בלאט 112 פון 190
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:15 am
דורך גמח
Yankel האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:06 am
גמח האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:04 am
Yankel האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:00 am
קודם רוב מענטשן האבען געוואויט פאר איהר ובתוכם אני וביתי אפילו מיר זענען נישט קיין אנש וואויטער, און ארויסלייגען א צעטל מיט פארפירערישע נאמבערס איז די זעלבע ווי פלעין ארויסלייגען א צעטל אן נאמבערס…..
נישט אמת ווי שוין געריבן פריער
ווען די ובני ביתך (און נאך אסאך אנדערע) האבן געוואוט אזוי ווי אנ''ש אפילו די געהערסט נישט דארט האבן זיי די רעכט צו שרייבן אז זיי האבן כך וכך וואוט'ס
משא''כ סתם לופט האט נישט קיין פשט
כנלפע"ד
דעס איז ווען זיי האבען אינדארסט אנדערע מענטשן קענען זיי עס רעכענען ווייל אויב נישט אויב רעכענט מען לויט טראמפ דעמאלטס האבען זיי 98% פון די שטומען…
בדרך אגב ״רעכט״ האט יעדער צו שרייבען וואס ער וויל, די נושא איז צו סהאט עפעס בעקינג
נאך איינמאל און שוין
מיין רבי פלעגט זאגן ''מ'טאר נישט זאגן קיין ליגנט אבער די מיזט נישט זאגן די אמת''
דהיינו די טרוקענע נומער'ן וואס זיי האבן ארויסגעלייגט איז אמת'ע נומער'ן
משא"כ ארויסצולייגן אן אפציעלע צעטל פון אן אפציעלע ארגענעזאציע מיט בלויז לופט.
איך מיין אז די פארשטייסט
נ.ב.אויב נישט איז אויך נישט געפערליך..
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:19 am
דורך Yankel
גמח האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:15 am
Yankel האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:06 am
גמח האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:04 am
נישט אמת ווי שוין געריבן פריער
ווען די ובני ביתך (און נאך אסאך אנדערע) האבן געוואוט אזוי ווי אנ''ש אפילו די געהערסט נישט דארט האבן זיי די רעכט צו שרייבן אז זיי האבן כך וכך וואוט'ס
משא''כ סתם לופט האט נישט קיין פשט
כנלפע"ד
דעס איז ווען זיי האבען אינדארסט אנדערע מענטשן קענען זיי עס רעכענען ווייל אויב נישט אויב רעכענט מען לויט טראמפ דעמאלטס האבען זיי 98% פון די שטומען…
בדרך אגב ״רעכט״ האט יעדער צו שרייבען וואס ער וויל, די נושא איז צו סהאט עפעס בעקינג
נאך איינמאל און שוין
מיין רבי פלעגט זאגן ''מ'טאר נישט זאגן קיין ליגנט אבער די מיזט נישט זאגן די אמת''
דהיינו די טרוקענע נומער'ן וואס זיי האבן ארויסגעלייגט איז אמת'ע נומער'ן
משא"כ ארויסצולייגן אן אפציעלע צעטל פון אן אפציעלע ארגענעזאציע מיט בלויז לופט.
איך מיין אז די פארשטייסט
נ.ב.אויב נישט איז אויך נישט געפערליך..
איך בין צומישט, אויפען צעטל איז געשטאנען אז אחים לדעה (אלייענס) האט געהאט 1500 וואוטס בעיסד אויף וויפיל מענטשן האבען געוואויט פאר סענעטאר דשיליבראנד וואס איז לגמרי נישט קיין סימן אויף איין וועג אדער די אנדערע, דעס הייסט ….. אמת….
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:34 am
דורך חיים יוסף
נפתלי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:13 am
Yankel האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:00 am
גמח האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 10:48 am
עס איז אמת אז מען קען נישט עכט וויסן וויפיל עס איז געגאנגען פאר וועם
אבער די אנ''ש נומער'ס איז כאטשיק אמת לויט די רוזעלטאטן (לויט וויפל עס האבן געוואוט פאר דזליברענד) כאטש עס שפילט נישט באמת אפ וויפול פאר וועם
אבער ארויסצילייגן א צעטל און שרייבן אזז לויט אונזער אינפרימאציע איז געווען אזויפיל און אזויפל אן קיין שום עכטע און קראנטע באווייזן איז עס........
