בלאט 118 פון 564

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:37 pm
דורך סענס אף יומער
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:34 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:29 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:16 pm הרב בלום זאגט אינעם פאנעל אז אסרו חג איז דא א פארהער אין געריכט. איינער מיט אפדעיטס?
געשריבן היינט אויף אייוועלט

פארגעסן צו שרייבן דא
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 1:26 pm פרייליכע נייעס יעצט פון גוואטעמאלא!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ענדגילטיג באפרייט די פארבליבענע 2 קינדער פון דוב בער מלכא (חתן אוריאל גאלדמאן) וואס איז שוין ארויסגעקומען מיט זיין ווייב קיין ניו יארק בעפאר פסח מיט זייער יונגסטע קינד, און היינט איז פארגעקומען די געריכט הירינג צו באפרייען זיינע אנדערע 2 קינדער וואס זענען נאך געווען אין שעלטער ביז יעצט.

דאס איז געקומען נאך א שטורמישע געריכט סעסיע ווען אין א שאקירנדע שריט האבן די צוויי קינדער געבעטן דעם ריכטער אז זיי ווילן נישט ארויסגיין מיט זייערע עלטערן וויבאלד חיים צבי מלכא האט זיי געזאגט אז זייערע עלטערן האבן זיך גע'שמד'ט און זענען געווארן גוים גמורים! אבער ב"ה אז ס'האט קיין שום שטערונג נישט גורם געווען און די באפרייאונג איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורכ'ן געריכט.
איך האב פארשטאנען פון אים אז עס גייט זיין 5 קינדער
קען זיין ער האט געזאגט 5 נפשות אלעס צוזאמען, טאטע מאמע און דריי קינדער.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:38 pm
דורך שווערמער
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:37 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:34 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:29 pm
געשריבן היינט אויף אייוועלט

פארגעסן צו שרייבן דא
איך האב פארשטאנען פון אים אז עס גייט זיין 5 קינדער
קען זיין ער האט געזאגט 5 נפשות אלעס צוזאמען, טאטע מאמע און דריי קינדער.
אדער האט ער געמיינט עפעס אנדערש...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:48 pm
דורך סענס אף יומער
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:38 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:37 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:34 pm

איך האב פארשטאנען פון אים אז עס גייט זיין 5 קינדער
קען זיין ער האט געזאגט 5 נפשות אלעס צוזאמען, טאטע מאמע און דריי קינדער.
אדער האט ער געמיינט עפעס אנדערש...
נישט געווען קיין שום אנדערע גע'סקעדזשול'טע געריכט הירינגס פאר היינט אויסער דאס
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 2:30 pm אין די זעלבע צייט איז אויך היינט פארגעקומען באזונדערע געריכט הירינגס איבער נאך צוויי פאמיליעס, ווען די עלטערן וואס זענען נאך אין לב טהור האבן פרובירט צוריקצובאקומען זייערע קינדער. איינער איז מנחם מענדל גאלדמאן חתן ר' יושע לעווי הי"ד, און די צווייטע איז אהרן גאלדמאן חתן ארי' יודא מלכא, (ביידע זענען זוהנ'ען פון מיכאל יודא גאלדמאן).
איבריג צו זאגן אז די געריכט האט אפגעזאגט די פארלאנג פון די עלטערן צוריקצובאקומען די קינדער ווילאנג זיי זענען נאך אין לב טהור, און די קינדער זענען טאקע צוריקגעגאנגען אינעם שעלטער.

