בלאט 13 פון 29

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:40 pm
דורך וואוילער
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm ''@לכאורה'' א מנהל אויף אייוועלט שרייבט אינטערעסאנטע זאכן איבער אונזער סייט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p5344502
העלאו!
דעס דארף א געהעריגע סקרין שאט
L.png
L.png (152.95 KiB) געזען געווארן 996 מאל
@לכאורה, וועלקאם!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:42 pm
דורך וואוילער
אגב, א שיינע געדאנק די קאנפערענס.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:59 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:40 pm
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm ''@לכאורה'' א מנהל אויף אייוועלט שרייבט אינטערעסאנטע זאכן איבער אונזער סייט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p5344502
העלאו!
דעס דארף א געהעריגע סקרין שאט

L.png

@לכאורה, וועלקאם!
גיימיר שנעל אויסטשעקן די "אייוועלט איז דאון" אשכול...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 3:50 pm
דורך שבת קודש
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:40 pm
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm ''@לכאורה'' א מנהל אויף אייוועלט שרייבט אינטערעסאנטע זאכן איבער אונזער סייט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p5344502
העלאו!
דעס דארף א געהעריגע סקרין שאט

L.png

@לכאורה, וועלקאם!
וואס איז פשט פון די דריי פינטליך נאך 'מיר האבן זיך שוין בארואיגט'?

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:47 am
דורך שבת קודש
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 20, 2024 2:35 pm ''@לכאורה'' א מנהל אויף אייוועלט שרייבט אינטערעסאנטע זאכן איבער אונזער סייט
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p5344502
ביי די קאנפערטס דארט רעדט מען א שיין ביסל איבער דעם סייט געוויסע דארטן ברענגן ארויס אז ס'איז א דורכפאל פון א סייט

וואס האלט די ציבור דא איז עס א סוקסעס אדער אויפן וועג צו סוקסעס אדער איז עס א דורכפאל?

[וואלט געווען א גוטע זאך אז די מנהלים דא זאלן אויך מאכן אזא קאנפערנס]

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:59 am
דורך Azoi Tzi Zugen
@שבת קודש עס איז זיכער א דורכפאל, די שאלה איז נאר, פאר וועמען... ביי מיר איז עס א דורכפאל פאר'ן שטן. די נייע סייט האט מיר צוגעגעבן אזויפיל צייט און מנוחת הנפש. איך באזוך מער נישט אין ערגעץ און איך האב אלעס וויכטיג, און איך פארברענג מער נישט קיין שעות אויף די גאלאנען גאלאנען טענה'רייען און טשעפערייען און שמועסערייען אשר אין להם סוף אויף יעדן ריר. איך האף עס זאל אזוי בלייבן און נישט ווערן אזוי ווי דארט. דער יעצטיגער צושטאנד איז פאר מיר פערזענליך ממש א ברכה צו מאכן. יישר כח מעומק הלב פאר יעדן וואס העלפט נאר צו.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:33 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 11:59 am @שבת קודש עס איז זיכער א דורכפאל, די שאלה איז נאר, פאר וועמען... ביי מיר איז עס א דורכפאל פאר'ן שטן. די נייע סייט האט מיר צוגעגעבן אזויפיל צייט און מנוחת הנפש. איך באזוך מער נישט אין ערגעץ און איך האב אלעס וויכטיג, און איך פארברענג מער נישט קיין שעות אויף די גאלאנען גאלאנען טענה'רייען און טשעפערייען און שמועסערייען אשר אין להם סוף אויף יעדן ריר. איך האף עס זאל אזוי בלייבן און נישט ווערן אזוי ווי דארט. דער יעצטיגער צושטאנד איז פאר מיר פערזענליך ממש א ברכה צו מאכן. יישר כח מעומק הלב פאר יעדן וואס העלפט נאר צו.
💯
ווי דער אדמיניסטראטאר האט געשריבן אין די ערשטע טעג, איז די ציהל געווען צו בלייבן קליין. און איך בין טאקע אהערגעקומען פאר די סיבה.

