בלאט 13 פון 18

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 7:35 pm
דורך להגדיל הטראסק
533. וואס האט בלעם געטראכט? ער קען איבערדרייען דעם אייבערשטן קעגן די אידן??? – רק חשב מחשבת פרעה – ה' הצדיק...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 15, 2024 7:36 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 7:35 pm 352. רמז בפרשת בלק שצריכים שלא לישאר בסיטי רק לילך לקאנטרי – בלעם אמר "מאן ה' לתתי (סיטי)
נאך א פשט איז, מאן ה' לתיתי להלוך, דער אויבערשטער וויל נישט מען זאל אוועקגיין פון די סיטי. ע' פנים לתורה... אלו ואלו דברי וגו'...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 12:21 am
דורך שאינו יודע לשאול
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 7:35 pm 352. רמז בפרשת בלק שצריכים שלא לישאר בסיטי רק לילך לקאנטרי – בלעם אמר "מאן ה' לתתי (סיטי)

קרעדיט: אהרן יוסף מארקאוויטש
שתי תשובות:

א. ...און ווער האט עס געזאגט? בלעם הרשע!

ב. (לשיטתך) פארוואס טאקע וויל די אויבערשטער נישט מ'זאל בלייבן אין סיטי? קוק ווער ס'זאגט עס! (עצת בלעם = פריצות)

אלו ואלו דברי חלומות לא מעלין ולא מורידין.

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 12:43 am
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:21 am א. ...און ווער האט עס געזאגט? בלעם הרשע!
מה טובו אוהליך יעקב משכנותיך ישראל האט אויך בלעם געזאגט

מוז מען צוקומען אז עס איז נישט פשוט פשט...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 16, 2024 1:35 pm
דורך וואלף
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג יולי 16, 2024 12:21 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מאנטאג יולי 15, 2024 7:35 pm 352. רמז בפרשת בלק שצריכים שלא לישאר בסיטי רק לילך לקאנטרי – בלעם אמר "מאן ה' לתתי (סיטי)

קרעדיט: אהרן יוסף מארקאוויטש
שתי תשובות:

א. ...און ווער האט עס געזאגט? בלעם הרשע!

ב. (לשיטתך) פארוואס טאקע וויל די אויבערשטער נישט מ'זאל בלייבן אין סיטי? קוק ווער ס'זאגט עס! (עצת בלעם = פריצות)

אלו ואלו דברי חלומות לא מעלין ולא מורידין.
ס'שטייט אז בלעם איז געווען לבן (אם תעבור את הגל הזה לרעה ולכן ותלחץ רגל בלעם אל הקיר) וואס האט געזאגט טוב תתי אותה לך מתתי (ער האט גערעדט העברעאיש... אדער איז ער געווען א ספרדי)

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 12:34 am
דורך דעת קדשי
...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 12:00 am
דורך דעת קדשי
נאך א נס טראמפ האט נישט קיין קאוויד, ווייל מיט 1 אויער ווייניגער וויאזוי העט ער אנטוהן א מאסק....

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 12:10 am
דורך דאפלטער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2024 1:22 am 6 וואכן נאך די חתונה:
שרה: ווילסט שפילן א געים?
גימפל: איך שפיל שוין עטליכע וואכן...
איך בין מוחה במחאה נמרצה, דאס ווערטל קומט פון מיר און איך ברויך געהעריגע קרעדיט...
אינמיטן מיין שבע ברכות האט מיר מיין רביצין געפרעגט צו איך וויל עפעס שפילן, האב איך געענטפערט שאאאאר, איך שפיל הויז... איך האב עס דאן איבער דערציילט פאר א חבר און פון דארט האט עס אנגעהויבן ארום פארן,
פרעג נישט וואס איך האב געכאפט פון מיין חתן מדריך ווען ער האט געהערט דערפון...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 12:10 am
דורך דאפלטער
און מיין ווייב הייסט נישט שרה ...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 1:17 am
דורך להגדיל הטראסק
דאפלטער האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 12:10 am און מיין ווייב הייסט נישט שרה ...
אקעי: סאו גימפל הייסטו יא...
דארף מען נאר אויספיגערן די לעצטע נאמען...

ביידעוועי: דו קומסט אריין קרעיזי קלאר...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 1:23 am
דורך מיינע פאעזיעס
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:17 am
דאפלטער האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 12:10 am און מיין ווייב הייסט נישט שרה ...
אקעי: סאו גימפל הייסטו יא...
דארף מען נאר אויספיגערן די לעצטע נאמען...

ביידעוועי: דו קומסט אריין קרעיזי קלאר...
נו!! גילו!!

Re: ווערטלעך

געפאוסט: פרייטאג יולי 19, 2024 9:16 am
דורך דאפלטער
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:23 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 1:17 am
דאפלטער האט געשריבן: פרייטאג יולי 19, 2024 12:10 am און מיין ווייב הייסט נישט שרה ...
אקעי: סאו גימפל הייסטו יא...
דארף מען נאר אויספיגערן די לעצטע נאמען...