דאס צייגט נאכאמאל קליפ און קלאר אז די פאמיליעס וואס לאזן איבער דעם קולט באקומען צוריק זייערע קינדער גרינגערהייט בעז"ה, און די וואס עקשנ'ען זיך נאך צו בלייבן האבן נישט די מעגליכקייט צוריקצובאקומען זייערע קינדער.
ביי וויפיל מינוט האסטו דאס געהערט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 3:42 am
דורך יע יע
מיך זעהט אויס אז נישט ער איז דער וואס פירט ממש, ער האט איינעם איבער זיך, מן הסתם קומט אלעס פון נחמן וואס זיצט דארט..... מיט זיינע וועגן זיכער שיקט ער אויך יעצט הוראות, נישט סתם קומט מען אים באזיכן, עס קען נישט זיין אז די עולם זאל זיך צו הערן צו אזא יונג, ער באקומט זיכער הוראות ווי אזוי צו פירן, ווי אן און ווי אויס.
מענטשן פון איבער 50 יאהר גייען נישט פאלגן צו איינעם וואס וואלט געקענט זיין זייער אייניקל,
זיי פאלגן אים ווייל מן הסתם ווייסן זיי אז עס קומט פון העכער
וואלט ער נישט געהאט יענעם איבער זיך גלייב איך נישט אז ער וואלט אזוי פארפירט די עולם, נחמן איז פשוט נישט דארט צו זעהן אז די מצב איז.........
ריכטיג?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 8:28 am
דורך סענס אף יומער
יע יע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 3:42 am מיך זעהט אויס אז נישט ער איז דער וואס פירט ממש, ער האט איינעם איבער זיך, מן הסתם קומט אלעס פון נחמן וואס זיצט דארט..... מיט זיינע וועגן זיכער שיקט ער אויך יעצט הוראות, נישט סתם קומט מען אים באזיכן, עס קען נישט זיין אז די עולם זאל זיך צו הערן צו אזא יונג, ער באקומט זיכער הוראות ווי אזוי צו פירן, ווי אן און ווי אויס.
מענטשן פון איבער 50 יאהר גייען נישט פאלגן צו איינעם וואס וואלט געקענט זיין זייער אייניקל,
זיי פאלגן אים ווייל מן הסתם ווייסן זיי אז עס קומט פון העכער
וואלט ער נישט געהאט יענעם איבער זיך גלייב איך נישט אז ער וואלט אזוי פארפירט די עולם, נחמן איז פשוט נישט דארט צו זעהן אז די מצב איז.........
ריכטיג?
ריכטיג אז ער נעמט באפעלן פון נחמן, אבער אומריכטיג אז נאר דאס איז זיין כח און מ'וואלט אים נישט געפאלגט אנדערש.

אוודאי קען מען נישט באלעבאטעווען אן ווערן געהייערט דורכ'ן פירער, אבער איינמאל ער איז אין די הנהלה קען ער טוהן וואס ער וויל און זיין יונגע עלטער מאכט אים נישט ווייניגער פאוערפול.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 9:14 am
דורך יאיא
יע יע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 3:42 am מיך זעהט אויס אז נישט ער איז דער וואס פירט ממש, ער האט איינעם איבער זיך, מן הסתם קומט אלעס פון נחמן וואס זיצט דארט..... מיט זיינע וועגן זיכער שיקט ער אויך יעצט הוראות, נישט סתם קומט מען אים באזיכן, עס קען נישט זיין אז די עולם זאל זיך צו הערן צו אזא יונג, ער באקומט זיכער הוראות ווי אזוי צו פירן, ווי אן און ווי אויס.
מענטשן פון איבער 50 יאהר גייען נישט פאלגן צו איינעם וואס וואלט געקענט זיין זייער אייניקל,
זיי פאלגן אים ווייל מן הסתם ווייסן זיי אז עס קומט פון העכער
וואלט ער נישט געהאט יענעם איבער זיך גלייב איך נישט אז ער וואלט אזוי פארפירט די עולם, נחמן איז פשוט נישט דארט צו זעהן אז די מצב איז.........
ריכטיג?
די האסט שוין אמאל געהערט די ווארט טעראר??

