל מעפס איז דערווייל נישט דא אויף קיין בעיסיק (פליפ) פאון.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:35 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:29 pm מהדרין GPS אדער WONDERPHONE

וועלכע האט ווייניגער לעכער?

@דער תהלים איד ביטע ענטפער אויפריכטיג
WONDERPHONE איז זיכער בעסער ווי מהדרין GPS.
WONDERPHONE איז זיכער בעסער ווי מהדרין GPS פון א כשרות שטאנדפונקט.

וויפיל אידן שאצטו האבן מער עפפס אויף די מהדרין GPS ווי ווען זיי וואלטן געהאט אויף WONDERPHONE אדער FIG?

וויפיל אידן האבן געמאכט די חשבון אז אנשטאט קויפן א מהדרין פאר דריי הונדערט דאלער גייט ער נעמען די סמארטפאון וואס ער באקומעט בחינם און לייגן א פילטער?

אויב מעגליך ביטע ענטפערן מיט נאמבערס.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
ברוך אברהם
פרישער באניצער
פאוסטס: 92
זיך איינגעשריבן: פרייטאג אפריל 25, 2025 1:08 pm
x 398

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך ברוך אברהם »

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:57 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:35 pm
עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:29 pm מהדרין GPS אדער WONDERPHONE

וועלכע האט ווייניגער לעכער?

@דער תהלים איד ביטע ענטפער אויפריכטיג
WONDERPHONE איז זיכער בעסער ווי מהדרין GPS.
WONDERPHONE איז זיכער בעסער ווי מהדרין GPS פון א כשרות שטאנדפונקט.

וויפיל אידן שאצטו האבן מער עפפס אויף די מהדרין GPS ווי ווען זיי וואלטן געהאט אויף WONDERPHONE אדער FIG?

וויפיל אידן האבן געמאכט די חשבון אז אנשטאט קויפן א מהדרין פאר דריי הונדערט דאלער גייט ער נעמען די סמארטפאון וואס ער באקומעט בחינם און לייגן א פילטער?

אויב מעגליך ביטע ענטפערן מיט נאמבערס.
סמארטפאון קאסט אין וואלמארט $30 +$15 פאר די פילטער א חודש, נעמט כמעט דריי יאר צו באצאלן וואס מהדרין GPS קאסט.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:57 pm WONDERPHONE איז זיכער בעסער ווי מהדרין GPS פון א כשרות שטאנדפונקט.
קיין שאלה בכלל. איך האב געזאגט די זעלבע.

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:57 pm וויפיל אידן שאצטו האבן מער עפפס אויף די מהדרין GPS ווי ווען זיי וואלטן געהאט אויף WONDERPHONE אדער FIG?
זייער אסאך. דערפאר האפט מען ס'זאל ארויסקומען עפעס בעסערס ווי מהדרין GPS.

ס'קוקט אויס אז בקרוב.

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:57 pm וויפיל אידן האבן געמאכט די חשבון אז אנשטאט קויפן א מהדרין פאר דריי הונדערט דאלער גייט ער נעמען די סמארטפאון וואס ער באקומעט בחינם און לייגן א פילטער?
א אינגערמאן וואס וויל נישט האבן א סמארטפאון, אבער ווייל מהדרין קאסט געלט קויפט ער יא א סמארטפאון?

כמעט נישט דא אזא איינער.

עסקן נמרץ האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 2:57 pm אויב מעגליך ביטע ענטפערן מיט נאמבערס.
פאר נומבערס דארפסטו א שטודיע. איך קען שאצן וואס איך זע און הער, און נוצן שכל.

אגב, די סעלפאון סטארס זאגן אז א מערהייט וואס קויפן וואנדער איז עס פאר אנדערע סיבות וואס זיי האפן ס'וועט זיי זיין בעסער דערמיט, נישט וועגן וועיז.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:10 pm

ייש"כ פארן ענטפערן אזוי קלאר.

קודם לאמיר זיין מחולק אויף איין נקודה.

זייער אסאך קאפאניס, בענק וכדו' האבן די אפשען פון א פרי סמארטפאון דיעל.

איך פערזענדליך קען אסאך אינגערלייט וואס האבן עס געטון און פאר א איינמאליגע אפצאל פון פערציג דאלער ארויפגעלייגט א פילטער.