קודם רוב מענטשן האבען געוואויט פאר איהר ובתוכם אני וביתי אפילו מיר זענען נישט קיין אנש וואויטער, און ארויסלייגען א צעטל מיט פארפירערישע נאמבערס איז די זעלבע ווי פלעין ארויסלייגען א צעטל אן נאמבערס…..
ווילסט זאגן אז אסאך מענטשן האבן געוואוט פאר דזישליברענד?
מסכים! אבער וויפיל? 100? 200? 300? 400?
נישט 3000!!!
איך האלט אז ניטאמאל 50 וואטערס זענען פון אחים לדעה
מיין בליק איז אז מענטשן וואטען ווי ווייניגער מעגלעך, נאר וואס רינגט א בעל וואט מען, אין וואס נישט לאזט מען לויפען.
איך וואלט ענדערש געזאגט אז אנ"ש וואטערס האבן געוואט פאר טראמפ סקאפעס אין רייען, אין געגאנגען ווייטער
ענדערש ווי צו זאגן אז אחים לדעה האבן געשטימט פארן אנ"ש אינדארסירטע סענעטאר דשיליבראנד "ספעציעל ווען ער איז א דעמעקראט"
ביי מיר מאכט עס אסאך סענס
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 11:48 am
דורך Yankel
קרעדיט: קהל׳ס בלעטל
מאַסיווע "אחים לדעה" בלאַק-וואָוט שאָקירט פּאָליטישע באַאַמטע!!
פּאָליטישע קאָרידאָרן געכאַפּט אין סופּרייז פון מאַכטפולע 'אחים לדעה' טוירן-אַוט וואָס פאָרעמט מעכטיגע פּאָליטישע אַרענע אין קרית יואל!!
"אחים לדעה" בלאַק-וואוט -- פּ-ר-ע-צ-ע-ד-ע-נ-ט-ל-אָ-ז-!-!
אָן קיין מעכטיגע פּאָמפּע, אָן קיין צודרייטע רודערייען און ראבא-קאלס. סתם מיט פּשוט'ע מודעות, און הייסע רופן מעומק הלב פון די געטרייע אישי הציבור, האָבן אנשי שלומינו חברי ק"ק קרית יואל, צוגעהערט די רוף! מיט די באַרימטע וואַרעמקייט וואָס פלאַטערט אין די הערצער פון אנ"ש, וואָס זענען באַוואוסט און באַרימט מיט איר פייערדיגע גרייטקייט למען פריחת קהלתינו ומוסדותינו הקדושים, האָבן זיך טויזנטער טויזנטער אנ"ש צוגעשטעלט מיט די פולסטע מאָס ערנסטקייט, און אַרויסקומען וועלן פאר די אינדאָרסירטע קאַנדידאַטן מיט אַ " היסטאָרישע ערשטמאָליגע טוירנאַוט" וואס איז נאָכנישט געווען ביז היינט!
עס צייגן די ליסטעס אַז עס
זענען אַריינגעקומען די שטוינענדע ציפערן פון
"קרוב צו 4,500 שטימען"
דורך אנשי שלומינו חברי ק"ק והורי מוסדות קרית יואל!
נאָכאַמאָל; נאנט צו "פיר טויזנט פינף הונדערט" שטימען דורך אנשי שלומינו בתפארתם, בעוז ותעצומות!
די ליסטעס קען מען זען! די נעמען זאָגן קלאָר און אָפן וויפיל פון "אונזער ציבור" האָבן זיך אָנגערופן ביי די יעצטיגע וואַלן! די ציפערן זענען שטוינענד און שפּראַכלאָז!
נאמנים הם לד' ולתורתו!
דאָס איז געקומען נאָך די איבערמענטשליכע כוחות וואָס די געטרייע שעפערישע "נאמני הקהלה" האָבן אַריינגעגאָסן אין די לעצטערער וואָכן.
אָנגעהויבן פון די מאַסיווע "רעגיסטראַציע דרייוו" וואָס האָט אָנגעשלאָסן "פרישע 1000 רעגיסטרירטע" וויילער בקרב אנ"ש. און געענדיגט ביי די "קאַמענד סענטער" ווען צענדליגער צענדליגער עסקנים זענען געזיצן אין לויף פונעם וואל-טאָג, און אַרומגערופן די ליסטעס איינמאָל און נאָכאַמאָל.
