אונז בייג מיר זיך נישט. סימפל.וויענער חסיד האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 10, 2026 6:47 pm ווען די וועלט טוט ווען די סאטמארע שיטה, וויאזוי צו דיעלן מיט אנטעסעמעטיזם, פון שווייגן און זיך בייגן, און מען שניידט די מיליאנען דאלערדיגע ארגענאזאציעס קעגן אנטעסעמיטיזם adl וכדומה, וואלט בדרך הטבע געווען א פערטל האס קעגן יודען.
אין גערמאניע אין די 1930'ס האבן אידן זיך געבויגן, זיך געבויגן צום דייטש ווייל אונז זעמער נישט אנדערש. האבן זיי געדארפט ווייזן ווי אנדערש אונז זעמער.
רבי איד! מ'האט דיך פיינט ווייל ביסט א איד. נישט קיין שום אנדער'ן סיבה. האס קעגן אונז וועט זיין ביז משיח איז דא, און עס איז נישטא קיין וועג עס צו אפשטעלן אדער שוואכער מאכן.
קיינער נעמט זיך נישט אן פאר דיר באמת. די אויפשטענדלער האבן געהאט אסאך גרעסטע טשאנסן צו איבערלעבן, ווי דער וואס האט געוואקט צום גאז קאמערן.
ענק שרייען מיר נאך אויפן גאס "פרי פאלעסטיין" אדער "העי דזשיד, איר דארפט אפאר פעניס?" אדער אנדערע העיטפולע ווערטער... און ניין, איך וועל מיך נישט דערשרעקן אדער זיך בייגן, ווייל, ווייל, איך בין א איד! סימפל! אנדערע רופן עס "עי פראוד jew"
וויאזוי פלעגט דער אינגעלעך קווייער זאגן?
"מיר זענען סאלדאטן
פארן מלך מלכי המלכים
אין אונזער זכות
יא אין אונזער זכות
אין אונזער זכות
שטייט היינט די וועלט"
פרעג איך אייך, זאל איך מיך דען בייגן?