יעצט למעשה איז די מציאות אז טויזענטע היימישע אידן דארפן צוקומען צו וועיז, און זיי האבן צווי אפשענס, אדער מהדרין וכדו' מיט אלע ריזיגע חסרונות, אדער א פליפ פאון וואס האט וועיז.

ממילא דארף מען שטארק נעמען אין באטראכט פארן אסר'ן אזא זאך, איינער וואס וויל זיך צושטעלן צו די מוסדות דארף נעמען עפעס וואס איז אסאך אסאך ערגער.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@עסקן נמרץ א געשמאק צו שמועסן מיט דיר.

1) די פוינט איז נישט "אסר'ן". די פוינט איז אז איינמאל ס'ליגט אויף די פאונס האט עס יעדער איינער, אינג און אלט. נחלת הכלל, ס'איז א חלק פון א סעלפאן.

איז עס ריכטיג? איס עס ווערד? אדער איז דא א עצה בעפאר דעם וואס וועט זיין נאך בעסער?

2) וועיז אויף א קליינע פאון ארבעט נישט גוט, ס'איז היבש נערווירנד. סוי ניטאמאל גייט עס באמת לעזן דעם פראבלעם, מענטשן וועלן ווייטער זוכן עפעס אנדערש.

ממילא איז דער ועד הקהלות לעזונג פיל בעסער, אויב געלונגט עס טאקע. ווי ס'הייסט גייט עס זיין א געשמאקע כלי מיט א גרויסע סקרין וואס ארבעט פיין.
עסקן נמרץ
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 159
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 12, 2025 11:36 am
x 959

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך עסקן נמרץ »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:27 pm @עסקן נמרץ א געשמאק צו שמועסן מיט דיר.

1) די פוינט איז נישט "אסר'ן". די פוינט איז אז איינמאל ס'ליגט אויף די פאונס האט עס יעדער איינער, אינג און אלט. נחלת הכלל, ס'איז א חלק פון א סעלפאן.

איז עס ריכטיג? איס עס ווערד? אדער איז דא א עצה בעפאר דעם וואס וועט זיין נאך בעסער?
וועיז איז היינט נחלת הכלל אסאך מער ווי די קאלקעלעיטער, אסאך מער מענטשן דארפן עס און עס קומט ארויס הימל שרייענדע פרעבלעמען פון מהדרין וכו'.
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:27 pm 2) וועיז אויף א קליינע פאון ארבעט נישט גוט, ס'איז היבש נערווירנד. סוי ניטאמאל גייט עס באמת לעזן דעם פראבלעם, מענטשן וועלן ווייטער זוכן עפעס אנדערש.
וועיז אויף א קליינע פאון ארבעט טאקע נישט די זעלבע ווי מהדרין, אבער פון די אנדערע זייט האט עס גאר אסאך מעלות פארוואס א מענטש זאך זייו צופרידן נאר מיט דעם.

עס קאסט נישט קיין איבעריג געלט.
דארף נישט קיין אנדערע אינטערנעט פלען.
מ'פארגעסט עס נישט אין קיין קאר.
מענטשן ווי מיר וואס דארפן עס נישט טאג טעגליך גייען זיך באגיין מיט דעם.
ווען איינער וויל אמאל אויפזוכן א פלאץ וכדו' גייט אים עס זיין גענוג.

לסיום: עס איז זיכער דא געוויסע מענטשן וואס גייען ממילא האבן נאך א דיווייס, עס איז אייביג דא אידן וואס האבן ס"פ וכדו' וכו' וגו'.

אבער פאר הונדערטע טויזענטע אינגערלייט כערכי, וואלט עס געווען א געוואלדיגע אויפטוה, און לאמיר נישט פארגעסן, און פארגלייך צו אנדערע עפפס איז וועיז די וויכטיגסטע מיט די ווייניגסטע פראבלעמען.
ארויסצוהעלפן די לב טהור יוצאים מיט ווארימע סכומים, ווארפט אריין אייער הארציגע נדבה.

https://toirem.org/23423
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 20249

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@עסקן נמרץ נחלת הכלל ביי סעלפאונס מיינט נישט דרייווערס. ס'מיינט אינג און אלט אנשים ונשים.

