דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
האקט א טאג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 105
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 225

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך האקט א טאג »

IMG_7951.jpg
IMG_7951.jpg (53.01 KiB) געזען געווארן 1547 מאל
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 653
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 710

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

וואס איז פשט פון די ראונד טוילעט? שטימט בעסער אויפן פלען?
געט ער בכלל נישט קיין היטינג? שטייט נאר אין די סובדשעקט צוזאמען מיטן AC וואו ער געבט נאר די דאקט'ס אנעם מאשין.
רעדט צום דבר
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 1:21 pm
Location: 10950
x 15

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך רעדט צום דבר »

נאכן דורכליינען די לעצטע פאר בלעטער איבער די נושא פון די פארעסט דירות, איך וועל שרייבן וואס איך טראכט.

די נושא די שטוב אן א געהעריגע פענסטער צו די גאס,
עס איז א דיפרענט סטייל וואו געבויט ביז איצט אין קרית יואל,
די מעלה דערפון איז א די אנדערע בעד רומ'ס איז אנגאנצן ליכטיק,
זייער אסאך בנינים וואס מ'בויט היינט אין קרית יואל, זענען רוב בעדרום'ס פענסטער'ס קעגן א וואנט (זעה בילד)
משא''כ דא איז די 3 בעק בעדרום'ס אינגאצן ליכטיק, און 1 בעד רום האט נישט די לעכטיקייט.
ביידע האט מעלות און חסרונות, און יעדער קען מאכן זיין החלטה וואס איז בעסער פאר אים.

זיין היסטארי
זיין היסטארי איז אז ער זאגט נישט קיין ליגענט.
ווען ער האט גענומען דיפאזעטס פאר די צוויי בנינים אויף פארעסט פאר 7 יאר צירוק (די סכום איז געווען 50K, שוין דעמאלטס געווען ביליג) האט ער קלאר געזאט אז NO DATE ווען עס וועט זיין פארטיג, סא ווער עס האט געוויסט אז ער איז נישט דעספערט פאר א דירה און אז ער האט צייט אפאר יאר, האט געגעבן די דיפאזעט, עס איז געווארן פארטיג 5 יאר שפעטער, און די אידן זענען זיך מחיה

נאך מער,
נאכדעם וואס עטליכע האבן שוין געהאט געסיינט קאנטרעקט האט ער אביסל געטוישט די פלענ'ס און עטליכע דירות זענען געווארן גרעסער מיט בערך 150 סק פיס.
פארשטייט זיך אז די דירות וואס איז נאך געווען אויף סעיל איז ארויף די פרייז, אבער מיט די אידן וואס ער האט שוין געסיינט קאנטרעקט איז ער געבליבן מיט די אלטע פרייז און געגעבן 150 סק פיס בחנם........

סך הכל פון מיין מיינוג:
די אויסשטעל האט מעלות און חסרונות,
פאר איינעם וואס עס געפעלט די דירה און איז נישט דעספערט צו מופן די קומענדיגע 4-5 יאר, זעה איך נישט וואס ער קען דערלייגן.
פיילס
image (13).png
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 558
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1259

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

איינער קען דא ברענעגען מעסעדזש פון א. י. שווארטץ וועגן געבן דאפזעטס פאר דעוועלפמענטס וואס האבן נאך נישט קיין פערמעטס
טויגליך
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm
x 4

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך טויגליך »

איך פארשטיי באמת נישט פארוואס עס איז אזוי אינטערסאנט צו הערן וואס די קאמפעטישען’ס בראוקער האט צו זאגן.
נייגעריגער
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:06 am
x 7

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך נייגעריגער »

טויגליך האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:36 pm איך פארשטיי באמת נישט פארוואס עס איז אזוי אינטערסאנט צו הערן וואס די קאמפעטישען’ס בראוקער האט צו זאגן.
אויב זאגט ער דברים של טעם איז נישט קיין חילוק צו ער ארבעט פאר א קאמפעטישן אדער נישט
יאנטשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 653
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 12:54 pm
x 710

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך יאנטשי »