דער פאַראייניגטער כח הציבור פון אנשי שלומינו בקרב עיר רבתי עם איז געהויבן געוואָרן צו נייע שטאַפּלען!
די זיגרייכע קאַנדידאַטן האָבן זיך נעכטן פאַרבינדן זיך מיט ראשי ק״ק קרית יואל זיך צו הערצליך באַדאַנקען פאַר קריטישע שטיצע און מאַסיווע טוירנאַוט!
אַלע האָבן אונטערגעשטראָכן די זעלבע, אַז "אחים לדעה" האָט זיך פאַרפעסטיגט איר שטאַנד אַלס מאַכטפולער קראַפט אויפ'ן פּאָליטישן שאַך-ברעט;
א שטאַנדהאַפטיגער שטים-קראַפט, וואס פון היינט און ווייטער וועט יעדער אפּסטעיט באַאַמטער אַבסאָלוט זיך מוזן רעכענען דערמיט בעז”ה!
ס׳איז קיין ספק נישט אַז אַדאַנק דעם גינסטיגן אויסגאַנג וועט אין די קומענדיגע יאָרן געהאַלטן ווערן אָפענע טירן און טויערן אין די העכסטע אינסטאַנצן פאַר שתדלנות לטובת העיר קרית יוא, לטובת הקהלה, לטובת המוסדות, ולטובת הכלל והפּרט.
לֹא יָרֵעוּ וְלֹֽא יַשְׁחִיתוּ בְּכׇל הַר קׇדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָ"ה!!
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:11 pm
דורך יאנטשי
היבש נעריש די שמועס דא, נישט עכט מעגליך צו וויסן אפילו בערך, זייער אסאך מהרי"י מענטשן האבן געוואויט לויט די אנ"ש סעמפל ווייל יענץ איז געווען איבעראל צו באקומען און עס איז געווען באקאנט אז ביידע בלאק וואוטס זענען פאראייניגט.
די איינציגסטע וועג עכט צו וויסן איז דורך קוקן ווער עס האט געשטימט לויט די אדרעסן, (נאכנישט אוועילעבל) אבער אפילו דעמאלטס ווען מען נישט קענען אויפווייזן יענעם אז מיינע נומערן זענען די ריכטיגע.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:16 pm
דורך גראסערי
יאנטשי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:11 pm
היבש נעריש די שמועס דא, נישט עכט מעגליך צו וויסן אפילו בערך, זייער
אסאך מהרי"י מענטשן האבן געוואויט לויט די אנ"ש סעמפל ווייל יענץ איז געווען איבעראל צו באקומען און עס איז געווען באקאנט אז ביידע בלאק וואוטס זענען פאראייניגט.
די איינציגסטע וועג עכט צו וויסן איז דורך קוקן ווער עס האט געשטימט לויט די אדרעסן, (נאכנישט אוועילעבל) אבער אפילו דעמאלטס ווען מען נישט קענען אויפווייזן יענעם אז מיינע נומערן זענען די ריכטיגע.
עכט נייגעריג צו וויסן ווער עס ברענגט וויפל, זענען די פאליטיקאנטן
די שאלה איז וויאזוי זיי רעכענען די חילוקים, און צו פאר זיי העלפט די תירוץ
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:19 pm
דורך שבת קודש
נישט מסתבר אז מהר''יי מענטשען האט אויסגעפילט די אנ''ש סעמפל
די סיבה פארוואס מהר''יי האט נישט געהאט קיין גרעסערע נומער איז טאקע ווייל די בלאק וואווטס זענען געווען פאראייניגט
וואלט געווען היציג אין שטאט וואלט געווען גרעסערע נומערן
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 12:24 pm
דורך פייל און בויגן
און פארוואס דארף די קרית יואל נייעס טעמע ווערן אנגעפירקעלט מיט נארישע ענדלאזע טענה'רייען????
פארוואס פארוואס פארוואס???
viewtopic.php?p=57976#p57976
סטאַפּ!!!!!!
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:18 pm
דורך דער תהלים איד
בנוגע די אנ"ש ציפערן ווערסעס אלייענס, וואס גלויבט זיך אזוי שווער.