ביידעוועי: דו קומסט אריין קרעיזי קלאר...
נו!! גילו!!
וועלכע חלק איז די גילו? אז איך הייס גימפל ? אדער אז איך קום אריין קרעיזי קלאר?

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 7:13 am
דורך להגדיל הטראסק
• פארוואס דייקא אין אויער? ווייל אין די נאז (ניוס) איז ער שוין געווען גענוג לאנג, יעצט איז געקומען א שאנס פארן אויער...

קרעדיט: משה שווארטץ

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 7:39 am
דורך מיינע פאעזיעס
א פארצייטישער אלטער פולישער איד זאגט מיר, "איך הער שוין דעם 'סאלא קאקאש' 40 יאר, און איך האב מיך שוין טאקע אויסגעלערנט 5 אונגארישע ווערטער,
"יבנננה המקדדדש עיר ציון תמלא איי"

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 1:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
לערן דיך אויס א כלל: ווען א קמצן איז מצליח צו שפארן א ניקל, פילט ער אזא מין תענוג - אז ער וואלט געשפענדט די וועלטס געלט עס צו שפירן נאכמאל!

אנדערע זאגן: "א כפרה די געלט, די עיקר איז אז מ'האט געשפארט..."

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 2:15 pm
דורך להגדיל הטראסק
לויטן סדר פון די לעצטע שבתים וואלט די דעקלעראציע געדארפט זיין שב"ק, נאר זיידי צוליב זיין עלטער האט זיך פארשפעטיגט...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 6:56 pm
דורך מיינע פאעזיעס
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:36 pm לערן דיך אויס א כלל: ווען א קמצן איז מצליח צו שפארן א ניקל, פילט ער אזא מין תענוג - אז ער וואלט געשפענדט די וועלטס געלט עס צו שפירן נאכמאל!

אנדערע זאגן: "א כפרה די געלט, די עיקר איז אז מ'האט געשפארט..."
עפעס מיט @ניקל ?...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 7:19 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 6:56 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג יולי 21, 2024 1:36 pm לערן דיך אויס א כלל: ווען א קמצן איז מצליח צו שפארן א ניקל, פילט ער אזא מין תענוג - אז ער וואלט געשפענדט די וועלטס געלט עס צו שפירן נאכמאל!

אנדערע זאגן: "א כפרה די געלט, די עיקר איז אז מ'האט געשפארט..."
עפעס מיט @ניקל ?...
נעוואדע, ער קארגט דאך אויף די "יודעלעך"... עיין ערך און/אין...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 11:25 pm
דורך להגדיל הטראסק
528. גימפל לוה קאר מגרונם, צלצלו:
גרונם: יא וואס זאגסטו עפעס גוטס?
גימפל: כ'האב פאר דיר גוטע נייעס און שלעכטע נייעס!!! די גוטע נייעס איז:





אז די עיר בעג ארבעט...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 11:42 pm
דורך להגדיל הטראסק
529. גרונם: דו ביסט א פיינע נארמאלער בחור, פארוואס ביסטו א חתן געווארן צו א בעלת תשובה?
גימפל: נע-ע-ע-ע-ע... זי איז נאכנישט קיין עכטע בעלת תשובה...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 11:54 pm
דורך להגדיל הטראסק
גימפל: א מעכטיגע פייער קאאל געהאט היינט!
גרונם: וואו?
גימפל: ביי די פייער סטעישאן!
גרונם: וואס איז פארגעקומען?
גימפל: א פייערטראק האט ליטערלי אריינגעבעקט אין די בילדינג!!! ממש ניסים אז עס האט גארנישט פאסירט צו קיינעם...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 11:58 pm
דורך להגדיל הטראסק
היינט איז פארגעקומען א שטעכעריי דא אין קרית יואל! נעבן דזשי ענד דזשי!עטליכע פארמאסקירטע פארשוינען האבן דערשטאכן 10 קינדער, 15 מאמעס און 3 ערוואקסענע! אין עזרת חולים...!!!

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 11:44 pm
דורך מיינע פאעזיעס
ביי די קאווע
ראובן : איני שותה להנאת גופי
שמעון : נישט ג'וויסט אז די ביסט אזוי אויסגעארבעט
ראובן ווייזט אויפען טאוועל
האסט הנאה ? זיי דיר משתתף מיט די הוצאות!!...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 4:06 pm
דורך להגדיל הטראסק
זאגט מיר א חשובער רב (דאכצעך בשם סיגעיטער רב ז"ל) איבער די נושא אז עס שטערט פאר געוויסע רבנים אויב א צווייטער עפנט א בית המדרש אין זייער טערעטאריע

זאגט ער אז 'ויהי' איז א לשון צער - ווייל עס האט 2 יודן, משא"כ והיה איז א לשון שמחה ווייל עס האט נאר איין יוד...

Re: ווערטלעך

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 4:24 am
דורך מיינע פאעזיעס
רעד נישט בגנותו פון דיין שווער ווייל די שוויגער וועט דיר נעמען פאר אן איידעם...