מוצש״ק ליל פורים
נאך מעריב ארום 9:40 איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה מעוטף בטליתו של רביה״ק זי״ע געברענגט דורך הרה"ח הישיש ר' יחזקאל גליק הי"ו, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות רב, מען האט געענדיגט אום 10:35, מען האט געזאגט די ברכת הרב את ריבנו, אשר הניא, שושנת יעקב, ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור אין ביהמ״ד ברך משה שע״י ביתו נאוה קודש, אויף א פריוואטן פארנעם מיט די בני המשפחה, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני שמחה און געטאנצן לכבוד פורים, און זמירות מלוה מלכה.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
זונטאג פרשת צו יום הפורים
אום 8:15 איז רבינו שליט״א אריבער אין ויואל משה זאל צום חברת תהילים מיט די הונדערטער תשב״ר ווי דער רבי האט מיטגעזאגט תהילים מיט די קינדער, מען האט געענדיגט ארום 9:20.
ארום 10:20 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ נטע פירטה הי״ו פון קרית יואל.
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ יוסף בירנבוים הי״ו
לוי: הרה״ח ר׳ ליפא קרויס הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שלישי
הגבה: הרב שמעון מייזליש שליט׳א נכד רבינו
גלילה: הרה״ג ר׳ יואל מארקאוויטש שליט״א פון מאנטריאל
נאך קריאת התורה איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און דערנאך ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל, און דערנאך ארום 11:40 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט די מגילה, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, אזוי אויך האט דער רבי ממנה געווען שליחום צו פארטיילן משלוח מנות פאר פילע אדמורי״ם ורבנים שליט״א אין שטאט, און רבני ודייני קהלתינו הק׳, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה בחדרו הפרטי, דער רבי האט טועם געווען פון די קינדל כנהוג.
נאכמיטאג פון 3:00 אזייגער האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים, ווי עס זענען אריבער לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורי ישיבתינו הק׳ ווי דער רבי האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש.
אום 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה״ג ר׳ דוד צבי גראס שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳ ב״פ.
שלחן הטהור
נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ''ד הגדול און אום 7:30 אריינגעקומען צום סעודת משתה היין, און זיך געוואשן צו די סעודת היום, נאכן עסן א כזית האט דער רבי געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען דעם צווייטן כוס און געוואונטשן לחיים, מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען זעקס מאל דברות קודש, און במשך דעם גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דביקות והתעוררות.
דער רבי האט געטרינקען א כוס און געוואונטשן לחיים לכל הקהל הקודש, און ביי די ערשטע תורה האט דער רבי ארום גערעדט בגדלות היום פון די ימי הפורים בעצם, ובפרט היי יאר ווען עס געפאלט תיכף נאך שבת קודש.
ביי די צווייטע תורה אויפן פסוק חייב איניש לבסומי בפוריא, האט דער רבי מאריך געווען איבער די חיוב דביקות בד' אלקי ישראל וואס ליגט אויף יעדע מענטש, צו לעבן מיט'ן שויתי ד' לנגדי תמיד און בכל דרכיך דעהו.
ביי די דריטע תורה האט דער רבי זיך געשטעלט אויף די תפילה וואס מען זאגט פאר הדלקת נירות חנוכה, פון הרה״ק הבני יששכר זי״ע, ואזכה לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ומצות, דער רבי האט נאך געזאגט דעם קדושת לוי אז די ענין פון הדלקת הנירות, סיי חנוכה און יעדע שבת, און נירות בית הכנסת איז א מעין פון די עבודה פון הדלקת המנורה וואס מען האט געטון בזמן שבית המקדש היה קיים, און עס איז געמאכט מעורר צו זיין די כיסופין פונעם אייבישטען אז ער זאל זיך צוריק דעמאנען די תענוג וואס די בוכ"ע האט געהאט פון די עבודה אינעם בית המקדש און זאל שוין אראפ ברענגן די בית השלישי, דער רבי האט צו דעם משלב געווען דאס וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט אז די עבודה פון מחנך זיין די תשב"ר גייט צוריק אויפן אויסטרעטנעם וועג ביז וויאזוי ר' יהושע בן גמלא האט עס מתקן געווען, און אז די עבודה וואס איז געווען ווען ירושלים איז געשטאנען על תילה בנויה האט מען ארויף געטראגן די קינדער קיין ירושלים אז זיי זאלן זען מיט די אויגן ווי אזוי די כהנים טוען די עבודה, און מיט דעם איז נתקדש געוען די אויגן פון די קינדער און אז מען האט הייליגע אויגן קען מען זוכה זיין צו די והאר עינינו בתורתיך.