מיט די חלק איז עס אפשר א שטיקל דורכפאל...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:46 pm
דורך להגדיל הטראסק
אזוי ווי יענער זאגט אז ער דרייעט זיך דא וועל איך אים שרייבן דא
דער איז א מענטש צום באוואונדערן... גאלדענע מדות, א סבלן, א מעורב בין הבריות (עכ"פ אין זיין דארטיגע פאסטן) ממש א ברכה צו מאכן...
כ'האב שוין געדיעלט מיט אים אין אישי אויכעט, ער איז געוואלדיג!

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 2:50 pm
דורך פופציגער
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:46 pm אזוי ווי יענער זאגט אז ער דרייעט זיך דא וועל איך אים שרייבן דא
דער איז א מענטש צום באוואונדערן... גאלדענע מדות, א סבלן, א מעורב בין הבריות (עכ"פ אין זיין דארטיגע פאסטן) ממש א ברכה צו מאכן...
כ'האב שוין געדיעלט מיט אים אין אישי אויכעט, ער איז געוואלדיג!
ריכטיג.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 6:51 pm
דורך ירא השם
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 2:50 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 21, 2024 12:46 pm אזוי ווי יענער זאגט אז ער דרייעט זיך דא וועל איך אים שרייבן דא
דער איז א מענטש צום באוואונדערן... גאלדענע מדות, א סבלן, א מעורב בין הבריות (עכ"פ אין זיין דארטיגע פאסטן) ממש א ברכה צו מאכן...
כ'האב שוין געדיעלט מיט אים אין אישי אויכעט, ער איז געוואלדיג!
ריכטיג.
גא"מ

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:57 pm
דורך פופציגער
אן ערנסטע רעוואלוציע האט זיך געשאפן אין די "שיך" מארקעט.

שיך איז אלעמאל געווען עפעס וואס איז געליגן אויף די ליסטע פון גרויסע עקספענסעס אין א קינדער-געבענטשטע שטוב, ובפרט לעצטנס ווען אלעס איז געגאנגען אויף ארויף, האבן די שיך מיטגעוואקט...

איז געקומען א נייע געשעפט "האַפּ-סקאַטש" און פארקויפט שיך פאר ליטערלי פרוטות.

ווי איך הער איז עס א נגיד וואס האט געעפנט דעם געשעפט לשם מצוה, ער מאנופעקטשערט אליינס די שיך, גוטע, שיינע, און דויערהאפטיגע שיך, און ער פארקויפט עס פאר שפאט ביליג ביי די אויספארקויפן וואס ער מאכט אפאר מאל א יאר.

אבער מען רעדט פון גרויסע נומערן... א סעט שיך וואס קאסט נארמאלערהייט 120 דאלער, וואקסטו דא ארויס פאר 35... יעצט רעכן אויס וויפיל געלט מענטשן שפארן דא... קיין ווינדער די גאנצע שטאט לויפט זיך צאם דארט.

פון די אנדערע זייט, די לאקאלע געשעפטן וויינען און קלאגן... זיי צאלן פאר די שיך פיל טייערער ווי ער פארקויפט עס אויפן שעלף... זיי צאלן רענט פאר געשעפטן און האלטן אויף ארבעטערס אגאנץ יאר... און זיי דארפן דאך אויך שבת מאכן דערפון...

עס איז פון איין זייט א פרייד, אבער פון די אנדערע זייט גייט מיין הארץ אויס פאר די געשעפטסלייט.

איך בין נייגעריג וויאזוי דער ציבור דא באטראכט עס.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:13 pm
דורך יעקב פריינד
געהערט טאקע זאגן אז די שיך גייט נישט אזוי ווי אלע יארן - דער עולם שפארט אדער האט מען אויסגעפינען פון די שיך סטאר

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:17 pm
דורך פופציגער
יעקב פריינד האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:13 pm געהערט טאקע זאגן אז די שיך גייט נישט אזוי ווי אלע יארן - דער עולם שפארט אדער האט מען אויסגעפינען פון די שיך סטאר
די געשעפטן וויינען מיט טרערן

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:17 pm
דורך בערל דער פייפער
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 8:57 pm אן ערנסטע רעוואלוציע האט זיך געשאפן אין די "שיך" מארקעט.