נייגעריגער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:45 pm
טויגליך האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:36 pm איך פארשטיי באמת נישט פארוואס עס איז אזוי אינטערסאנט צו הערן וואס די קאמפעטישען’ס בראוקער האט צו זאגן.
אויב זאגט ער דברים של טעם איז נישט קיין חילוק צו ער ארבעט פאר א קאמפעטישן אדער נישט
נישט ער האט גענומען דיפאזיטס ביי די רוט 105 דירות בעפאר עס איז געווען אפראווד?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 670
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1284

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

.
פיילס
AUDIO-2025-05-04-09-25-49.mp3
(7.42 MiB) דאונלאודעד 205 מאל
נייגעריגער
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 25, 2024 11:06 am
x 7

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך נייגעריגער »

יאנטשי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:46 pm
נייגעריגער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:45 pm
טויגליך האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:36 pm איך פארשטיי באמת נישט פארוואס עס איז אזוי אינטערסאנט צו הערן וואס די קאמפעטישען’ס בראוקער האט צו זאגן.
אויב זאגט ער דברים של טעם איז נישט קיין חילוק צו ער ארבעט פאר א קאמפעטישן אדער נישט
נישט ער האט גענומען דיפאזיטס ביי די רוט 105 דירות בעפאר עס איז געווען אפראווד?
איך האב נישט קיין אנונג איך קען אים נישט און איך האב קיינמאל נישט געדיעלט מיט אים. איך רעדט נישט פין אים איך רעדט פין די תוכן פין זיין מעסידז. און גראדע זאגט ער אליינס אז אמאל איז טאקע נישט געווען א בייערס מארקעט היינט איז אבער יא
טויגליך
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 3:20 pm
x 4

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך טויגליך »

נייגעריגער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:49 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:46 pm
נייגעריגער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:45 pm

אויב זאגט ער דברים של טעם איז נישט קיין חילוק צו ער ארבעט פאר א קאמפעטישן אדער נישט
נישט ער האט גענומען דיפאזיטס ביי די רוט 105 דירות בעפאר עס איז געווען אפראווד?
איך האב נישט קיין אנונג איך קען אים נישט און איך האב קיינמאל נישט געדיעלט מיט אים. איך רעדט נישט פין אים איך רעדט פין די תוכן פין זיין מעסידז. און גראדע זאגט ער אליינס אז אמאל איז טאקע נישט געווען א בייערס מארקעט היינט איז אבער יא
סאיז פשוט אז יעדער ברויך זיך מאכן זיין עדיקעיטעד דעסיזשען צו עס לוינט זיך אזא דיעל צו נישט, עס האט אסאך מעלות און אסאך חסרונות ביינעזאם, און פאר געוויסע קען זיך אזא זאך לוינען - פיין לוינען, און פאר געוויסע וועט עס קיינמאל מאכן סענס.

צו ארומשיקן א רעדע קעגן דעם פריעקט אויסשמועסנדיג נאר די חסרונות איינזייטיגערהייט, ארבעטענדיג פארן קאמפעטישען, און מיינענדינג די אייגענע פאר דאללער, איז נעריש, אומעטיש און פשוט און פראסט שלעכטיקייט. ואידך פרושא זול גמור.
נפתלי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1381
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 2164

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך נפתלי »

טויגליך האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:58 pm
נייגעריגער האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:49 pm
יאנטשי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 2:46 pm

נישט ער האט גענומען דיפאזיטס ביי די רוט 105 דירות בעפאר עס איז געווען אפראווד?
איך האב נישט קיין אנונג איך קען אים נישט און איך האב קיינמאל נישט געדיעלט מיט אים. איך רעדט נישט פין אים איך רעדט פין די תוכן פין זיין מעסידז. און גראדע זאגט ער אליינס אז אמאל איז טאקע נישט געווען א בייערס מארקעט היינט איז אבער יא
סאיז פשוט אז יעדער ברויך זיך מאכן זיין עדיקעיטעד דעסיזשען צו עס לוינט זיך אזא דיעל צו נישט, עס האט אסאך מעלות און אסאך חסרונות ביינעזאם, און פאר געוויסע קען זיך אזא זאך לוינען - פיין לוינען, און פאר געוויסע וועט עס קיינמאל מאכן סענס.

