שב״ק פרשת פקודי
נאכן זמן הדלקת הנרות האט רבינו שליט״א אנגעטוען די שטריימעל פאר נכדו החתן הרב יוסף מאיר בן חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א רב ביהמ״ד ד׳קהלתינו הק׳ שכונת לי גארדענס און דערנאך געגאנגען אין ביהמ״ד אין באגלייטונג פונעם חתן און מחותנים.
אום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרב יעקב דוב טייטלבוים שליט״א מג״ש בקהלתינו הק׳
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער און די ציבור איז אדורך גוט שבת זאגן,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
אום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבחור הרב מאיר שלום בן הגה״צ ר׳ ליפא שליט״א.
הגבהת הכוס צו קידוש הגה״צ ר׳ אהרן שליט״א.
במשכ׳ן טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחה בחצרות קדשינו.
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הרה״ח ר׳ ישראל שלום ווייס הי״ו.
מנוחה ושמחה: הרב ישעי קרויס שליט״א פון אנטווערפן.
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה
קה אכסוף: הרה״ג ר׳ ישראל יוסף לאבין שליט״א
קה רבון עלם: הרב מנחם מאיר טייטלבוים שליט״א.
לאל אשר שבת: הרב יוסף ישראל טייטלבוים שליט״א.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הרה״ג ר׳ יקותיאל טייטלבוים שליט״א.
אז ביום: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו
מען האט פארענדיגט ארום 12:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש, אויפן וועג אהיים האט דער רבי איבערגעשמועסט די תורה.
יום שבת קודש
אום 9:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ג ר׳ ישראל יוסף לאבין שליט״א
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה ספר תורה א׳: הרה״ג ר׳ לייבוש טייטלבוים שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳
הוצאה והכנסה ספר תורה ב׳: הרה״ג ר׳ ישראל יוסף לאבין שליט״א
כהן: נכד רבינו הרב שמואל מאיר גלאנץ שליט״א לרגל שמחת הולדות בתו ויקרא שמה בישראל ׳דינה׳ ע״ש הרבנית מ׳לאנצוהט ז״ל.
לוי: הרה״ח ר׳ יהוסף ברי״ח קרויס הי״ו
שלישי: נכד רבינו החתן הרב יוסף מאיר ראזענבערגער שליט״א
רביעי: החתן ב״ר מנחם חנני פאשקעס הי״ו
חמישי: הגה״צ ר׳ יואל צבי שטיינמעטץ שליט״א אב״ד באגאד
שישי: חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבערגער שליט״א
שביעי: הרה״ג ר׳ אלעזר אלימלך ראזענבערגער שליט״א
הוספות: הרה״ח ר׳ ישראל דוב גאלדבערגער הי״ו פון קרית יואל, נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט״א לרגל הולדת בתו ויקרא שמה בישראל ׳אסתר׳ ע״ש הרבנית אשת חבר הגה״צ אבד״ק מאקאווא - ארה״ב זצ״ל, הרה״ג ר׳ יקותיאל טייטלבוים שליט״א, הרה״ג ר׳ זעליג וואלף ראזענבערגער שליט״א, הרה״ג ר׳ ישראל יוסף לאבין שליט״א, הרה״ח ר׳ אביש פערלמוטער הי״ו, הרה״ח ר׳ יעקב אלימלך גרין הי״ו, הרה״ח ר׳ מנחם חנני פאשקעס הי״ו,
אחרון: הרה״ח ר׳ אהרן קאהן הי״ו
דער רבי האט עולה געווען מפטיר-שקלים.
הגבה: הרה״ח ר׳ הערשל סאנדעל הי״ו פון קרית יואל.
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל דוב קאהן הי״ו
נאכן ליינען האט דער רבי געבענטשט ראש חודש בהתעוררות רב, דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגען צו מוסף לכבוד שבת שקלים, און מען האט געזינגען ביי די פיוטים.
פתיחה לאנעים זמירות: הרב יעקב מרדכי אלעזר ראזענבערגער שליט״א
מען האט פארענדיגט ארום 1:00 אזייגער, דער ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען אין היכל ביהמ״ד הגדול צום שמחת הקידושא רבה לרגל די שמחת העלי לתורה, לרגל שמחת הולדת הבת אצל נכדו הרב ליפא טייטלבוים שליט״א בן הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א, ולרגל שמחת הולדות הבת אצל נכדו הרב שמואל מאיר גלאנץ שליט״א בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר שליט״א.
הגבהת הכוס צו קידוש החתן הרב יוסף מאיר ראזענבערגער שליט״א,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט טועם געווען פון די מזונות, און פארטיילט שריים פאר די בעלי שמחה און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך איז די ציבור אדורך וואונטשען מזל טוב.
ארום 2:15 איז דער רבי אריבער אין די נזר יהודא זאל צום בייטאג טיש,
במשכ׳ן טיש האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט אנגעהויבן חי השם.
ברוך השם יום: הרה״ג ר׳ יקותיאל טייטלבוים שליט״א
ברוך אל עליון: הרה״ח ר׳ סנדר גאלדבערגער הי״ו
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב״ן הגה״צ ר׳ יצחק ראזענבעגער שליט״א,
מען האט געענדיגט ארום 4:15 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
מנחה ושל״ס
אום 6:25 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ יחזקאל שרגא רייזמאן הי״ו.
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ יושע חיים אקערמאן הי״ו
לוי: הרה״ח ר׳ אביגדור לעווי הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ בנימין אלעך הי״ו פון מאנטשעסטער
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרב ישעי קרויס שליט״א פון אנטווערפען
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ שאול פערלשטיין הי״ו ראה״ק
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה
ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳
שושנת יעקב: הרה״ח ר׳ אנטשיל טירנוער הי״ו.
פארן בענטשן האט מען געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ ישעי קרויס הי״ו.
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
מוצאי שבת קודש
ארום 11:20 איז דער רבי אמגעקומען קיין קרית יואל אין שטוב פון הרה״ח ר׳ משה אלי עסטרייכער הי״ו מנכ״ל מוסדותינו הק׳, צום רייכן באנקעט לטובת מפעל הקדוש שקל הטהור.
עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ משה אלי הי״ו און דערנאך הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חיזוק וואס די מנהלי המוסדות באקומען דורך די גרויסע חלוקות.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארויסגעברענגט די זכיה פון שטיצן די הייליגע מפעל, און ארומגערעדט אז רביה״ק זי״ע איז זיכער מגין אויף. יעדער וואס האט א חלק דערינען, דער רבי האט זיך באדאנקט פאר׳ן בעל אכסניא ר׳ משה אלי הי״ו וואס האט שוין די זכיה די לעצטע פאר יאר צו פאריפן דעם מסיבה, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים.
דערנאך האבן די נדיבים בעם געהאט די זכיה איבערצוגעבן די סכומים אדירים לידיו פון רבין, וואס אלעס צוזאמען איז געשאפן געווארן קרוב צו אהאלב מיליאן דאללער, ווי דערביי האט דער רבי געחתמ׳ט די שטרות, דערנאך געטרינקען לחיים אין אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
ארום 1:30 איז דער רבי צירוק אהיים לביתו נאוה קודש אין וויליאמסבורג.
~
~