בלאט 13 פון 41

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 10:44 am
דורך ווער
אמעריקע שטעלט ארויס שוואכע "לעוול 1" טרעוול אלערט פאר בירגער וואס ווילן טרעוולען קיין מעקסיקא‎

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 10:45 am
דורך ווער
פּרעזידענט טראמפּ האט אדרעסירט זארגן וואס מען הערט ביי פארשידענע, אז אילאן מאסק האט באקומען צופיל מאכט און צעפירט זיך די הענט. טראמפּ האט גערעדט צו רעפּארטערס אינעם אוועל אפיס און קלארגעשטעלט אז מאסק קען נישט נעמען קיין שום שריט אן באשטעטיגונג פונעם ווייסן הויז. "ער קען גארנישט טאן און וועט גארנישט טאן אן אונזער אויטאריזאציע. מיר וועלן אים דאס געבן וואו ס'איז פּאסיג און וואו נישט נישט. אויב איז דא א פּראבלעם, וועלן מיר אים נישט לאזן גיין דערנעבן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 10:46 am
דורך ווער
וויצע פּרעזידענט ווענס האט נעכטן באזוכט איסט פּאלעסטיין, אהייא, אין צווייטן יארטאג פון דעם נארפאלק באן דיזעסטער וואס האט פארגיפטעט דעם גאנצן ראיאן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 1:03 pm
דורך פעיק ניוז
ווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2025 10:44 am אמעריקע שטעלט ארויס שוואכע "לעוול 1" טרעוול אלערט פאר בירגער וואס ווילן טרעוולען קיין מעקסיקא‎
דאס קומט נאך וואס מעקסיקאנער דראג קארטעלן האבן פארארדנט זייערע מיטגלידער צו אטאקירן אמעריקאנער גרעניץ פאטראל אגענטן מיט קאמיקאזי דראונס און אנדערע אויפרייס מאטעריאל.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 1:28 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ גייט לויט באריכטן אינטערשרייבן א פרעזידענטליכע דעקלעראציע צוריק צו ברענגן זיין מאקסימום דרוק קאמפיין אקעגן איראן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 2:41 pm
דורך ווער
די טראמפ אדמיניסטראציע האט אנגעפאנגן אויספירן איר פארשפרעכונג צו שיקן ארעסטירטע אימיגראנטן קיין גוואנטאנעמא בעי

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 2:42 pm
דורך ווער
טראמפ'ס גרעניץ צאר סטראשעט מיט אנקלאגן ניו דזשורסי גאווערנער אין פאל עס שטעלט זיך ארויס אז ער טוט באשיצן אן אומלעגאלע אימיגראנט אין זיין הויז

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 8:13 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ווער האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 04, 2025 2:42 pm טראמפ'ס גרעניץ צאר סטראשעט מיט אנקלאגן ניו דזשורסי גאווערנער אין פאל עס שטעלט זיך ארויס אז ער טוט באשיצן אן אומלעגאלע אימיגראנט אין זיין הויז
דאס קומט נאכדעם וואס מורפי האט זיך גערייצט מיט אים זאגנדיג אז ער האט אן אומלעגאלע ביי זיך אינדערהיים, און עמיר זען צי זיי וועלן איר פרובין צו אויפפיקן...
--
אין אנדערע נייעס האט א ווארטזאגער פארן ניו דזשערסי גאווערנאר קלארגעשטעלט אז ער פארמאגט נישט קיין אימיגראנטן ביי זיך אינדערהיים. פונקטליכע פשט אין מורפי'ס ווערטער וועט נאכפאלגן. ווארט מיט שפאנונג.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 04, 2025 8:14 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פאם באנדי באשטעטיגט אלס אטורני דזשענעראל.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 11:17 am
דורך ווער
פּרעזידענט טראמפּ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער צוריקצושטעלן זיין "מאקסימום פּרעשור" סטראטעגיע קעגן דעם איראנער רעזשים.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מיטוואך פעברואר 05, 2025 2:58 pm
דורך ווער
דעמאקראטישער קאנגרעסמאן פון טעקסאס, אל גרין האט געפיילט ארטיקלען פון אימפיטשמענט, קעגן פרעזידענט טראמפּ איבער דער פרעזידענט'ס נעכטיגע געדאנקען איבער איבערנעמען עזה און דאס אויפבויען.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 9:27 am
דורך נאו לעיבל
טיים מאגאזין.