צו ארומשיקן א רעדע קעגן דעם פריעקט אויסשמועסנדיג נאר די חסרונות איינזייטיגערהייט, ארבעטענדיג פארן קאמפעטישען, און מיינענדינג די אייגענע פאר דאללער, איז נעריש, אומעטיש און פשוט און פראסט שלעכטיקייט. ואידך פרושא זול גמור.
די ווינדער איז פארוואס ער האט געוואלט זיין די בראקער פון די פראיעקט אויב האט ער אזויפיל טענות דערויף??
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14652

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב אויסגעהערט די מעסעדזש פון אברהם יודא שווארץ, כ'וויל אויסקלאערן אפאר טעותים, און בעיקר איין גרויסע טעות.

קודם בכלליות... זאל קיינער נישט ברוגז זיין, אבער א בראוקער האט ביי מיר 0 טראסט... סוי איך טשעק נאך יעדע שורה באזונדער ביז'ן אננעמען דעם קבל את האמת. ממילא וועלעך שרייבן מיינע הערות:

1) ס'איז דא וואס זיצן שוין 7 יאר מיט דעפאזיטס: דאס איז אמת. אבער: מענטשן האבן גענומען "דאפלטע דעפאזיטס" אויף די זעלבע דירות, דאס גלייב איך נישט. ס'איז דא געשעענישן וואס איך גלייב נישט, נישט געפערליך, אבער ביזדערווייל גלייב איך עס נישט.

2) דעוועלאפערס וואס זיצן נאך אין די"ת מיט זייערע שטחים: ווייס איך נישט וואס דאס קען מיינען. די צווייטע האלב פון די ווידער-באנדא לאט איז טאקע אין די"ת, אבער דארט נעמט דאך קיינער נישט קיין דעפאזיטס.

3) ר' עקיבא הערש קליין האט א סאליד טרעק רעקארד פון האלטן ווארט און ענדיגן וואס ער נעמט אונטער: אויף דעם דארף איך נישט דערציילן... אז ס'איז 100 פראצענט ריכטיג, מיט א שמוץ אריבער. ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען אים אפגעגעבן דעם פארדינטן קרעדיט אויך מיט א שמוץ אריבער.

4) מען רעכנט די סקווער פיס גראסס אנשטאט נעט: דאס איז במציאות נישט קיין נייע זאך. דער רבי האט עס אפראווד פאר א סיבה.

5) ווילעדזש פערמיט'ס און ועד הדירות פערמיטס: למען הפונקטליכקייט, די ועד הדירות גיט נישט קיין פערמיטס, נאר זיי דארפן אפראוון בכתב אז דער דעוועלאפער גיט עפארדעבל, און דעמאלס גיט די ווילעדזש זייערע אפראוועלס.

6) בנוגע יואלי מאנן, אבער ס'איז שוין געווארן זייער לאנג וועל איך עס שרייבן עקסטער.

אגב, הרב @רעדט צום דבר, די 4 פיסיגע לאך אינמיטן בילדינג פאר א פערנסטער איז נישטאמאל א משל צו די איידיע וואס דו ווייזט אינעם בילד. דארט קענסטו געהעריג ארויסקוקן צו די גאס, שוין, ס'איז דא א וואנט אויך. גוט. אבער ווילסט עס מדמה זיין צו די לאך? ביטע...
רעדט צום דבר
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 27, 2025 1:21 pm
Location: 10950
x 15

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך רעדט צום דבר »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:18 pm איך האב אויסגעהערט די מעסעדזש פון אברהם יודא שווארץ, כ'וויל אויסקלאערן אפאר טעותים, און בעיקר איין גרויסע טעות.

קודם בכלליות... זאל קיינער נישט ברוגז זיין, אבער א בראוקער האט ביי מיר 0 טראסט... סוי איך טשעק נאך יעדע שורה באזונדער ביז'ן אננעמען דעם קבל את האמת. ממילא וועלעך שרייבן מיינע הערות:

1) ס'איז דא וואס זיצן שוין 7 יאר מיט דעפאזיטס: דאס איז אמת. אבער: מענטשן האבן גענומען "דאפלטע דעפאזיטס" אויף די זעלבע דירות, דאס גלייב איך נישט. ס'איז דא געשעענישן וואס איך גלייב נישט, נישט געפערליך, אבער ביזדערווייל גלייב איך עס נישט.

