פשיהא!
אפיציעל בהנהלת ר' נפתלי הערש?
נאר די שול אדער אלע קהלה שולן?
לייק פארן שרייבער!וואוילער האט געשריבן: ↑מיטוואך אקטאבער 30, 2024 11:25 amלייוו: '30' צעמענט טראָקס אויף סאַוט מעדיסאָן
מיטוואך נח תשפ"ה
קייט-פלאָטע פון 30 צעמענט-טראָק'ס הייבן היינט אן גיסן די גיגאַנטישע פּאָדלאָגע פאַר'ן צווייטן שטאָק במבצר התלמוד תורה הגדול והענקי
האַרץ-דערפרייענדע בילד היינט 6:30 פאַרטאָגס; סאַוט מעדיסאָן איינגענומען פון לאַנג-שטרעקיגע שלענגלענדיגע דרייסיג צעמענט טראָקס צו גיסן די גיגאַנטיש גרויסע פּאָדלאָגע פאַר'ן צווייטן שטאָק
אין די זעלבע צייט וואָס די פרישע שנת הלימודים ווערט אָנגעהויבן איבער אַלע תלמוד תורה אָפּטיילונגען מיט גרויס הצלחה ב"ה, אָבער מיט אַ אויסטערלישע דרוק'נדיגע ענגשאַפט, זעהט זיך שוין אן אויפ'ן האָריזאָנט די ישועה, ווען די מאַסיווע 135,000 סקווער-פיס געביידע פּראָגרעסירט פאָראויס צו אַלעמענס שמחה ונחת דקדושה!
נפתלי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 4:54 pm אסטראנאמישער "1.7 מיליאן דאלער!", שטעלט פעסטער פינאנציעלער קראפט פאר'ן השלמת בנין האדיר החדש פון בית מדרשינו שכונת ספרינג וואלי און מאנסי, נאך סוקסעספולער באנקעט דעם פארלאפענעם זונטאג נח בבית הרבני הנגיד מוה"ר יואל פילאפף הי"ו מגדולי בוני הבית בראשות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א וואס באשיינט בראש המסובין אינאיינעם מיט הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א