בלאט 117 פון 190
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 4:47 pm
דורך דער תהלים איד
@יאנטשי עס איז אביסל שווער צו אנאליזירן ווער די 128 העריס וויילער זענען, אבער אויב איינער וויל געבן די גאנצע פאר מהרי"י העלעך נישט ברוגז זיין.
בנוגע די היימשטאט, איך פארשטיי אז זייער נייעס גייט לויט די אנ"ש צעטל, וואס איז לויט די רעזולטאטן פון דינסטאג. לויט מיינע נומערן דא פון יעצט קומט עס אפשר טאקע אויס עטוואס מער, אבער איך האב נאכנישט דא די נומער פון טאטאל וויילער קעגן וועמען צו רעכענען פראצענטן.
אויב זאל איך רעכענען קעגן די טראמפ נומער, וואס איז די העכסטע נומער, קומט אלייענס אויס בערך 21% שטימען, אבער לויט דעם גייט אנ"ש ארויף צו 79%.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 4:59 pm
דורך פישפיקלאדיין
אויגעלעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 4:45 pm
יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 4:12 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:40 pm
איך קען באמת נישט זען פארוואס א חסיד מהרי"י זאל טראכטן צו שטימען פאר איר אויב זי איז:
- נישט קיין רעפובליקען
- נישט קיין נאמען וואס איינער ווייסט צו האבן נהנה געווען
- נישט אינדארסירט געווארן
(+ יא געווארן אויסגעלאזט כדי צו זען א חילוק אין די בעלאטס)
כהער.
דאן פארוואס רעכענסטו נישט אריין די 128 העריס שטימען אין די אלייענס בלאק וואוט? פאר אנ"ש באלאנגט דאך עס זיכער נישט, און ווארשיינליך האבן זיי נישט געשטימט פאר איינער פון די אנדערע רעפאבליקאנע קאנדידאטן אז אנ"ש זאל עס רופן 'צוריסענע' שטימען, מאכט סענס?
(בד"וו, איך פארשטיי נישט וואס איז די קינדערישקייט פון היימשטאט צו שרייבן אויפן דעקל אז אלייענס האט אונטער 20% ק"י שטימען ווען יעדער בר דעת ווייסט אז עס איז פראפעגאנדע, אין בעסטן פאל (פאר אנ"ש) איז עס לויט דיינע נומערן פון אביסל העכער ווי 20% )
פרעזידענטליכע שטימען האט נישט מיט קיין פארטיי וכדו' ווייל רוב כלל ישראל איז געגאנגען פאר טראמפ, ממילא איז מסתבר אז די העריס וואויטס זענען מענטשן וואס באופן כללי זענען זיי קעגן טראמפ.
בד"וו די ציל פון די אנ"ש צעטל איז נישט אויף צו ווייזן וויפיל מעמבערס מהר"א האט, נאר צו ווייזן וויפיל יעדע בלאק וואוט קען ארויס ברענגען, אפילו עס איז קלאר פאר יעדע בר דעת אז מהר"יי האט מער ווי %20, ווייזט זיך אבער ארויס אז אין קרית יואל האבן זיי נישט געקענט ארויס ברענגען מער ווי %20,
און ארויס ברענגען א בלאק וואויט מיינט ארויס ברענגען מענטשן וואס וואויטן לויט דיין סעמפל בעלאט
עס איז נאך קיינמאל נישט געזען געווארן אז קהלת מהר"יי זאל האבן מער פון ארום 20% קרית יואל.