מען קען דיר אויך מאכן פאלגען
ס'וועט נישט געשען און איין מינוט פארשטייט זיך אבער מען קען

די ווייסט אז איין נאצי האט געקענט פירן אסאך אסאך אידן אויף איינמאל זיי וואלטן אים געקענסט מסדר זיין
נאר איין מאל מען איז אונטער טעראר פאלגט מען

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 10:56 am
דורך שמועות טובות
זכריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 5:47 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:08 am
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:07 am

ווי אלט איז ער?
24
זייט ווען איז ער פוןנדי הנהלה?
ער איז ממלא מקום פון יעקב נחום וויינגארטן זייט ער איז אריין אין חד גדיא
ער האט אים גוט דערלערנט

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 10:58 am
דורך שמועות טובות
יע יע האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 3:42 am מיך זעהט אויס אז נישט ער איז דער וואס פירט ממש, ער האט איינעם איבער זיך, מן הסתם קומט אלעס פון נחמן וואס זיצט דארט..... מיט זיינע וועגן זיכער שיקט ער אויך יעצט הוראות, נישט סתם קומט מען אים באזיכן, עס קען נישט זיין אז די עולם זאל זיך צו הערן צו אזא יונג, ער באקומט זיכער הוראות ווי אזוי צו פירן, ווי אן און ווי אויס.
מענטשן פון איבער 50 יאהר גייען נישט פאלגן צו איינעם וואס וואלט געקענט זיין זייער אייניקל,
זיי פאלגן אים ווייל מן הסתם ווייסן זיי אז עס קומט פון העכער
וואלט ער נישט געהאט יענעם איבער זיך גלייב איך נישט אז ער וואלט אזוי פארפירט די עולם, נחמן איז פשוט נישט דארט צו זעהן אז די מצב איז.........
ריכטיג?
זעהט אויס ביסט נישט אזוי באהאווענט מיט די באדייט פון א "קלט" (ראשי תיבות קהלת לב טהור)

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:34 am
דורך ווער
ווי אזוי הייסט ער?
Screenshot 2025-04-22 113257.png
Screenshot 2025-04-22 113257.png (249.14 KiB) געזען געווארן 2876 מאל

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:52 am
דורך מעביר על המידות
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 10:56 am
זכריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 5:47 am
מסתמא האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:08 am
24
זייט ווען איז ער פוןנדי הנהלה?
ער איז ממלא מקום פון יעקב נחום וויינגארטן זייט ער איז אריין אין חד גדיא
ער האט אים גוט דערלערנט
ווען יעקב נחום האט געפירט איז אויך געווען אזוי געפערליך אדער היינט איז ערגער?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:59 am
דורך שמועות טובות
מעביר על המידות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:52 am
שמועות טובות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 10:56 am
זכריה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 5:47 am

זייט ווען איז ער פוןנדי הנהלה?
ער איז ממלא מקום פון יעקב נחום וויינגארטן זייט ער איז אריין אין חד גדיא
ער האט אים גוט דערלערנט
ווען יעקב נחום האט געפירט איז אויך געווען אזוי געפערליך אדער היינט איז ערגער?
אויב קענסטו יעקב נחום קענסטו דאס אליינס ענטפערן
און נישט אלעס וואס מען ווייסט קען מען זאגן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 12:02 pm
דורך סענס אף יומער
ווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:34 am ווי אזוי הייסט ער?
Screenshot 2025-04-22 113257.png
א גר

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 12:04 pm
דורך ווער
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 12:02 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 11:34 am ווי אזוי הייסט ער?
Screenshot 2025-04-22 113257.png
א גר
ער איז נאך דארט?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:38 pm
דורך טיפע טאשן
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:29 pm
שווערמער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 8:16 pm הרב בלום זאגט אינעם פאנעל אז אסרו חג איז דא א פארהער אין געריכט. איינער מיט אפדעיטס?
געשריבן היינט אויף אייוועלט

פארגעסן צו שרייבן דא
סענס אף יומער האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 1:26 pm פרייליכע נייעס יעצט פון גוואטעמאלא!

