פרייטאג פרשת צו
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ יואל בער יאזשעף הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
נאכן דאווענען איז די בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
שב״ק פרשת צו - פרה
אום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
קבלת שבת: הרה״ח ר׳ גבריאל פישער הי״ו.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
אום 11:15 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבחור הרב משה בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א רב ביהמ״ד דקהלתינו הק׳ שכונת לי גארדענס.
הגבהת הכוס צו קידוש הגה״צ ר׳ אהרן שליט״א.
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הרה״ג ר׳ יחזקאל אילאוויטש שליט״א מו״ץ דקהלתינו הק׳.
מנוחה ושמחה: הרב מאיר זעגלבוים שליט״א.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה.
קה אכסוף: הרה״ח ר׳ מיכל שלעזינגער הי״ו.
קה רבון עלם: הרה״ח ר׳ זלמן הערש הירש הי״ו.
לאל אשר שבת: הרה״ח ר׳ חיים שלמה וויינשטאק הי״ו פון קרית יואל.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א.
אז ביום: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו.
מען האט פארענדיגט ארום 1:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
יום שבת קודש
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ נחמי קרויס הי״ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית ויוצר.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה ספר א׳: הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו פון מאנטריאל.
הוצאה והכנסה ספר ב׳: הרב אלי בצלאל פריעדמאן שליט״א.
כהן: הרה״ח ר׳ שלום האלענדער הי״ו.
לוי: מו״ה מרדכי רייזמאן הי״ו לרגל הולדת בתו.
שלישי: החתן בן הרה״ח ר׳ זלמן לייב פריעדמאן הי״ו.
רביעי: הרב יואל אהרן פריעדמאן שליט״א.
חמישי: הרה״ח ר׳ שלמה אהרן פריעדמאן הי״ו.
שישי: הרה״ג ר׳ נטע ווייס שליט״א פון קרית טאהש.
שביעי: הרה״ח ר׳ חיים הערש קלאגסבאלד הי״ו.
הוספות: החתן בן הרב יחזקאל שרגא נפתלי לייפער שליט״א, הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ שמואל עסטרייכער הי״ו, הרה״ח ר׳ אברהם שלום וועבער הי״ו, הרה״ח ר׳ געציל זופניק הי״ו, הרב יחזקאל שרגא נפתלי לייפער שליט״א, הרה״ח ר׳ זלמן לייב פריעדמאן הי״ו, הרה״ח ר׳ אלכסנדר חיים פריעדמאן הי״ו.
אחרון: הרה״ח ר׳ בנציון ווערצבערגער הי״ו.
הגבה: הרה״ח ר׳ יעקב פריעדמאן הי״ו פון לאנדאן.
גלילה: הרה״ח ר׳ פנחס ברא״ה עסטרייכער הי״ו.
דער רבי האט עולה געווען מפטיר - קריאת פרשת פרה.
הגבה: הרה״ח ר׳ וואלף האפמאן הי״ו.
גלילה: הרה״ח ר׳ זלמן לייב ברי״א פריעדמאן הי״ו
צו מוסף איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ אפרים יואל זופניק הי״ו.
פתיחה לאנעים זמירות: הרב שמואל ישעי פריעדמאן שליט״א פון מאנסי.
מען האט פארענדיגט ארום 12:45, די ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן.
דערנאך איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל ישראל דוב צו די קדישים,
הגבהת הכוס צו קידוש החתן בן הרה״ח ר׳ זלמן לייב פריעדמאן הי״ו
דער רבי האט פארטיילט שריים פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צום בייטאג טיש, אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה גדולה פון אויסלאנד.
במשכ׳ן טיש האט מען געזינגען ניגוני שב״ק, און דער רבי האט מכבד געווען די בחורים מיט די זמירות, און צו זאגן תורה,
הבה״ח ברוך מלול ני״ו פון אנטווערפען.
הבה״ח משה ברי״מ פריעדמאן ני״ו פון אנטווערפען.
הבה״ח יחזקאל שרגא פריעדמאן ני״ו.
החתן יצחק אשר פערלמוטער ני״ו פון לאנדאן.
הבה״ח נפתלי גרינפעלד ני״ו פון אנטווערפען.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה, און ארומגערעדט איבער דעם חת״ס וואס זאגט אז די חק פון פרה אדומה איז נאר אשר צוה השם לאמר, צו עס ליינען, ווייל בביאת הגואל וועט דאך זיין אפר הפרה, דער רבי האט דערמאנט די קשיא אז פרה במרה נצטוו, די גאנצע טומאה וטהרה איז דאך נאר געקומען נאר נאך די עגל,
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די ענין פון נסיעות לצדיקי הדור ובפרט פרשת פרה, אזוי אויך איבער די הפטורה ד׳ פרשיות.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הבה״ח אייזיק האלבערשטאם ני״ו בן הגה״צ אב״ד דקהלתינו לאנדאן שליט״א.
אויפן וועג אהיים האט דער רבי ארומגערעדט סיפורים ועובדות פון הרה״ק מרן הישמח משה זי״ע.
מען האט געענדיגט ארום 4:30.
מנחה ושל״ס
אום 7:35 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יחזקאל שרגא רייזמאן הי״ו.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ג ר׳ ישעי יעקב בירנבוים שליט״א.
לוי: הרה״ח ר׳ יודל טירנוער הי״ו.
שלישי: הרה״ח ר׳ משה חיים פריעדמאן הי״ו פון שווייץ.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה״ח ר׳ שלום בערקאוויטש הי״ו.
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ שאול פערלשטיין הי״ו ראה״ק
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה
ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳.
שושנת יעקב: הרה״ח ר׳ זלמן לייב פריעדמאן הי״ו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם ברוין הי״ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה און געזאגט ויתן לך.
~
~