שיך איז אלעמאל געווען עפעס וואס איז געליגן אויף די ליסטע פון גרויסע עקספענסעס אין א קינדער-געבענטשטע שטוב, ובפרט לעצטנס ווען אלעס איז געגאנגען אויף ארויף, האבן די שיך מיטגעוואקט...

איז געקומען א נייע געשעפט "האַפּ-סקאַטש" און פארקויפט שיך פאר ליטערלי פרוטות.

ווי איך הער איז עס א נגיד וואס האט געעפנט דעם געשעפט לשם מצוה, ער מאנופעקטשערט אליינס די שיך, גוטע, שיינע, און דויערהאפטיגע שיך, און ער פארקויפט עס פאר שפאט ביליג ביי די אויספארקויפן וואס ער מאכט אפאר מאל א יאר.

אבער מען רעדט פון גרויסע נומערן... א סעט שיך וואס קאסט נארמאלערהייט 120 דאלער, וואקסטו דא ארויס פאר 35... יעצט רעכן אויס וויפיל געלט מענטשן שפארן דא... קיין ווינדער די גאנצע שטאט לויפט זיך צאם דארט.

פון די אנדערע זייט, די לאקאלע געשעפטן וויינען און קלאגן... זיי צאלן פאר די שיך פיל טייערער ווי ער פארקויפט עס אויפן שעלף... זיי צאלן רענט פאר געשעפטן און האלטן אויף ארבעטערס אגאנץ יאר... און זיי דארפן דאך אויך שבת מאכן דערפון...

עס איז פון איין זייט א פרייד, אבער פון די אנדערע זייט גייט מיין הארץ אויס פאר די געשעפטסלייט.

איך בין נייגעריג וויאזוי דער ציבור דא באטראכט עס.
מיין ווייב און קינדער האבן היינט איינגעקויפט פאר אינטער $400, ביי א אנדערע שיך סטאר וואלט עס געקאסט א אלף,

לגבי דיין ווייטאג האב איך געפילט די זעלבע אבער למעשה זענען די שיך געשעפטן ארויף פון 80/90 א שיך צו 120/130

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 9:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מצטרף צו @בערל'ען. מ'האמיר זיך היינט געשפארט א שיינע מטבע. וואס וועט זיין מיט די געשעפט?


אויף דעם זאגט די וועלט: "ס'איז נישט מיין געשעפט..." ודו"ק.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 26, 2024 10:42 pm
דורך וואוילער
יא, גם אני בחלומי בהקיץ, געקויפט נעכטן פאר די גענצע משפחה.

שמעתי אז אנפאנג האבן זיי געמאכט די סעילס נאר אין די אפפ סיזען, און געלאזט די געשעפטן פארקויפן פאר די נייע סקול יאר, אבער יעצט מאכן זיי עטליכע מאל א יאר.

גראדע איז עס נישט ממש די זעלבע קוואליטעט ווי די אנדערע קאמפעניס, אבער דאך לוינט זיך, ווייל מ'קען קויפן 3 פאר די פרייז פון איינס.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 11:04 am
דורך בן תורה
איך האב מוראדיג הנאה דערפון.

אבער די געשעפטן זענען נעבעך ביטער גערעכט. זיי טענה'ן אז זיי קויפן איין פארן סיזען און בלייבן סטאק מיטן גאנצן סטאק. ווען האפ סקאטש זאל ווען זיין אפען אגאנץ יאר, וואלטן די סטאר עטליסט געוויסט וויפיל צו עקספעקטן פאר די סיזען, מיט די יעצטיגע סיסטעם שפילט מען זיי אויס אז זיי קענען זיך ניטאמאל אויסרעכענען וויפיל איינצוקויפן.

פערזענליך האלט איך אז למען היושר וואלטן זיי עס געדארפט מאכן א וואך צוויי נאכן סיזען, דעמאלטס האסטו געהאלפן די נויטבאדערפיגע און די סטארס קענען ווייטער אנגיין.

