בּוֹנִים פַּלְטְרִין שֶׁל מֶלֶךְ לַה׳ אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל!
מיט פריידיגע הערצער טוען אנ״ש מיטהאַלטן אין די יעצטיגע טעג די פאָראויס-מאַרשירנדע אַרבעט ביים מאַסיוון היסטאָרישן פּראָיעקט לפאר ולרומם בית מדרשינו הגדול, תל תלפּיות וגולת הכותרת, וואו די לעצטע פאַזע פון דער מולטי-מיליאָן דאָלערדיגער אונטערנעמונג ווערט פאַרענדיגט בעזר ה׳ ברוב פּאר והדר בתכלית החן והיופי!
אין די לעצטערע 2 וואָכן איז די אַרבעט אַריין אין פולשטענדיגן קראַפט, ווען טראָץ דאָס ביהמ״ד ווערט באניצט יעדן איינציגן טאָג, האָט מען אָבער אויסגעשטעלט אַ מהלך צו קענען בו בזמן איינפעדימען די בוי-אַרבעט, לויט אַ פּונקטליך פאָראויסגעשריבענעם סקעדזשול צו קענען בעז״ה גענצליך פאַרטיגן דעם בית הגדול והקדוש אויף די ימים טובים הבעל״ט בצלא קדישא עלאה!
די ארבעט זעצט פאָר אויף אַלע פראָנטן, ימה וקדמה צפונה ונגבה פונעם בית הגדול, די עזרת נשים גאַלעריען און דער היכל הגדול גופא, עלעקטריק, לאָו וואָלטעדזש, עירקאָנדישן, פרעימינג, פּלאָמבינג, אא״וו, ווען מיט׳ן אָנקומענדן זומער וועט די בוי-ארבעט ארויפגעצויגן ווערן צו די העכסטע אָקטאַוון, און מ׳וועט גענצליך אָפּשליסן דעם היכל הגדול, פאַר 9 וואָכן נאָכאַנאנד, כדי צו קענען זיין כליל בהדרו אויף די ימי הרחמים והרצון והחגים ומועדים לששון הבאים עלינו לשלום, בכבוד המלכות בעז״ה לתפארת קהלתינו הק׳!
אנ״ש באַגלייטן דעם הייליגן פּראָיעקט מיט שמחה וחדוה עילאה, און מיט אַ תפלה אויף די לעפצן ״אנא ה׳ הושיעה נא אנא ה׳ הצליחה נא״, און גלייכצייטיג מיט סיוע שיש בה ממש, מיט מיליאָנען דאָלער וואָס נדיבים בעם לאָזן זיך קאָסטן להגדיל קהלתינו ולהאדירה, אויפצובויען דעם גולת הכותרת כראוי וכיאות לכבוד קהלתינו הקדושה!
אין די יעצטיגע וואכן פיבערן העפטיג די וועד קרן הבנין צו ענדיגן אויפטרייבן סכומים אדירים פארן בית מדרשו של רבי, צו קענען פארענדיגן די מלאכת הקודש אומגעשטערט, און די מאסיווע בוי ארבעט זאל אנגיין מיט א שנעלקייט צו קענען פארענדיגן אין צייט לשביעות רצון כל הציבור.
גָּדוֹל וּמְפֹאָר וְנֶהְדָּר יִהְיֶה כְּבוֹד הַפַּלְטְרִין!!
סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 858
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1617
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
- פיילס
-
- Screenshot 2026-06-24 104327.png (510.17 KiB) געזען געווארן 787 מאל
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 858
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1617
-
תורה ויראה
- אידטיש שרייבער
- פאוסטס: 858
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יוני 23, 2025 10:00 am
- x 1617