און פאר דרייווערס, וועיז איז א נחלת הכלל פאר דרייווערס, וועיז אויפ'ן פאון נישט.

איך מאך נישט אוועק די באקוועמליכקייט דערפון, בפרט אז דו גייסט שפארן געלט פון קויפן א דעווייס. טויזנט פראצענט. אבער ס'דא וואס דארפן עס בכלל נישט, און ס'דא וואס דאס גייט זיי ממילא נישט זיין גענוג ווייל ס'ארבעט נישט אזוי גוט. סוי ס'גייט סערווירן נאר די מיעוט, און מצד שני גייט עס ווערן א טוי אין טאש פאר יעדן איינעם, און ס'איז א עפפ וואס באקומט נייע פיטשערס יעדן טאג, שרייבן צו אנדערע, קאנעקטן, רעפארטס, ס'איז בכלל נישט קיין קאלקולעיטאר.

ממילא, האלטן די קהלות אז ס'איז מער תועלת אויב דו גייסט יא קויפן א עקסטערע דעווייס, און דער סעלפאן בלייבט א סעלפאן.
אוועיטער
אני מאמין איך גלייב
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:01 pm
x 160

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך אני מאמין איך גלייב »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:49 pm @עסקן נמרץ נחלת הכלל ביי סעלפאונס מיינט נישט דרייווערס. ס'מיינט אינג און אלט אנשים ונשים.

און פאר דרייווערס, וועיז איז א נחלת הכלל פאר דרייווערס, וועיז אויפ'ן פאון נישט.

איך מאך נישט אוועק די באקוועמליכקייט דערפון, בפרט אז דו גייסט שפארן געלט פון קויפן א דעווייס. טויזנט פראצענט. אבער ס'דא וואס דארפן עס בכלל נישט, און ס'דא וואס דאס גייט זיי ממילא נישט זיין גענוג ווייל ס'ארבעט נישט אזוי גוט. סוי ס'גייט סערווירן נאר די מיעוט, און מצד שני גייט עס ווערן א טוי אין טאש פאר יעדן איינעם, און ס'איז א עפפ וואס באקומט נייע פיטשערס יעדן טאג, שרייבן צו אנדערע, קאנעקטן, רעפארטס, ס'איז בכלל נישט קיין קאלקולעיטאר.

ממילא, האלטן די קהלות אז ס'איז מער תועלת אויב דו גייסט יא קויפן א עקסטערע דעווייס, און דער סעלפאן בלייבט א סעלפאן.
איך האב א מהדרין וועיז און איך קען גארנישט טון דערויף אחוץ האבן וועיז, און די וועיז אליינס איז אויך געבלאקט פון די אלע זאכן וואס דו רעכנסט דא אויס, סא וואס איז דער פראבלעם דערמיט?
האט איר שוין היינט געזאגט די =י"ג עיקרים=??
=שש זכירות=
תורה ויראה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 522
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
x 815

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך תורה ויראה »

אני מאמין איך גלייב האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 4:04 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:49 pm @עסקן נמרץ נחלת הכלל ביי סעלפאונס מיינט נישט דרייווערס. ס'מיינט אינג און אלט אנשים ונשים.

און פאר דרייווערס, וועיז איז א נחלת הכלל פאר דרייווערס, וועיז אויפ'ן פאון נישט.

איך מאך נישט אוועק די באקוועמליכקייט דערפון, בפרט אז דו גייסט שפארן געלט פון קויפן א דעווייס. טויזנט פראצענט. אבער ס'דא וואס דארפן עס בכלל נישט, און ס'דא וואס דאס גייט זיי ממילא נישט זיין גענוג ווייל ס'ארבעט נישט אזוי גוט. סוי ס'גייט סערווירן נאר די מיעוט, און מצד שני גייט עס ווערן א טוי אין טאש פאר יעדן איינעם, און ס'איז א עפפ וואס באקומט נייע פיטשערס יעדן טאג, שרייבן צו אנדערע, קאנעקטן, רעפארטס, ס'איז בכלל נישט קיין קאלקולעיטאר.