2) דעוועלאפערס וואס זיצן נאך אין די"ת מיט זייערע שטחים: ווייס איך נישט וואס דאס קען מיינען. די צווייטע האלב פון די ווידער-באנדא לאט איז טאקע אין די"ת, אבער דארט נעמט דאך קיינער נישט קיין דעפאזיטס.

3) ר' עקיבא הערש קליין האט א סאליד טרעק רעקארד פון האלטן ווארט און ענדיגן וואס ער נעמט אונטער: אויף דעם דארף איך נישט דערציילן... אז ס'איז 100 פראצענט ריכטיג, מיט א שמוץ אריבער. ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט מען אים אפגעגעבן דעם פארדינטן קרעדיט אויך מיט א שמוץ אריבער.

4) מען רעכנט די סקווער פיס גראסס אנשטאט נעט: דאס איז במציאות נישט קיין נייע זאך. דער רבי האט עס אפראווד פאר א סיבה.

5) ווילעדזש פערמיט'ס און ועד הדירות פערמיטס: למען הפונקטליכקייט, די ועד הדירות גיט נישט קיין פערמיטס, נאר זיי דארפן אפראוון בכתב אז דער דעוועלאפער גיט עפארדעבל, און דעמאלס גיט די ווילעדזש זייערע אפראוועלס.

6) בנוגע יואלי מאנן, אבער ס'איז שוין געווארן זייער לאנג וועל איך עס שרייבן עקסטער.

אגב, הרב @רעדט צום דבר, די 4 פיסיגע לאך אינמיטן בילדינג פאר א פערנסטער איז נישטאמאל א משל צו די איידיע וואס דו ווייזט אינעם בילד. דארט קענסטו געהעריג ארויסקוקן צו די גאס, שוין, ס'איז דא א וואנט אויך. גוט. אבער ווילסט עס מדמה זיין צו די לאך? ביטע...


איך ברענג ארויס אז ביידע האט מעלות און חסרונות, און נישט אז איינס איז בעסער וואו די אנדערע

אדער האסטו עטליכע בעדרום'ס וואס איז קעגן א וואנט, און דו האסט נישט די פולע ליכטיקייט,

אדער אז 3 בעדרומס האסטו פולע לעכטיקייט און איינס איז פארטינקלט,

און יעדער קען מחליט זיין וואס איז ענדערש פאר אים.
Glass
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 558
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1259

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

רעדט צום דבר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:25 pm

איך ברענג ארויס אז ביידע האט מעלות און חסרונות, און נישט אז איינס איז בעסער וואו די אנדערע

אדער האסטו עטליכע בעדרום'ס וואס איז קעגן א וואנט, און דו האסט נישט די פולע ליכטיקייט,

אדער אז 3 בעדרומס האסטו פולע לעכטיקייט און איינס איז פארטינקלט,

און יעדער קען מחליט זיין וואס איז ענדערש פאר אים.
לגבי וויאזוי מ'זאל לייגן די פענסטער קען מען דעבטירן ביידע האט מעלות און חסרונות
אבער דעס לייגן די פסח קאך אימיטן די האלוויע איז זייער נישט נערמאל און ס'איז שוין בעסער איגאנצן נישט צו לייגן א פסח קאך ווי עס לייגן אויף אזא אופן וואס גייט נאר ברענגן עגמת נפש און קאפ ווייטאג און ס'איז נישט אראפ צושלינגען און נישט אויסצושפייען
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14652

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

6) דאס האט מיר באמת געמאכט שרייבן, ווייל איך שוין יארן פון מענטשן דעם טעות.

ער זאגט אז "זיגי בראך נעמט נישט יואלי מאנן, סוי ער גייט נישט באקומען קיין פערמיטס".

