בלאט 115 פון 131

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 12:53 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג אקטאבער 26, 2025 12:54 am
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק אקטאבער 25, 2025 9:53 pm טראמפ אויפן וועג קיין מאלאזיע אונטערצושרייבן א שלום אפמאך מיט טיילאנד
טראמפ דער שלום מאכער; שלום אפמאך אונטערגעשריבן צווישן קאמבאדיע און טיילאנד
קאנפליקט האט ווידער אויסגעבראכן און טראמפ האט געמאלדן אז ער האט עס שוין אפגעשטעלט.

בשעת'ן זיך יושב'ן צו מען קען דאס רעכענען פאר די צענטע שלום צו נישט, זאגט טיילאנד אז זיי ווייסן נאכנישט דערפון...

קען זיין דאס וועט נאך אויך ווערן די עלפטע און צוועלפטע שלום אפמאך..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 12:55 am
דורך חלום חלמתי
וויטקאף און קושנער וועלן זיך טרעפן מיט זאלענסקי מאנטאג אין בערלין, אינאיינעם מיט די פרעזידענט'ן פון פראנקרייך דייטשלאנד און ענגלאנד.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 12:56 am
דורך חלום חלמתי
פאוער באל לאטערי איז געשטיגן צו 1.1 ביליאן, נאכן נישט האבן קיין געווינער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 12:59 am
דורך חלום חלמתי
דערמאנונג. סטראשענען פאליציי אפיצירן איז א פעלאני פארברעך, זאגט די אימיגראציע דעפארטמענט. נאכן ארעסטירן א פארשוין וואס האט געשריבן אויף סאושל מידיע אז מען דארף אראפקניידלען די אייס אפיצירן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 1:00 am
דורך חלום חלמתי
ספיריט עירליין לייקנט א באריכט אז זיי שטייען אזוי שלעכט און זיי וועלן זיך מעגליך נאך פארמאכן די וואך.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 1:03 am
דורך חלום חלמתי
לויט די FTC איז די פארלאפענע יאר געווען א העכערונג אין די ראבא קאול'ס, און פלארידע איז איינס פון די העכסטע פינף סטעיטס ווי איינוואוינער באקריגן די מערסטע רופן.

האבעך שוין נאך א העץ פארוואס נישט צו מופן קיין אוקיטשאבי...

''א גוטע וואך דורן איז אפן'' האט עס נישט געמאכט צו די טאפ פינף טייפ ראבא קאול'ס...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 1:05 am
דורך חלום חלמתי
ביליאנער מארק קיובאן איז זייער קלאר.

אדער ביסטו די ביזנעס וואס ראנט אויף AI, אדער די ביזנעס וואס איז פארמאכט..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 1:08 am
דורך חלום חלמתי
און אין פראנקרייך האט א פרוי דורכגעפארן א גלאזענע וואנט, און פארקירט אין א סווימינג פול (פיל מיט מענטשן) מיט איר קינד אין קאר.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 2:45 am
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: מוצש"ק דעצעמבער 13, 2025 7:27 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג אקטאבער 03, 2025 2:01 pm די טרעזשורי דעפארטמענט קלערט פון ארויסגעבן א ספעציעלע איין דאלער מטבע לכבוד אמעריקע'ס 250טע געבורטסטאג.
די מינט גרייט זיך צו לאזן דריקן די איין דאלער מטבע, טראץ זייער יארן לאנגע פאליסי נישט צו פאבריצירן מטבעות פון א לעבעדיגע פרעזידענט.
פארוואס טאקע ברעכן זיי דעם פאליסי?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:02 am
דורך חלום חלמתי
🚨 שרעקליכע נייעס פון אוסטראליע.

א מאסן שיסעריי ביי א חב"ד חנוכה מסיבה האט רח"ל געקאסט עטליכע קרבנות. דעטאלן נישט קלאר.

דא אסאך פארוואונדעטע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:05 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:02 am 🚨 שרעקליכע נייעס פון אוסטראליע.

א מאסן שיסעריי ביי א חב"ד חנוכה מסיבה האט רח"ל געקאסט עטליכע קרבנות. דעטאלן נישט קלאר.

דא אסאך פארוואונדעטע.
צוויי שיסער האבן געשאסן פון איבערן צוים צענדליגע קוילן.

איינס פון די שיסער איז געשטארבן אין אויסטויש מיט די פאליציי. די אנדערע איז ארעסטירט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:07 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:02 am 🚨 שרעקליכע נייעס פון אוסטראליע.

א מאסן שיסעריי ביי א חב"ד חנוכה מסיבה האט רח"ל געקאסט עטליכע קרבנות. דעטאלן נישט קלאר.

דא אסאך פארוואונדעטע.
זק"א:

צען קדושים ל"ע.

צענדליגע פארוואונדעט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:26 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 4:02 am 🚨 שרעקליכע נייעס פון אוסטראליע.