דער רבי האט אויסגעפירט בדמעות שליש אז אונז זעמיר מתפלל עשה למען תינוקות של בית רבן, אז די בוכ"ע זאל העלפן אז מען זאל קענען ריכטיג מחנך זיין די קינדער ווייטער אן קיין שום שטערונגען און אלע גזירות רעות זאלן בטל ווערן, וכל הרשעה כלה כעשן תכלה. און אז מען זאל האבן די זכי' לעבן מיט א אמתדיגע שמירת וקדושת העינים, און ווייטער קענען מחנך זיין על דרך רבותינו הק׳.
ביי די פערטע תורה האט דער רבי מאריך געווען אז מען זאגט נישט עד דלא יֵדַע בלשון עתיד, נאר בלשון עבר, אז מען דארף כסדר עולה זיין מעלה מעלה און טון בעבדות השם אויף א העכערע מדריגה ווי וואס איז געווען פארדעם, אזוי אז מען זעט כסדר אז מען האט אמאל נישט געוויסט.
ביי די פונפטע תורה האט דער רבי ארום גערעדט די חיוב העבודה וואס ליגט צו זען און יעדע ריר די פילע טובות און חסדים וואס די אייבישטער טוט על נסך ונפלאותיך שבכל עת.
ביי די זעקסטע תורה האט דער רבי מאריך געווען אויפן פסוק חייב אדם לבסומי בפוריא וכו׳ און ארומגערעדט אז אונזער גאנצע עבודה וואס מיר לעבן אויף די וועלט איז בלויז צו אראפ ברענגן א כבוד שמים און מפרסם זיין כבוד שמו יתברך. און דערנאך האט דער רבי אויסגעפירט מיט לענגערע ברכת הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א.
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער, נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם שטיין הי״ו, נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
שושן פורים
אום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול, בעל תפילה איז געווען מו״ה משה קוביטשיק הי״ו.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ יחזקאל גליק הי׳ו
לוי: הרה״ח ר׳ חיים שלמה זלמן מאנן הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שלישי
הגבה: מו״ה משה לויפער הי״ו
גלילה: מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז ארום 6:15 בביתו נאוה קודש.
בין הנכנסים זענען אריין בקו״פ א קבוצה בחורים תלמידי ישבתינו הק׳ אין לאנדאן וואס האבן געוויילט בצל הקודש דעם יו״ט פורים, ווי זיי האבן איבערגעגעבן פארן רבין א משלוח מנות ווי די תלמידי הישיבה האבן געלערנט טויזענטער שעות רצופות במשך די פארגאנגענע ימי השובבי״ם, דער רבי האט זיך באדאנקט און ווארעם אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
אום 6:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הב׳ אברהם שלמה ברשמ״י פריעדמאן הי״ו.
ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד היום, און זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני שמחה ודביקות.
דערנאך איז פארגעקומען א פורים שפיל און עס האט אויפגעטרעטן דער פ״ר הרב שלמה יואל גאלדשטיין שליט״א מיט דברי בדחנות לכבוד היום, מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה״צ אב״ד זענטא שליט׳א, מען האט געענדיגט ארום 9:30.
נאכן טיש האט דער רבי געדאווענט מעריב בחדרו הפרטי בעל תפילה: הב׳ ב״ר יואל בר״מ פריעדמאן הי״ו.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר׳ שמואל דוד טויב שליט״א אב״ד בריד ור״מ בישיבתינו הק׳ ובניו, וואס זיצט שבעה ע״פ בתו ע״ה.
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
~
~