מ'האט די גאנצע צייט געוויסט אז עס גייט זיין זייער שווער צו דעפיינען די חילוקים, האט מען געוויסט אז איין חילוק איז דא, ווער עס לאזט אויס דזשיליברענד. סוי באמת, וואלט מען נישט געדארפט חקר'ען מער, בלויז ארום 1000 האבן געפאללאוט די אלייענס בעלאט, וזהו.
נאר, וויבאלד דאס קומט אויס אזוי ווייניג, האט מען באשלאסן צו גיין "לחומרא", אז היות די רעפובליקאנע קעגנער פון דזשדיליברענד האט באקומען אפאר הונדערט שטימען מער ווי די אנדערע רעפובליקאנע,קען מען אננעמען אז אפאר הונדערט אלייענס אידן האבן געשטימט קעגן דזשיליברענד וויבאלד זיי שטימען דעמאקראט נאר דארט וואו די אלייענס הייסט.
האט מען צוגעלייגט די פאר הונדערט שטימען אלס אלייענס שטימען.
צו ס'איז הונדערט פראצענט? מסתמא נישט, אבער נאנט צו דעם. ס'איז קרוב לודאי, און ס'איז די מערסטע אקוראטע וועג צו זען די אמת'ע נומערן.
יעצט צו אנאליזירן:
צו זאגן אז אסאך אלייענס וויילער האבן געשטימט מיט אן אנ"ש בעלאט, איז נאריש, אפילו אויב איינער וועט מעיד זיין אז הוא וביתו האבן אזוי געטון. במציאות האט די אלייענס געשיקט אויף פאסט זייער בעלאט, געטיילט ביי אלע פאולינג לאקעישנס, און דער אלייענס ציבור איז נישט אזוי ביטער נאאיוו צו גיין נעמען אן אנ"ש בעלאט און שטימען דערמיט.
איי, די אלייענס אפיס האט דאך דאסמאל אזוי פלייסיג געארבעט?
ערשטנס, אנ"ש ארבעט יעדעס יאר אסאאאך פלייסיגער, נאר מיט ווייניגער סאשעל מידיע נויז. אנ"ש האט אין די לעצטע 2 יאר צוגעברענגט באלד 2,000 רעגיסטראציעס, אנ"ש האט אפדעיטעד פונקטליכע ליסטעס פון אלע וויילער, אנ"ש האט געטיילט עבסענטי מעיל-אין בעלאטס פאר יעדן וואס האט געהאט סיבות, אנ"ש האט אלעמאל א קאל צענטער כאטש עס פארן נישט ארום קיין בילדער...
צווייטנס, איך ווייס אביסל ווי שווער עס איז צו מאכן מענטשן וואוטן, ממילא, קען איך זאגן אז ווען איך וואלט געהערט צו קהלת מהרי"י וואלט איך אויך נישט געגאנגען שטימען, טראץ די אקטיווע ארבעט. די מעסעדזשינג "וואס מיין שטימע קענען ברענגען" פאר אלייענס אדער פאר קהלת מהרי"י בכלל איז זייער אויסגעלערט. יא איך זע בילדער פון א שיינע הערליכע ביהמ"ד, פון נאך בנינים, אבער וואס האט דאס מיט רייען אדער מיט סקופיס אדער מיט עיקוס רבוש"ע? יא, ס'איז א שטארקע געפיל און א שטארקע מעסעדזש צו צייגן אז מען האט א שיינעם ציבור, אבער פאר דעם אליינס גייט נאכנישט א מענטש וואוטן. קיינער? נע, זיכער איז געווען אזא 2-3000 וויילער (מיט די ארומיגע), אבער נישט צו גרייכן מאסיווע נומערן, נישט צו גרייכן די 40% וואס מהרי"י מיט בני יואל זענען.
פאר א סיבה האט מען בעבר שוין געהאט אויפגעהערט מיט די קאמפיינס. יא, יעצט זענען דא פרישע עסקנים, נו, גיב זיי א שאנס צו אנאליזירן און זען די מציאות וואו עס לוינט זיך אריינצולייגן עפערט און וואו נישט.