א מאסן שיסעריי ביי א חב"ד חנוכה מסיבה האט רח"ל געקאסט עטליכע קרבנות. דעטאלן נישט קלאר.

דא אסאך פארוואונדעטע.
אריבער צום ספעציעלע טעמע.

viewtopic.php?t=3237

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 2:30 pm
דורך חלום חלמתי
שניי פארט אוועק פונעם טריי סטעיט ראיאן, נאכן איבערלאזן 7 אינטשעס אין לעיקוואד, פיר אין מאנסי ק"י, און דריי אין די סיטי.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 9:27 pm
דורך חלום חלמתי
עמעזאן וויל ענדיגן זייער קאנטראקט מיט די אמעריקאנע פאסט אפיס, וואס וועט קאסטן ביליאנען דאלארן פאר די אגענטור, און אוועקנעמען דזשאבס פאר צויישן 75.000 און 100.000 מענטשן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 9:31 pm
דורך חלום חלמתי
היינטיגע שניי כאאס אין JFK לופטפעלד האט געלאזט הונדערטער פאסאזשירן ווארטן צו קענען אפשטייגן פון זייערע פליגער'ס

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 9:33 pm
דורך חלום חלמתי
נאכדעם וואס די אנטיסעמיטקע קענדעס אויענס האט נישט אויפגעהערט דרייען א קאפ מיט קראנקע קאנספיראציע'ס איבער די טשארלי קורק מארד, האט די ווייב פון טשארלי מרת. עריקע פארבעטן אויענס פאר א פריוואטע זיצונג, און זי זאל שווייגן ביז דאן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 9:34 pm
דורך חלום חלמתי
עמפייער סטעיט בילדונג צינד חנוכה ליכט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 9:45 pm
דורך פשוט און גראד
למעשה האט די וועלט מיטגעלעבט 3 ערנסטע שיסעריי אינצידענטען די לעצטע 24-48 שעה. פארשטענדליך ווי דער ירום הודו מיטן וויצע רעדן נישט קיין איבריג ווארט, נישט צו טרעטען אויף אייער שאלאכטס צווישען מעגע לאגער וכו'

1. ראד איילענד - ווי א געוועזענע מארין האט זיך צושאסען (נישט קיין אימיגראנט).
2. אוסטראליע - שקצים (מיט לאנגיעריגע גאן לייסענס.)
3. סיריע - אמעריקאנע זעלנער דורך טעראריסטען (אויפן באדען פונעם נייעם אמעריקאנע פריינט.)

ביידען איז נישט שילדיג
אימיגראנט איז נישט שילדיג
בעסיקלי קיינער איז נישט שילדיג

נישטא וועם צו בלעימען. ס'נישט איזי פאר איהם.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 10:15 pm
דורך פעיק ניוז
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 9:33 pm נאכדעם וואס די אנטיסעמיטקע קענדעס אויענס האט נישט אויפגעהערט דרייען א קאפ מיט קראנקע קאנספיראציע'ס איבער די טשארלי קורק מארד, האט די ווייב פון טשארלי מרת. עריקע פארבעטן אויענס פאר א פריוואטע זיצונג, און זי זאל שווייגן ביז דאן.
שטארקע מאוו.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 11:36 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 9:33 pm נאכדעם וואס די אנטיסעמיטקע קענדעס אויענס האט נישט אויפגעהערט דרייען א קאפ מיט קראנקע קאנספיראציע'ס איבער די טשארלי קורק מארד, האט די ווייב פון טשארלי מרת. עריקע פארבעטן אויענס פאר א פריוואטע זיצונג, און זי זאל שווייגן ביז דאן.
רעדנדיג פון אויענס, איז די וועלט אויף מיט אירס א מעסידזש פון דריי וואכן צוריק, ווי זי זאגט נביאות אז אינעם צווייטן וואך אין דיסעמבער וועט קומען א 9/11 סטיל טעראר אטאקע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 14, 2025 11:48 pm
דורך חלום חלמתי
סי אי או פון עפל מיט דברי חיזוק פאר חנוכה

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 12:01 am
דורך חלום חלמתי
ראב ריינער, א גרויסע האליוואד שפילער, מיט זיין אשת חבר זענען געפונען געווארן צושטאכן ל"ע, אין זייער הייזער אין קאליפארניע.

פאליציי פארשט די מארד.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 12:03 am
דורך חלום חלמתי
א דזשעט בלו פליגער האט שיעור נישט געמאכט א עקסידענט, ווען א עיר פארס פליגער האט אים אריינגעשניטן נעבן ווענעזועלע.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 15, 2025 12:04 am
דורך חלום חלמתי
איבער 24 שעה נאך די שיסעריי אין ראוד איילענד, און... פאליציי האט ארויסגעלאזט זייער איינציגסטע ארעסטירטער וואס שטעלט זיך ארויס צו זיין אומשולדיג.

# שלאבעריש