עס איז יא געווארן אויפגעוויזן אז פון אלע נישט מהר"א קהלות אינאיינעם איז דא ביז מערסטנס 40% אגעגן מהר"א וואס איז ווייניגסטנס 60%.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 6:19 pm
דורך דער תהלים איד
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:59 pm
אפיציעלע פיינעל נומערן פון די קאונטי בארד אף עלעקשאנס, פאר טאון אף פאלם טרי (ווילעדזש אף קרית יואל)
טראמפ 8,186
העריס 128
דזשיליבראנד 6,468
סאפרעיקאון 972
רייען 7,884
עספאזיטא 662
סקופיס 7,313
האול 1,018
עיקוס 7,595
לאפאללא 881
NO 7,410
YES 157
די רעזולטאטן נעמען אריין: 1) עירלי וואטס, 2) מעיל-אין בעלאטס אריין ביז מאנטאג, 2) אלע דינסטאג מאשין-שטימען
וואס איך ווארט נאך היינט צו באקומען איז: 1) די טאטעל צאל וויילער, 2) די טאטעל צאל ריקוועסטעד מעיל בעלאטס (אי"ה שפעטער)
(אנאליזירן די נומערן, אויפריכטיג אי"ה, וועל איך אין א באזונדערע תגובה)
אפדעיט:
די טאטעל צאל פאלם-טרי וויילער רעקארדירט יעצט ביי די BOE איז 9,270
(ערווארטעט מעגליך ארויפצוגיין נעקסטע וואך מיט נאך אריבער 400 שפעטע מעיל-אין'ס)
7,712 דערפון האבן געשטימט
דינסטאג - 1,112 האבן געשטימט
עירלי - 446 האבן געשטימט מיט
מעיל אין.
--------------
יעצט, כלפי די בלאק וואוט. גייענדיג מיט
דעם קלארסטן חשבון, און רעכענענדיג די פראצענטן קעגן דעם טאטעל פון 9,270, קומט עס אויס אזוי:
די 6468
אנ"ש שטימען איז
69.7%
די 1,726
אלייענס שטימען איז
18.6%
די ארום 650
רעפובליקאנע צוריסענע שטימען זענען
7%
די בערך 400
אנטי סקופיס צוריסענע איז
4.3%
און עס בלייבט 26 וויילער וואס פאלן נישט אין ערגעץ, אפשר געשטימט נאר אויפ'ן פראפאזעל.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 6:26 pm
דורך דער תהלים איד
נפתלי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 3:53 pm
@דער תהלים איד וויפיל מעיל-אין בעלעטס איז געוועהן און קרית יואל?
עס איז רעקארדירט געווארן
860 מעיל-אין ריקוועסטס בסך הכל פון פאלם טרי.
געציילט דערווייל, דאס מיינט אז ס'איז אנגעקומען ביז מאנטאג, איז 446 מעיל אין שטימען. (דאס ליגן אין די רעזולטאטן פריער געשריבן)
די איבריגע 414 מעיל אין'ס האבן צוריקגעשיקט שפעטער און מ'וועט עס ציילן נעקסטע וואך, אדער האבן [טייל פון] זיי בכלל נישט געשטימט.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 6:41 pm
דורך חוט של חסד
ארץ ישראל'דיגער צייטונג 'שחרית' איבער די וואלן אין קרית יואל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 6:44 pm
דורך דער תהלים איד
רעדע פון סענאטאר דזשעימס סקופיס ביי זיין פלוצימע באזוך אינעם קאל-צענטער פון אנ"ש בלאק וואוט.
סקופיס באדאנקט זיך פאר די היסטאריש הויכע טורנאויט, און רעדט צווישן אנדערן איבער זיין פייט צו פראטעקטן אונזער רעליגיעזע חינוך.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 7:05 pm
דורך שמעון סאמעט
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 2:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 1:59 pm
די רעזולטאטן נעמען אריין: 1) עירלי וואטס, 2) מעיל-אין בעלאטס אריין ביז מאנטאג, 2) אלע דינסטאג מאשין-שטימען
► Show Spoiler
אנ"ש שטימען:
6,468 אידן האבן געשטימט פאר די אנ"ש בעלאט, אויך פאר דזשיליבראנד ווי אנ"ש האט געהייסן.
אלייענס שטימען:
1,416 אידן האבן געוואוט פון פעט רייען און אראפ, און אויסגעלאזט נאר דזשיליבראנד, גענוי ווי די אלייענס בעלאט.
310 אידן האבן נישט געשטימט אלגעמיין רעפובליקען אבער יא געשטימט קעגן דזשיליבראנד, וואס הייסט נאך אויך געשטימט לויט אלייענס.