אין די יעצטיגע מינוטן האט די געריכט ענדגילטיג באפרייט די פארבליבענע 2 קינדער פון דוב בער מלכא (חתן אוריאל גאלדמאן) וואס איז שוין ארויסגעקומען מיט זיין ווייב קיין ניו יארק בעפאר פסח מיט זייער יונגסטע קינד, און היינט איז פארגעקומען די געריכט הירינג צו באפרייען זיינע אנדערע 2 קינדער וואס זענען נאך געווען אין שעלטער ביז יעצט.

דאס איז געקומען נאך א שטורמישע געריכט סעסיע ווען אין א שאקירנדע שריט האבן די צוויי קינדער געבעטן דעם ריכטער אז זיי ווילן נישט ארויסגיין מיט זייערע עלטערן וויבאלד חיים צבי מלכא האט זיי געזאגט אז זייערע עלטערן האבן זיך גע'שמד'ט און זענען געווארן גוים גמורים! אבער ב"ה אז ס'האט קיין שום שטערונג נישט גורם געווען און די באפרייאונג איז ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורכ'ן געריכט.
ווי אלט זענען די קינדער?

די קינדער האלטן בכלל ביים גיין מיט זייערע עלטערן?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:01 pm
דורך סענס אף יומער
ווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:54 pm
בראשית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 9:42 pm איינער מיט א בילד פון משה חיים צבי מלכה?
Screenshot 2025-04-22 135325.png
דאס איז ניסן יושע יודא מלכא, ער איז שוין אינדרויסן.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:22 pm
דורך מעביר על המידות
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:01 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:54 pm
בראשית האט געשריבן: מאנטאג אפריל 21, 2025 9:42 pm איינער מיט א בילד פון משה חיים צבי מלכה?
Screenshot 2025-04-22 135325.png
דאס איז ניסן יושע יודא מלכא, ער איז שוין אינדרויסן.
ווען איז ער ארויס?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:48 pm
דורך לאגיק
מעביר על המידות האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:22 pm
סענס אף יומער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 2:01 pm
ווער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 1:54 pm

Screenshot 2025-04-22 135325.png
דאס איז ניסן יושע יודא מלכא, ער איז שוין אינדרויסן.
ווען איז ער ארויס?
על פי תורה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 15, 2025 4:11 am בשורה טובה!
נאך א משפחה'לע באפרייט פון לב טמא!

הר''ר ניסן יושע יודא מלכא הי''ו פון די געוועזענע הנהלה פון לב טהור (נאר חלק העסקנות, נישט רציחות)
האט אפיציעל פארלאזט לב טהור, אינאיינעם מיט זיין ווייב. ער האט 2 קינדער אין די שעלטער, און ער גייט זיי בקרוב באקומען בעזהשי''ת.
דאס קומט נאך וואכן לאנג ארבעט און עסקנות פון די געטרייע עסקנים הר''ר אברהם גרינהוט הי''ו און הרב יואל יהושע העשיל בלום שליט''א וועלעכע האבן געארבעט מיט ר' ניסן יושע יודא האנט ביי האנט ביזן ענדגילטיגן גאולה פון דעם קליפה.

דאס איז א שטארקע קלאפ פאר לב טהור, זינט די הנהלה פלעגט באשטיין פון ר' דוב בער מלכא, ר' ניסן יושע יודא מלכא, משה לייב אלטער. און חיים צבי מלכא בראשם. ר' דוב בער און ר' ניסן יושע יודא זענען געווען ממונה אויף די חלק העסקנות, און משה לייב אלטער איז די שליח פון חיים צבי מלכא פאר די אלע מעשי רציחות. ר' דוב בער און ר' ניסן יושע יודא האבן ביידע פארלאזט די כת אינעם זעלבן וואך.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 3:48 pm
דורך וועלוול
שמואל גפל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 18, 2025 6:10 pm
פון בערך 2:10:00 קען מען גארנישט הערן

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:29 pm
דורך צריכין פרנסה
א אינערעסאנטע שאלה געקלערט, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך..