דאס איז א איינרעדעניש אין די גאס וואס עסט זיך אריין ווי א ווערעמל אין די חריין. לאמיר קלאר מאכן די פשוט'ע מציאות.

דער ווילעדזש רעדט נישט אריין צו וועמען ספעציפיש מען זאל גיין, און אין פאקט זענען דא גענוג וואס נוצן אנדערע, ר' בנציון קליין נוצט יואל עקשטיין, משפחת אפענהיים נעבן קארלסבורג האט געמאכט פלענס ביי אליעזר הארטמאן, ס'דא פריוואטע פראיעקטן וואס כ'האב מיעטגעהאלטן אז ס'איז געמאכט ביי אליעזר, חוץ מזה איז דא איינער דאהי יצחק יואל שטיין וואס מאכט ארכיטעקט דעזיינס, ער איז צופעליג א שוואגער מיט גדלי' סעגעדין, און ס'דא אסאך וואס נוצן אים אויך.

אפילו די ווילעדזש אליינס פאר זיך האט שוין גענוצט אנדערע קאמפאניס, די גאנצע אשת חיל קאמפלעקס האט געמאכט אליעזר הארטמאן, ווידער ווען די ווילעדזש וועט דאערפן רוקן א פאול וואו מ'דארף דיעלן מיט O&R וועלן זיי נוצן יואלי מאנן ווייל ער ווייסט אויך אלע ספעסיקעישנס און משוגעת'ן פון יעדע פירמע.

די מעשה איז אזוי, קלארער גערעדט.

יואלי מאנן טוט 3 זאכן, וואס איז בעצם 3 עקסטערע קאמפאניס. ערגעץ אנדערש ווען איינער בויט נעמט ער דערויף 3 עקסטערע קאמפאניס פאר די 3 פונקציעס. פארשטייט זיך אז דא איז פארהאן א קאמפאני וואס שטעלט צו אלעס אין איינס איז א שטארקע מעלה פאר דעוועלאפערס, ממילא קומט אויס די בעסטע אים צו הייערן.

די 3 קאמפאניס זענען אזוי:

1) "ארכיטעקט דעזיין", דאס איז וואס אלע טוען, ס'איז דא עטליכע קאמפאניס דערויף, און ער טוט עס אויך.

2) "סייט אינדזשענירינג", דאס מיינט וואו אויפ'ן סייט קענסטו בויען און וואו נישט, ווי שיעף אדער גראד וועט דארפן גיין די ראוד, וואו וועט לויפן די סוער, אא"וו. אסאך פון די ארכיטעקט קאמפאניס טוען עס אויך, און אסאך נישט. (כמדומה לי אז הארטמאן טוט עס יא).

3) די דריטע זאך איז די שווערסטע חלק, ער איז אן "עקספעדייטער". אין קורצן וואס ס'מיינט: ער האנדלט מיט אלע ארומיגע רעגירונגען און אינסטיטוציעס. ער וועט האנדלען מיט די ווילעדזש פאר זייערע פאדערונגען, מיט די סטעיט פאר זייערע, מיט די קרואנטי פאר זייערע, מיט O&R פאר זייערע משוגעתן, און ער וועט ארבעטן מיט'ן דעוועלאפער וכדו' צו זיכער מאכן אז ער פילט אויס אלע פעיפערווארק גוט אז ס'זאל קענען ווערן אפראווד.

לאמיר נעמען א משל וואס איך ווייס. שכונת ויואל משה קאנקעט זיך מיט קאונטי ראודס, האט מען געדארפט דיעלן מיט די קאונטי. מ'האט? מ'דארף נאך אלס... יעדע פאר טריט נאכאמאל. ס'איז געקומען צו וואסער דרעינעדש האט מען געדארפט דיעלן מיט די DEC, און די זעלבע ווען ס'קומט צו סוער מעינס, און נאכדעם איז דא די קאונטי סוער דיסטריקט וועמען מ'דארף עקסטער צופרידנשטעלן. מ'דארף האבן טרעפיק סטאדיס, און ביי א גרעסערע פראיעקט דארף מען א פולע סיקרע.