אזוי זאגט שכל.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:27 pm
דורך מיכל נחום
איך טריי צו כאפן פארוואס איז נישט מעגליך אז אלייענס וואוטערס האבן געוואוט פאר דזשיליברענד נאר ווייל אנש האט איר אינדארסירט?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:30 pm
דורך מיכל נחום
אפשר רעכנט מען אלייענס וואוטערס דורך קוקן וויפיל ס'האבן געשטימט פאר העריס אדער געלאזט ליידיג, און ווער ס'האט געוואוט פאר טראמפ איז א אנש וואוטער, ווייל זיי האבן אינדארסירט טראמפ און אלייענס קיינעם.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:33 pm
דורך שבת קודש
מיכל נחום האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:27 pm
איך טריי צו כאפן פארוואס איז נישט מעגליך אז אלייענס וואוטערס האבן געוואוט פאר דזשיליברענד נאר ווייל אנש האט איר אינדארסירט?
ווי איך פארשטיי איז די סיבה פארוואס מען האט אויסגעלאזט דזשיליברענד כדי מ'זאל קענען זעהן ווער עס האט געוואווט פאר אליינס
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:34 pm
דורך דער תהלים איד
מיכל נחום האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:30 pm
אפשר רעכנט מען אלייענס וואוטערס דורך קוקן וויפיל ס'האבן געשטימט פאר העריס אדער געלאזט ליידיג, און ווער ס'האט געוואוט פאר טראמפ איז א אנש וואוטער, ווייל זיי האבן אינדארסירט טראמפ און אלייענס קיינעם.
פאר אנ"ש האט מען גערעכט נאר די וואס האבן געשטימט כל כולו אנ"ש, דאון די בעלאט.
פאר אלייענס האט מען גערעכט אסאך מער ווי ווען מ'וואלט געמאכט דיין חשבון.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:41 pm
דורך מיכל נחום
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:34 pm
מיכל נחום האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:30 pm
אפשר רעכנט מען אלייענס וואוטערס דורך קוקן וויפיל ס'האבן געשטימט פאר העריס אדער געלאזט ליידיג, און ווער ס'האט געוואוט פאר טראמפ איז א אנש וואוטער, ווייל זיי האבן אינדארסירט טראמפ און אלייענס קיינעם.
פאר אנ"ש האט מען גערעכט נאר די וואס האבן געשטימט כל כולו אנ"ש, דאון די בעלאט.
פאר אלייענס האט מען גערעכט אסאך מער ווי ווען מ'וואלט געמאכט דיין חשבון.
אויב אנש רעכנט איינער וואס האט געוואוט ווי די אלייענס, און דערנאך אויך געוואוט פאר טראמפ און דזשיליברענד.
דאן קען פונקט אזוי אלייענס רעכענען אלע אנש וואוטערס, ווייל ס'שטומט מיט זייער סעמפל בעלאט.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:45 pm
דורך דער תהלים איד
עפעס מישסטו אויס.
ווער עס האט געוואוט פאר דזשיליברענד, איז נישט קיין אלייענס וואוטער. שטימט?
ס'נישט געווען קיין סיבה בעולם א חסיד מהרי"י זאל שטימען פאר א דעמאקראטישע דזשיליברענד.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:54 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
איין זאך האט זיכער פארלוירן נעכטן.... אייוועלט אנקעטעס אויפן היימישן ציבור
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:55 pm
דורך יאנטשי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:45 pm
עפעס מישסטו אויס.
ווער עס האט געוואוט פאר דזשיליברענד, איז נישט קיין אלייענס וואוטער. שטימט?
ס'נישט געווען קיין סיבה בעולם א חסיד מהרי"י זאל שטימען פאר א דעמאקראטישע דזשיליברענד.
פארוואס נישט? איינער וואס זעט אז סקווירא און אנ"ש וואטן פאר איר, ס"ה איז עס נישט נוגע פאר אלייענס.
ווען עס איז נישט דא קיין אינדארסירונג טאר מען נישט נוצן די אייגענע?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:58 pm
דורך אויגעלעך
יאנטשי האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:45 pm
עפעס מישסטו אויס.
ווער עס האט געוואוט פאר דזשיליברענד, איז נישט קיין אלייענס וואוטער. שטימט?
ס'נישט געווען קיין סיבה בעולם א חסיד מהרי"י זאל שטימען פאר א דעמאקראטישע דזשיליברענד.
פארוואס נישט? איינער וואס זעט אז סקווירא און אנ"ש וואטן פאר איר, ס"ה איז עס נישט נוגע פאר אלייענס.