וואס טוט מען אויב מ'האט געהאט א סמארטפאון אין בבל, און בעזרת השי"ת קומט מען עווענטועל אן קיין אמעריקא מיט די קינדער, וועט די הנהלה רוחנית פון די לאקאלע מוסדות פון די ערב רב (לשעבר ) קענען פארלאנגט א ערב רב פילטער (משומר, גדר וכד')?...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:35 pm
דורך יאנטשי
צריכין פרנסה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:29 pm א אינערעסאנטע שאלה געקלערט, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך..

וואס טוט מען אויב מ'האט געהאט א סמארטפאון אין בבל, און בעזרת השי"ת קומט מען עווענטועל אן קיין אמעריקא מיט די קינדער, וועט די הנהלה רוחנית פון די לאקאלע מוסדות פון די ערב רב (לשעבר ) קענען פארלאנגט א ערב רב פילטער (משומר, גדר וכד')?...
איך פארשטיי נישט דיין שאלה, די ערב רב מוסדות פארלאנגט מען מוז זיך צושטעלן צו די ערב רב מיט אלעם, וואס איז דער סמארטפאון אנדערש?

איך האב נאר געטראכט פארקערט, איז אין בבל דער פליפ פאון א שמד פאון?

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:41 pm
דורך סענס אף יומער
צריכין פרנסה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:29 pm א אינערעסאנטע שאלה געקלערט, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך..

וואס טוט מען אויב מ'האט געהאט א סמארטפאון אין בבל, און בעזרת השי"ת קומט מען עווענטועל אן קיין אמעריקא מיט די קינדער, וועט די הנהלה רוחנית פון די לאקאלע מוסדות פון די ערב רב (לשעבר ) קענען פארלאנגט א ערב רב פילטער (משומר, גדר וכד')?...
איינע פון די שמד מיטלען וואס די ערב רב נוצט פורק עול צו זיין איז דורכ'ן אוועקווארפן די אמאליגע פארצייטישע סמארטפאון און נוצן די היינטיגע מאדערנע פליפ פאון...

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:01 pm
דורך צריכין פרנסה
יאנטשי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:35 pm
צריכין פרנסה האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 6:29 pm א אינערעסאנטע שאלה געקלערט, איך מיין נישט קיינעם פערזענליך..

וואס טוט מען אויב מ'האט געהאט א סמארטפאון אין בבל, און בעזרת השי"ת קומט מען עווענטועל אן קיין אמעריקא מיט די קינדער, וועט די הנהלה רוחנית פון די לאקאלע מוסדות פון די ערב רב (לשעבר ) קענען פארלאנגט א ערב רב פילטער (משומר, גדר וכד')?...
איך פארשטיי נישט דיין שאלה, די ערב רב מוסדות פארלאנגט מען מוז זיך צושטעלן צו די ערב רב מיט אלעם, וואס איז דער סמארטפאון אנדערש?

איך האב נאר געטראכט פארקערט, איז אין בלל דער פליפ פאון א שמד פאון?
מיין שאלה איז, ווי פארשטייט זיך, א כלליות'דיגע שאלה.

אביסל קלארער געפרעגט:

עס איז דא בחורים און אינגעלייט וואס קומען נעבעך ארויס אינגאנצן צוקאליטשט פיזיש און גייסטיש, נישט געהאט קיין גוטע טאג אין זייער לעבן נעבעך ל"ע, זיי האבן אין זייער לעבן נישט געפילט דער טעם פון זיין זאט אדער אויסגערוהט געהעריג.
אויף זיי איז דאך נישט קיין שום חשש, זיי וועלן אנהייבן פירן יעצט א נארמאלע געזונטע לעבנסשטייגער, און האפנטליך גרינג און געזונט זיך איינגלידערן צווישן די היימישע עולם.
אויף זיי איז דאך נישט דא קיין חששות, ווי הצדיק ר' יואל יהושע העשיל האט מסביר געווען ביים קרית יואל'ן פאנעל, און געבעטן דעם ציבור דאס צו פארשטיין.