דאס טוט אן עקספעדייטער. ער איז נישט א פאליטישע כח ווי א ווילעדזש וואס קומט שתדל'ען, נאר ער איז דער עקטשול פארטרעטער פונעם פראיעקט ביי אלע הויכע אפיסעס, און ער מאכט זיכער אז די פעיפערווארק ווערט גוט אריינגעגעבן. ער ווייסט אויף יעדע רעגירונג אפיס וועלכע פריאריטיס זיי האבן, און פאר וועמען אריינצוגעבן וואס.

ממילא, איז עס א גרויסע בענעפיט אז מ'האט איין קאמפאני וואס טוט די אלע זאכן, וואס בעצם רירט אלעס אן איינס די צווייטע.

נאר, די אנדערע ארכיטעקט קאמפאניס קענען אויך נעמען אלע 3 חלקים, נאר זיי הייערן א צווייטע קאמפאני פאר די עקספעדייטינג, א שטייגער ווי הארטמאן הייערט יואלי מאנן אסאך מאל.

טו סאמערייז: יעדער קען נוצן וועמען ער וויל, מטעם די ווילעדזש.

*

יעצט לגבי וואס ער זאגט אינעם וואויסנאוט לגבי די פארעסט עדזש דירות, דארט איז שוין עפעס אנדערש.

זיי האבן נאכנישט קיין סייטפלענס אפראוועלס פונעם ווילעדזש, און כפי הנראה האבן זיי גענומען א ארכיטעקט דעזיינער מיט א סיטי טעיסט, און זיי ווילן בויען אביסל וומ"ס סטייל. אויב איז עס טאקע אזוי, ווייס איך טאקע נישט אויב דער ווילעדזש וועט עס אפראוון.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6388
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14652

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

נאך איין טעות פאר איך פארגעס: אברהם בראך'ס פראיעקט האט נאכנישט ווילעדזש פערמיטס (ער זאגט דארט אז יא), ווייל ס'איז נאכנישט דא קיין פיינעל סייט פלענס.

אבער ער פלאנט צו בויען נארמאל, סוי ער וועט האבן פערמיטס בס"ד.

דאס אז אפראוון וועטלענד מיט די DEC דוירעט היפש צייט, דאס איז ריכטיג.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6244

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

רעדט צום דבר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:25 pm איך ברענג ארויס אז ביידע האט מעלות און חסרונות, און נישט אז איינס איז בעסער וואו די אנדערע

אדער האסטו עטליכע בעדרום'ס וואס איז קעגן א וואנט, און דו האסט נישט די פולע ליכטיקייט,

אדער אז 3 בעדרומס האסטו פולע לעכטיקייט און איינס איז פארטינקלט,

און יעדער קען מחליט זיין וואס איז ענדערש פאר אים.
איך וואלט עס קיינמאל נישט פארגליכן.
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6244

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איך האב געהערט א אנדערע הסבר פארוואס זיגי בראך'ס פראיעקט וויל האבן זיכערע קונים בעפאר ער שרייבט אונטער פאר די ועד. ווייל ער וויל נישט אונטערשרייבן אויב עס גייט אים דויערן אפאר יאר די ארבעט וואס דעמאלס קאסט עס אסאך טייערער פאר לאונס און פאר אינפלעישן קאסט. נאר אויב ער זעט יעצט אז ער האט אפאר הונדערט זיכערע קונים, שרייבט ער אונטער, און ער נעמט זיך בויען איינס צוויי אז עס זאל קאסטן די ווייניגסטע און ער זאל זיין כאטש אביסל פארזיכערט מיט די מאטריאל קאסט.
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 192

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך מכבי »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:05 pm
רעדט צום דבר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:25 pm איך ברענג ארויס אז ביידע האט מעלות און חסרונות, און נישט אז איינס איז בעסער וואו די אנדערע

אדער האסטו עטליכע בעדרום'ס וואס איז קעגן א וואנט, און דו האסט נישט די פולע ליכטיקייט,

אדער אז 3 בעדרומס האסטו פולע לעכטיקייט און איינס איז פארטינקלט,

און יעדער קען מחליט זיין וואס איז ענדערש פאר אים.
איך וואלט עס קיינמאל נישט פארגליכן.
הייסט עס אז די האלסט אויך אז 4 טונקעלע בעדרומס קומט נישט צו צו 3 ליכטיגע
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2688
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6244