ס"ה 1,726
רעפובליקאנע שטימען (הנקרא צוריסענע שטימען):
צווישן 662 (אספאזיטא) און 881 (לאפאללא) האבן געשטימט לויט זייער אייגענע פאליטישע נייגונג, און זייער שטימע איז געגאנגען קיין ערגעץ. צוריסן בלע"ז.
אנטי סקופיס שטימען:
צווישן 137 און 356 האבן געשטימט דוקא פאר האולל קעגן סקופיס (כלומר, נישט אלל רעפובליקען, נאר קעגן סקופיס), און בערך 300 וויילער האבן אויסגעלאזט סקופיס/האולל בכלל.
ס"ה ארום 500 אנטי סקופיס
און יעצט א שטיקל אנאליז פון מיין אייגענע קוק ווינקל:
אנ"ש / קרית יואל בלאק וואוט:
די גאר הויכע צאל אנ"ש וויילער בליעה"ר, האט זיך אנגעזען ב"ה במשך די טאג, און עס קומט נאך א גאר ערנסטע אפערעישן סיי מיט אריינברענגען כמעט 2,000 פרישע רעגיסטראציעס, סיי מיט א מאסיווע עירלי-שטימען קאמפיין אנגעהויבן מוצאי יו"ט, מיט באסעס יעדע האלבע שעה במשך איבער א וואך צייט, און סיי מיט א שטארקע ווארימקייט ביים ציבור נאכ'ן מיטהאלטן וויאזוי דער רבי שליט"א (מהר"א) אליינס איז אזויפיל עוסק צו אויסנוצן די יעצטיגע וואלן לטובת החינוך, א זאך וואס האט געברענגט אז אפילו אזעלכע מענטשן וועלכע האבן בעבר געמיינט אז שטימען איז עפעס א פאליטישע זאך, האבן באקומען א שטארקע ווארימקייט צו טון דעם גרויסן חסד, וואס מיט די פאר מינוט טוט מען אויף במשך די יאר א געוואלד.
אלייענס / קרית יואל וואל כח:
עס מעג באגריסט ווערן די געוואלדיגע שעפערישקייט און געניטע ארבעט וואס איז געווארן אריינגעלייגט מצד די עסקני מהרי"י, נאך מערערע יארן וואס דער בלאק וואוט איז געווארן אויס ווערד, מען האט כמעט נישט אינדארסירט געהעריג און דער ציבור האט כמעט נישט געשטימט מער, האט מען יעצט אויסגענוצט די פרישקייט נאכ'ן בויען א נייעם הערליכן ביהמ"ד אא"וו, און צוריק אוועקגעשטעלט א געהעריגע באזע צו באגלייטן די רעגיסטראציעס און ליסטעס, און ארויסברענגען דעם עולם שטימען. ולא עוד, נאר די אינדארסירונגען זענען נישט געגאנגען 'אבי פארקערט' נאר עס האט געהאט א נארמאלע צוגאנג פון שטימען פאר ווער עס קען סערווירן דעם ציבור און די שטאט.
כאטש מען קען נישט ערווארטן אז יעדע מאן און פרוי זאל שפירן גענוג אז די נאוועמבער וואלן זאל ברענגען עפעס ריזיגע זאכן, און עס זענען זיכער נישט געווען די פולע נומערן וואס מען קען ארויסברענגען, מען האט שוין בעבר געזען אז ווען עס איז עכט א גורל צווישן די חסידות'ן קענען די "נישט-מהר"א וואוטס" אנקומען ביז ארום 40 פראצענט, וואס איז נישט געווען דא די קעיס. פארט אבער איז געווען גענוג וואס האבן פארשטאנען אז דאס גיט א כח פאר די עסקנים וועלן זיי ווילן שטיפן זאכן פאראויס, צו מיט סטעיט פערמיטס פאר בנינים ווען עס מאכט זיך, צו מיט די בניני המוסדות אין די ארומיגע ווילעדזשעס וואו מען קען נוצן סטעיט פרעשור צו פארשנעלערן פראצעדורן.