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:39 pm
דורך שבת קודש
איינער זאגט מיר אז תשפ''ה איז ר''ת 'תהא שנת פרעיזדענט העריס'

האט איינער אפשר עפעס א גוטע ר''ת אז טראמפ גייט ווערן פרעזידענט?...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:44 pm
דורך ירא השם
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:39 pm איינער זאגט מיר אז תשפ''ה איז ר''ת 'תהא שנת פרעיזדענט העריס'

האט איינער אפשר עפעס א גוטע ר''ת אז טראמפ גייט ווערן פרעזידענט?...
ת'ראמפ ש'יהי' פ'רעזידענט ה'חדש

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:44 pm
דורך דעת קדשי
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:39 pm איינער זאגט מיר אז תשפ''ה איז ר''ת 'תהא שנת פרעיזדענט העריס'

האט איינער אפשר עפעס א גוטע ר''ת אז טראמפ גייט ווערן פרעזידענט?...
פרעג טורענהיים...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:45 pm
דורך פופציגער
אה, מענין לענין...

שטייענדיג בפרוס עלינו שנת תשפ"ה האב איך טאקע פונקט געקלערט.

דאס לעבן אין די ת"ש יארן איז עפעס אזוי געשמאק... ממש א קלייניגקייט צו טרעפן א ראשי תיבות... ת'הא ש'נת - וגו'...

וויאזוי האבן אונזערע עלטער זיידעס אין די ת"ר יארן דאס באהאנדלט??

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:46 pm
דורך דעת קדשי
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:45 pm אה, מענין לענין...

שטייענדיג בפרוס עלינו שנת תשפ"ה האב איך טאקע פונקט געקלערט.

דאס לעבן אין די ת"ש יארן איז עפעס אזוי געשמאק... ממש א קלייניגקייט צו טרעפן א ראשי תיבות... ת'הא ש'נת - וגו'...

וויאזוי האבן אונזערע עלטער זיידעס אין די ת"ר יארן דאס באהאנדלט??
גיי ווייס אפשר וועגן דעם זענען זיי נפטר געווארן...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:51 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ירא השם האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:44 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:39 pm איינער זאגט מיר אז תשפ''ה איז ר''ת 'תהא שנת פרעיזדענט העריס'

האט איינער אפשר עפעס א גוטע ר''ת אז טראמפ גייט ווערן פרעזידענט?...
ת'ראמפ ש'יהי' פ'רעזידענט ה'חדש
תהא שנת העריס "פעליער". (ס'שרייבט זיך נישט גוט אין אידיש אבער כאפסט וואס כ'מיין.)

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:22 pm
דורך שבת קודש
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:39 pm איינער זאגט מיר אז תשפ''ה איז ר''ת 'תהא שנת פרעיזדענט העריס'

האט איינער אפשר עפעס א גוטע ר''ת אז טראמפ גייט ווערן פרעזידענט?...
איז מיר איינער יעצט מעיר אז ס'איז ר''ת 'פרעיזדענט הישן שוב תמלוך'

איך אטעם אפ...

Re: על דא ועל הא

געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 4:27 pm
דורך דעת קדשי
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 3:45 pm אה, מענין לענין...

שטייענדיג בפרוס עלינו שנת תשפ"ה האב איך טאקע פונקט געקלערט.

דאס לעבן אין די ת"ש יארן איז עפעס אזוי געשמאק... ממש א קלייניגקייט צו טרעפן א ראשי תיבות... ת'הא ש'נת - וגו'...

וויאזוי האבן אונזערע עלטער זיידעס אין די ת"ר יארן דאס באהאנדלט??
למעשה זענען זיי געווען לאקי ווען איינער האט געפרעגט וועלכע יאר ביזטו געבוירן האט ער געקענט ענטפערן תר-נון חית...ער האט נישט געדארפט זאגן תיו ריש נון חית אזויווי אונז דארפן זאגן תיו שין פא דלת...
גראדע קומט גוטע צייטן מיט די תת יארן העמיר זיך קענען פירן ווי אונזערע איר עלטערן...