ממילא, האלטן די קהלות אז ס'איז מער תועלת אויב דו גייסט יא קויפן א עקסטערע דעווייס, און דער סעלפאן בלייבט א סעלפאן.
איך האב א מהדרין וועיז און איך קען גארנישט טון דערויף אחוץ האבן וועיז, און די וועיז אליינס איז אויך געבלאקט פון די אלע זאכן וואס דו רעכנסט דא אויס, סא וואס איז דער פראבלעם דערמיט?
מיין פראבלעם פון מהדרין וועיז איז קודם מראית עין פאר די קינדער, און נאכדעם איז דאך עס א סמארטפאון און מ'קען עפענען (מענטשן עפענען דערויף) וואס דו ווילסט בקיצור פונקט ווי א טעבלעט, און נאכדעם קען אויך אמאל אפשר ארויפקומען עפעס ראיות... ס'איז דאך א בלויזע סמארטפאון (מיט א ראבער)
חוץ מזה האט עס א פראבלעם בגשמיות אז ס'נעמט הונדערט יאר זיך אנצוצינדען וכדו'.
אויטא וועיז פראבלעם פאר מיר אז ס'נוצט די סקרין און די ספיקער פון די קאר, און אויך אז כ'מוז זיצן אין קאר צו נאכקוקן א וועג און כ'קען נישט אינדערהיים פארן פארן.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 325

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך פארנומען »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 30, 2025 3:49 pm @עסקן נמרץ נחלת הכלל ביי סעלפאונס מיינט נישט דרייווערס. ס'מיינט אינג און אלט אנשים ונשים.

און פאר דרייווערס, וועיז איז א נחלת הכלל פאר דרייווערס, וועיז אויפ'ן פאון נישט.

איך מאך נישט אוועק די באקוועמליכקייט דערפון, בפרט אז דו גייסט שפארן געלט פון קויפן א דעווייס. טויזנט פראצענט. אבער ס'דא וואס דארפן עס בכלל נישט, און ס'דא וואס דאס גייט זיי ממילא נישט זיין גענוג ווייל ס'ארבעט נישט אזוי גוט. סוי ס'גייט סערווירן נאר די מיעוט, און מצד שני גייט עס ווערן א טוי אין טאש פאר יעדן איינעם, און ס'איז א עפפ וואס באקומט נייע פיטשערס יעדן טאג, שרייבן צו אנדערע, קאנעקטן, רעפארטס, ס'איז בכלל נישט קיין קאלקולעיטאר.

ממילא, האלטן די קהלות אז ס'איז מער תועלת אויב דו גייסט יא קויפן א עקסטערע דעווייס, און דער סעלפאן בלייבט א סעלפאן.
זייער שיין און קלאר ארויסגעברענגט.

איך פערזענליך ווארט אויפן וועיז דיווייס.

א מהדרין GPS (ליין סמארטפאון מיט עפפס) האב איך נישט געוואלט האבן, און אויפן קליינעם בעיסיק פאון איז עס נישט אזוי באקוועם.
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 685

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך א טויב »

זייער אינטערעסאנט ווי עס פליעט פעטש פון ביידע זייטן...

איך האב זייער זייער נישט ליב די מהדרין GPS בעיקר וויל ער לויפט אויף א טיקעט אז איך און די זאלן איינרעדן די און איך אז עס איז נישט קיין געפילטערטע סמארטפאון.
והשנית די וואנדער פאון האט אין מיינע אויגן גענצלעך איבערגעריסן די שטארקייט פון די וועד הקהילות דערנאך וואס איך זעה זייער אסאך פון מיינע ארומיגע ארומגיין דערמיט (מיט קינדער אין די מוסדות) בקיצור. קאמפעטישן איז א גוטע זאך פארן ענד יוזער.
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 343
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 516

Re: "למעשה" הכשר אויף טעכנאלאגישע דעווייסעס

פאוסט דורך בן מלך »

איך קוק זיך ארום אין שוהל, און דערנאך צו דעם אשכול, און צוריק.

און איך טראכט צו מיר, וויאזוי קענען מענטשן זיין אזוי אוט אוו טאטש? אתמהה.

יעדער דריטער חסידישע יונגערמאן האט א קווין, פיג, קייסערע, מיינד אדער וואנדער.

ווילסט ווייטער גראבן קאפ אין זאמד? בי מיי געסט. אבער איין זאך, חשובע וועד הקהילות, איר לעבט אין א יוניווערס וואס אין איר וואוינען נאר די עסקנים אונטערן וועד. וזהו.
שרייב פאוסט