צי עס איז דא ליסטעס פון 4,500 וויילער אין גאנץ קרית יואל ווייס איך נישט, אבער אויב יא מיינט עס אז כמעט 3,000 דערפון וואוינען אין די ארומיגע ווילעדזשעס. עס קוקט אויס אביסל איבערגעטריבן, אבער יכול להיות.
אנטי סקופיס:
דאס איז לכאורה געווען דער סורפרייז פון די נאכט אין קרית יואל
.
ס'איז נישט קיין סוד אז סקופיס איז נישט באליבט ביי קהלת מהרי"י אין די לעצטערע יארן ווען דער וואכנשריפט האט אים אראפגעמאלן אלס דער שונא ישראל נומער איינס ביי פרשת סעווען ספרינגס
(א פרשה וואס איז אגב נאך קיינמאל נישט געווארן גענוע נארמאל פרעזענטירט וואס דער מציאות דארט איז געווען, לדעתי).
ס'איז אויך נישט קיין סוד, אז ס'איז ליידער געווען א מאסיווע העצערישע מאנסי-סטייל אנטי סקופיס קאמפיין דא אין קרית יואל, אנגעפירט דורך א אינגערמאן פון דזשעפערסאן מקהלת מהר"א, און פינאנצירט דורך עטליכע נגידים מקהלת מהרי"י.
דער קאמפיין האט אריינגענומען - על הסדר: אקטיווע העצערייען מיט בלאפערייען אין די שולן און מקוואות; א העצערישע מעילינג מיט א נערעטיוו אז כאילו שטילערהייט זענען די עסקנים און דער רבי מהר"א מסכים דערצו וכו'; א 2-חדשים לאנגע אידישע פרא-האולל וואטסעפפ גרופ; א מעכטיגע סאשעל מידיע העצעריי אנגעפירט דורך הנ"ל מיט זיינע סטעטוסעס; 3 באמבעדיגע קליפס קעגן סקופיס מיט באצאלטע פלעיסינג דערפאר אלל אויווער די היימישע מידיע; ביז אפיציעלע גויים מיט אייגענע סעמפל בעלאט'ס ביי אלע פאולינג פלעצער! - און אויך... ערנסטע אייוועלט העצע מיט גרויסע אנקעטעס פראצענטן.
ואחרי ככלות הכל, ווען די העצע האט אפילו געהאט בעקינג איןיעדנס מח פונעם אמאל ביי מהר"א און פון לעצטנס ביי מהרי"י, ועוד ועוד ואכמ"ל עכטע קלעבעדיגע העצע, און? קוים אפשר 300 שטימען פאר האולל און 200 ליידיגע?!
סורפרייז, סורפרייז, סורפרייז, און הילכיגער פראסק פאר יעדן וואס טראכט אז אין קרית יואל איז דא פלאץ פאר צוריסענע אקטיוויסטן און א"ג עסקנים וואס פארשטייען וויאזוי צו לויפן צו פאליטישע ראליס און מאכן סעלפיס מיט קאנדידאטן און שפענדן אפאר הונדערט אלפים פאר א קאמפיין.
קעיס קלאוזד, א רחמנות אז אויף אזא לאנגע וועג.
שאלה איז נאר וואס דו וואלסט געשריבן ווען האול נוצט ווען די מארקעטינג קאמפאניס וואס סקופיס האט געניצט...דעמאלט וואלט עס אויך געווען עכט קלעבעדיגע העצע??? דעמאלטס וואלסטו זיי אויך אנגערופן צוריסענע אקטיוויסטן??
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:07 pm
דורך רואיגער-טיש
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 6:44 pm
רעדע פון סענאטאר דזשעימס סקופיס ביי זיין פלוצימע באזוך אינעם קאל-צענטער פון אנ"ש בלאק וואוט.
סקופיס באדאנקט זיך פאר די היסטאריש הויכע טורנאויט, און רעדט צווישן אנדערן איבער זיין פייט צו פראטעקטן אונזער רעליגיעזע חינוך.
ווי איז דאס געווען??
ווער זענען די אינגעלייט דארטן??
ווער זענען געווען די קאלער'ס?
וואס איז די קאמפאני לאגא וואס מען זעט אויף די קליפ??