ווען עס איז נישט דא קיין אינדארסירונג טאר מען נישט נוצן די אייגענע?
ווי ווייט די אנ"ש און סקווירא בלאק וואויט מאכט אויס ביי מענטשן וואס נוצן זייער אייגענע מח קענסטו זיך איבער צייגן אין מאנסי וועבער/מעלניק
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:00 pm
דורך לך לך
אזוי נאריש צו נעמען די שמועס אין דעם ריכטונג.
ב"ה אז אונז אידן האבן געוויזן פאר די קאנדידאטען אז ווען אונז ווילן קענען אונז ארויסקומען מיט א שטארקע כח צוזאמען, פארוועם מאכט עכט אויס א חילוק וויפיל איז געווען אנ"ש אין וויפיל אחים לדעה, לאז ביידע זייטן נעמען דעם געווינס, לאז ביידע זייטן הנאה האבן די קומענדיגע יארן אונטער זייער פירערשאפט אין שלום על ישראל.
אין לגבי די אנ"ש מעלדונג, איך האלט אז עס איז זייער נאריש פאר אן אפציעלע קאמפיין הויפטקאווטיר ארויסצולייגן אזא נאריש צעטל וואס באלאנגט געווענטליך פאר די צד וואס פארלירט צו מסביר זיין אז עכט האבן אונז יא א כח...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:04 pm
דורך פשוט און גראד
@לך לך דיין אושפיזין די וואך. פרשת לך לך
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:10 pm
דורך צווייזייטיג
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 11:33 pm
די גאר פריידיגע רעזולטאטן ברוב סיעתא דשמיא!!! מיט א קלארקייט:
Results.jpg
מהר"יי איז אלייענס אדער אנ"ש?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:15 pm
דורך לך לך
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:10 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 11:33 pm
די גאר פריידיגע רעזולטאטן ברוב סיעתא דשמיא!!! מיט א קלארקייט:
Results.jpg
מהר"יי איז אלייענס אדער אנ"ש?
מהרי"י איז אחים לדעה אין מהר"א איז אנ"ש
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:20 pm
דורך צווייזייטיג
לך לך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:15 pm

אין דעם צעטל שטייט 5000 אנש, און 1500 אלייענס.
מיינט דאס אז די 5K איז כולל מהר"יי און מהר"א צוזאמען, אדער אז די 1500 איז בנ"י און מהר"יי?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:20 pm
דורך Yankel
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 1:45 pm
עפעס מישסטו אויס.
ווער עס האט געוואוט פאר דזשיליברענד, איז נישט קיין אלייענס וואוטער. שטימט?
ס'נישט געווען קיין סיבה בעולם א חסיד מהרי"י זאל שטימען פאר א דעמאקראטישע דזשיליברענד.
מיט די הנחה זענט איהר 100% נישט גערעכט, אחים לדעה האט נישט געהאט גארנישט קעגן דזישלעברענד זיי האבען עס געלאזט ליידיג און יעדער קען טון וואס ער וויל, למעשה האט מען געוואויט row A האבען אסאך מענטשן און מן הסתם רוב געוואויט אויך פאר איר, דעס איז נישט קיין שפעקולאציעס גיי אריין אין 5 Garfield און פרעג, רוב מענטשן האבען געוואויט פאר איהר, איי אנש שרייבט אנדערש?! נאו פראבלעם, יעדער קען שרייבען וואס ער וויל, די שמיעס האט זיך אנגעהויבען אז היתכן אחים לדעה גיבט ארויס א צעטל אן בעקינג, אויף דעם איז די תירץ אז אנש האט אויך נישט עכט קיין בעקינג פון זייערע נאמבערס און יעדער גייט שרייבען וואס זיי ווילען און יעדער גייט גלייבען וואס זיין צייטונג פארקויפט והכל על מקומו יבוא ב….
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:21 pm
דורך פופציגער
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:20 pm
לך לך האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:15 pm
צווייזייטיג האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 2:10 pm
מהר"יי איז אלייענס אדער אנ"ש?
מהרי"י איז אחים לדעה אין מהר"א איז אנ"ש
אין דעם צעטל שטייט 5000 אנש, און 1500 אלייענס.
מיינט דאס אז די 5K איז כולל מהר"יי און מהר"א צוזאמען, אדער אז די 1500 איז בנ"י און מהר"יי?
מהריי איז אלייענס