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

מכבי האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:24 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 6:05 pm
רעדט צום דבר האט געשריבן: זונטאג מאי 04, 2025 5:25 pm איך ברענג ארויס אז ביידע האט מעלות און חסרונות, און נישט אז איינס איז בעסער וואו די אנדערע

אדער האסטו עטליכע בעדרום'ס וואס איז קעגן א וואנט, און דו האסט נישט די פולע ליכטיקייט,

אדער אז 3 בעדרומס האסטו פולע לעכטיקייט און איינס איז פארטינקלט,

און יעדער קען מחליט זיין וואס איז ענדערש פאר אים.
איך וואלט עס קיינמאל נישט פארגליכן.
הייסט עס אז די האלסט אויך אז 4 טונקעלע בעדרומס קומט נישט צו צו 3 ליכטיגע
איך האב אזא פענסטער. עס איז בכלל נישט טונקל. איך האב גארנישט קעגן די נייע דעוועלאפמענט אבער א פיצי לאך אינמיטן איז א נייע דערהער.
ארבעט זאנע
פרישער באניצער
פאוסטס: 32
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 3:33 pm
Location: 10950
x 37

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך ארבעט זאנע »

אין היימשטאט די וואך.
פיילס
Lake Side.png
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3921
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 5093

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך שמח »

1000370014.png
1000370014.png (240.91 KiB) געזען געווארן 515 מאל
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
מכבי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 100
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 192

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך מכבי »

א.י.שווארטץ שרייט אז דער מוכר אליינס דארף אונטערשרייבן
להוי ידוע אז ר'עקיבא הערש שרייבט אויך נישט אונטער אליינס
תפארת שבתפארת
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:46 am
x 26

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך תפארת שבתפארת »

די וואכנשריפט באשרייבט א פרישע געריכטליכע קלאגע פון די ווילעדזש קעגן די DEC WETLAND געזעצן
ס'קוקט אויס פון די מאפע אז די נייע DEC רעגולאציעס גייען אפעקטירן די שטח פון ר' אברהם בראך
ווייסט איינער מער דעטאלן פון דעי געריכט? וואס איז די פלאן? האט שוין ר' אברהם באצאלט אויפן שטח ? אדער איז עס PENDING צי און וויפיהל מ'וועט קענען בויען דארט? איך גלייב נישט אז ר' אברהם האט אראפגעלייגט די גאנצע געלט פאר דעם שטח אן וויסן וויפיהל מ'גייט קענען בויען

לינק פאר אלע דאקומענטען
https://iapps.courts.state.ny.us/webciv ... mjTQ%3D%3D

904424_25_Village_of_Kiryas_Joel_v_Village_of_Kiryas_Joel_PETITION_1.pdf
PDF פון קלאגע
(2.31 MiB) דאונלאודעד 29 מאל
תפארת שבתפארת
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אפריל 28, 2025 11:46 am
x 26

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך תפארת שבתפארת »

אז מ'רעדט שוין, קען איינער מסביר זיין פארוואס די היימשטאט באריכטעט נישט די געריכט נייעס , פארוואס באהאלט מען יעדע זאך וואס קען אפשר זיך אויסשטעלן נעגעטיוו פאר קרית יואל
BTW די לעצטע צוויי הקרי' אויסגאבעס האבן געהאט "בלויז" באריכטן פון עזר מעדיקעל,ס'האט אויסגעקוקט בערך ווי א המספיק גאזעט (לכאורה באקומען זיי פאנדינג פאר דעם)
וואס איז די סיבה דערפון?
אין הכי נמי די היימשטאט ברענגט היינט צוטאגס אסאך נייעס וואס פלעגט אמאל זיין אין הקרי', פון דעסטוועגן איז דא געוויסע נייעס וועגן סוער\וואסער\געריכטן נייעס וואס פלעגט נאר שטיין אין הקרי' און ס'איז נישטא מער צובאקומען
שרייב פאוסט