שכח פאר דיינע שיינע ארבעט דא, איך האב זייער הנאה דערפון
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
@רואיגער-טיש ווי כ'פארשטיי איז עס אין איינס פון די בניני הבית רחל וואו פרויען האבן ארומגעקאלט.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 12:45 pm
דורך דער תהלים איד
רואיגער-טיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 11:07 pm
שכח פאר דיינע שיינע ארבעט דא, איך האב זייער הנאה דערפון
טענקס איי אפרישיעיט.
און אפשר מעג איך זאגן נאכאמאל, אז אלע מיינע באריכטן דא זענען בלויז להנות בהם בני אדם, קיינער באצאלט מיר נישט דערפאר, ס'איז מיין האבי נישט צו לאזן מענטשן אין די דארק. (אסאך מאל קען מען שפעטער נוצן מיינע באריכטן פאר די צייטונגען, דעמאלס הט עס א צווייטע דין, ואכמ"ל)
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 12:53 pm
דורך Landau238
אפשר קען מען טיילען פאטעטאס נישט פרייטאג אויף די ביזעסטע פלאץ און שטאט
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 12:53 pm
דורך דער תהלים איד
שמעון סאמעט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 7:05 pm
שאלה איז נאר וואס דו וואלסט געשריבן ווען האול נוצט ווען די מארקעטינג קאמפאניס וואס סקופיס האט געניצט...דעמאלט וואלט עס אויך געווען עכט קלעבעדיגע העצע??? דעמאלטס וואלסטו זיי אויך אנגערופן צוריסענע אקטיוויסטן??
איך האלט מיך איין פון רעדן, אבער אז דו שלעפסט ארויס וועל איך דיר ענטפערן.
איך בין באקאנט מיט די מארקעטינג קאמפאני וואס אנ"ש נוצט... און העפן טו בי אז פונקט א יאר צוריק פון יעצט, האט דער יעצטיגער האול אקטיוויסט באשטעלט א קאמפיין ביי יענע מארקעטינג קאמפאני, פאר א מערכה אז סאטמאר זאל מאכן א קידוש השם און שטיצן די משפחות פון די מדנ"י זעלנער אין עזה, צו ווייזן אז אונז זעמיר דא פאר די פעמיליעס וכו' וואטעווער.
נאכ'ן רעדן אויפ'ן טעל. עטליכע מאל, און דאן ארומקאלן אלע רבנים וואס מ'האט גערעדט בשמם, האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען יענער דערציילט 10 זיכערע מעשיות, זענען 2 דערפון האלב אמת.
און... די מארקעטער האבן אפגעזאגט די ארבעט. ודי בזה. וואס די תשובה פונעם מארקעטער איז געווען באלאנגט נישט אויף א פובליק פלאטפארמע.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2024 2:54 pm
דורך דער תהלים איד

- Results Main.jpg (317.97 KiB) געזען געווארן 1921 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:40 am
דורך נאו לעיבל
א איד דריקט אויס הכרת הטוב אויף די קרן יתומים פעידזש פון הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין נאכן סיינען קאנטראקט אין שכונת ויואל משה פאר 300 דאלער א סקווער פיס!
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 1:45 am
דורך נאו לעיבל
נאך איינס
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:22 pm
דורך פופציגער
זאגן זיי אז ס'נישט ס'ערשטע מאל מיר ליידן פון א גערוך פון הערימען...
די קאונטי'ס סוער פלענט איז אין הערימען...
(פרעג מיך נישט אפ יעצט אז די פייער גערוך קומט נישט פון דארט... לאז...)
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 7:32 pm
דורך הער צו
איינער האט עפעס אן אפדעיט פונעם פייער אין געגענט פון greenwood lake ???
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 10, 2024 8:29 pm
דורך Yankel
פופציגער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 4:22 pm
זאגן זיי אז ס'נישט ס'ערשטע מאל מיר ליידן פון א גערוך פון הערימען...
די קאונטי'ס סוער פלענט איז אין הערימען...
(פרעג מיך נישט אפ יעצט אז די פייער גערוך קומט נישט פון דארט... לאז...)