דערנאך, איז אבער דא די פון די אנדערע זייט טיש, דהיינו, חברי הנהלה וכדו' לשעבר, איך רעד נישט פון די רוצחים אליינס, וואס זיי וועלן בלייבן דארטן האפנטליך, און וועלן קיינמאל אנקומען צו אונזערע געגנטער, ווי @על פי תורה האט שוין ערווענט נישט איינמאל.
אבער די א.ג. עסקנים פון די הנהלה, די וועט מען דאך יא העלפן ארויסקומען (ווי עס קומט אויס דא גאנץ קלאר).
זיי, האבן דאך גאנץ גוט געגעסן און געשלאפן, קיין פעטש האבן זיי נישט געכאפט, און אפענע סמארטפאונ'ס ה"י האבן זיי געהאט ליידער.
זיי האבן נישט געהאט קיין ספעציעל שווער לעבן דארטן, די גאנצע סיבה וואס זיי לאזן אפ דאס פלאץ איז צוליב וואס עס איז זיי "יעצט" שווער געווארן, דהיינו, ס'איז שוין נישט דא געהעריג אויף וועמען צו געוועלטיגן.

די אידן ווייסן דען וואס מיינט א שווער לעבן, אז זיי זאלן גארן און האפן גענוג אויף א נארמאלע אידישע ציוויליזירטע לעבנסשטייגער, און אין רעזולטאט זיך צושטעלן צו אונזער מהלך החיים, דארונטער אלע תקנות, געשריבענע און אומגעשריבענע?..

אין קורצן:
א איד וואס האט שולט געווען אויף אנדערע, (נישט בדרך רציחה ח"ו), וועט לאזן אנדערע האבן א ווארט אויף אים?!!

קלארשטעלונג:
דאס איז אלעס בגדר "שאלה", אלע צדדים וואס מ'קען קלערן דערינען.
איך קען נישט די באטרעפנדע, ווי אויך נישט די קלארע מציאות, איך פרעג תמימות'דיג.. (נאכן זעהן דא א בילד פון איינעם מיט א כלי אין די האנט, און אפאר וואכן שפעטער אלס א יוצא וואס די עסקנים האבן געהאלפן ארויסגיין, צוליב וואס זיין חלק אין די הנהלה איז נאר געווען עסקנות און נישט רציחה).

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:23 pm
דורך דער תהלים איד
אין א זייטיגע נאטיץ, בין איך שטארק נתפעל געווארן פון די ערוואקסנקייט און מעטשור וועג פון רעדן, פון די צוויי אינגע יוצאים ביים לעבעדיגן הארצרייסענדער אינטערוויו.

קוקט אויס אז זיי האבן שוין אזויפיל מיטגעמאכט נעבעך, אז זיי זענען שוין געווארן אויסגעריבן. זיי רעדן ליידער זייער זייער צום זאך.

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:27 pm
דורך געטטער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:23 pm אין א זייטיגע נאטיץ, בין איך שטארק נתפעל געווארן פון די ערוואקסנקייט און מעטשור וועג פון רעדן, פון די צוויי אינגע יוצאים ביים לעבעדיגן הארצרייסענדער אינטערוויו.

קוקט אויס אז זיי האבן שוין אזויפיל מיטגעמאכט נעבעך, אז זיי זענען שוין געווארן אויסגעריבן. זיי רעדן ליידער זייער זייער צום זאך.

??Someone has it in mp3

Re: כת לב טהור אין גוואטעמאלע

געפאוסט: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:33 pm
דורך דער תהלים איד
געטטער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 22, 2025 7:27 pm