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: פרייטאג פעברואר 07, 2025 10:28 am
דורך Yankel
נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 9:27 am טיים מאגאזין.
זעהט אויס אז סאיז זיי נאך געבליבען עפעס פאנדינג פון USAID צו שטופען די דעמקראטישע טאלקינג פוינטס

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:37 am
דורך אנדערער
נאו לעיבל האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 07, 2025 9:27 am טיים מאגאזין.
אויב מען מעג שרייבן א מיינונג אין די טעמע. זאגן אז מאסק איז נישט עלעקטעד און פירט זיך ווי פרעזידענט איז קינדיש

ער ארבעט פאר טראמפ און טוט פונקטליך וואס טראמפ האט געזאגט ער גייט טון

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 09, 2025 12:36 pm
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ דערציילט אז ער האט שוין עטליכע מאל גערעדט מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין איבער ענדיגן די מלחמה אין אוקראינא

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 10:51 am
דורך ווער
פרעזידענט טראמפ פארארדענט אפצושטעלן די פראדוקציע פון פעניס, זאגנדיג אז ס'קאסט צופיל געלט און ס'איז איבריג‎

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 12:27 pm
דורך ווער
כאמאס האט געמאלדן אז די טעראר גרופע טוט אפשטעלן די ווייטערדיגע באפרייאונג פון משכונות ביז א ווייטערדיגע מעלדונג

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 1:30 pm
דורך ווער
אילאן מאסק באשולדיגט אז 'פימא' האט פאריגע וואך געשיקט 59 מיליאן דאלאר פאר לוקסוריעזע האטעלן אין ניו יארק סיטי צו האלטן דארט אימיגראנטן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 2:00 pm
דורך בערל דער פייפער
ווער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 10, 2025 10:51 am פרעזידענט טראמפ פארארדענט אפצושטעלן די פראדוקציע פון פעניס, זאגנדיג אז ס'קאסט צופיל געלט און ס'איז איבריג‎
אין קאנאדא האט מען עס שוין געסטאפט יארן צוריק ווייל עס איז אויסגעקומען אז עס קאסט 3 סענט צו מאכן 2

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 5:56 pm
דורך פעינטיג
ברעיקינג :!: :P
8C9E79B8-D4AD-4E6E-B905-2A3E2DB83C67.png
8C9E79B8-D4AD-4E6E-B905-2A3E2DB83C67.png (63.97 KiB) געזען געווארן 654 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: מאנטאג פעברואר 10, 2025 8:26 pm
דורך ניקל
גאגל מעפס האט געטוישט דעם נאמען צו גאלף אוו אמעריקע
Screenshot_20250210_202500_Maps.jpg
Screenshot_20250210_202500_Maps.jpg (138.83 KiB) געזען געווארן 621 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 12:30 pm
דורך ניקל
פרעזידענט טראמפ טרעפט זיך מיט קעניג אבדולא פון ירדן
IMG_20250211_123008_322.jpg
IMG_20250211_123008_322.jpg (53.1 KiB) געזען געווארן 569 מאל
Screenshot_20250211_123617_Plus.jpg
Screenshot_20250211_123617_Plus.jpg (151.66 KiB) געזען געווארן 558 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 1:03 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג פעברואר 11, 2025 12:30 pm פרעזידענט טראמפ טרעפט זיך מיט קעניג אבדולא פון ירדן IMG_20250211_123008_322.jpgScreenshot_20250211_123617_Plus.jpg
מיט נאציאנאלע סעקיוריטי עדווייזער מייק וואלץ
Screenshot_20250211_130313_WhatsApp.jpg
Screenshot_20250211_130313_WhatsApp.jpg (129.03 KiB) געזען געווארן 546 מאל

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 2:47 pm
דורך ווער
פימא פלאנט צו פארשיקן 4 ארבייטער וועלכע האבן געשיקט 59 מיליאן פאר ניו יארק סיטי ציצושטעלן שעלטער און זיך אפצוגעבן מיט אומלעגאלע אימיגראנטן

Re: טראמפ 47 אדמיניסטראציע

געפאוסט: דינסטאג פעברואר 11, 2025 2:47 pm
דורך ווער
קעניג אבדולא פון ירדן וועלכע געפונט זיך אין וואשינגטאן פאר א באגעגעניש מיט טראמפ, האט געמאלדן אז ער גייט אריין נעמען 2 טויזנט קראנקע קינדער פון עזה