סזעהט אויס אז די ביזט היבש באקאנט מיט די היסטערי פון הערימען…..
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:25 am
דורך UTA
הער צו האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 7:32 pm
איינער האט עפעס אן אפדעיט פונעם פייער אין געגענט פון greenwood lake ???
זונטאג אויף דער נאכט ב' וירא
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/116455 11:40 pm
קרית יואל מצילי אש באקעמפן פלאמען, היינט אין לויף פונעם טאג זענען אריינגערופן געווארן פרישע כוחות פון
פייער דעפארטמענטס ארום און ארום, אריינגערעכנט וואלונטירן פון קרית יואל מצילי אש- וועלכע האבן געהאלפן גראבן גריבער און בלאקירן דעם פייער פון מאכן פארשריט. אויך האט מען אריינגעברענגט מאכטפולער בלאוער מאשינען -
פון קרית יואל'ער לענדסקעיפינג ביזנעסער- וואס דאס האט געהאלפן אפרייניגן אנגעלייגטע טרוקענע בלעטער און קליינע צווייגלעך פון ארום דעם פייער, אז דער פייער זאל פארלירן אקסידזשען. אזוי ארום איז דער גרינוואוד לעיק וואלדפייער שוין כמעט (99%) גענצליך אונטער קאנטראל
היצט לאמיר איבער'חזירן
ווער האט געגנב'ט דעם רינגל? דיינו..!
ווער האט געווינען די וואלען? דיינו..!
ווער האט באקעמפט די וואלדפייער? דיינו..!
נאכאמאל דיינו = די קרית יואל'ער מצילי אש
ווער האט געשריבן און באלד זייייער גרויס און פארקלענערט אנדערע אז מען מיינט באמת מהאט 70% וואלן און ק"י? דיינו..!
נאכאמאל דיינו = די קרית יואל'ער מצילי אש
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 1:26 pm
דורך שאינו יודע לשאול
UTA האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 2:25 am
הער צו האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 10, 2024 7:32 pm
איינער האט עפעס אן אפדעיט פונעם פייער אין געגענט פון greenwood lake ???
זונטאג אויף דער נאכט ב' וירא
https://www.yiddish24.com/news/bulletin/116455 11:40 pm
קרית יואל מצילי אש באקעמפן פלאמען, היינט אין לויף פונעם טאג זענען אריינגערופן געווארן פרישע כוחות פון
פייער דעפארטמענטס ארום און ארום, אריינגערעכנט וואלונטירן פון קרית יואל מצילי אש- וועלכע האבן געהאלפן גראבן גריבער און בלאקירן דעם פייער פון מאכן פארשריט. אויך האט מען אריינגעברענגט מאכטפולער בלאוער מאשינען -
פון קרית יואל'ער לענדסקעיפינג ביזנעסער- וואס דאס האט געהאלפן אפרייניגן אנגעלייגטע טרוקענע בלעטער און קליינע צווייגלעך פון ארום דעם פייער, אז דער פייער זאל פארלירן אקסידזשען. אזוי ארום איז דער גרינוואוד לעיק וואלדפייער שוין כמעט (99%) גענצליך אונטער קאנטראל
היצט לאמיר איבער'חזירן
ווער האט געגנב'ט דעם רינגל? דיינו..!
ווער האט געווינען די וואלען? דיינו..!
ווער האט באקעמפט די וואלדפייער? דיינו..!
נאכאמאל דיינו = די קרית יואל'ער מצילי אש
ווער האט געשריבן און באלד זייייער גרויס און פארקלענערט אנדערע אז מען מיינט באמת מהאט 70% וואלן און ק"י? דיינו..!
נאכאמאל דיינו = די קרית יואל'ער מצילי אש
שכח פאר די אינפארמאטיווע אפדעיט.

Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 5:06 pm
דורך דער תהלים איד
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 5:14 pm
דורך נפתלי
ווי קען מען זיך אויפסיינען צו באקומען די מוסדות אימעיל?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2024 5:18 pm
דורך דער תהלים איד
דרוק אויף די לאגא פון די פייל וואס כ'האב געלייגט
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 11:12 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2024 11:16 pm
דורך זרש