דינסטאג פרשת ויקהל
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
בן הרה״ח ר׳ דוד מאיר ווייס הי״ו
ובן הרה״ח ר׳ יואל פערל הי״ו.
אום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול, בעל תפילה איז געווען מו״ה יעקב פריעדמאן הי״ו.
נאכן דאווענען זענען די בר מצוה בחורים אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
ארום 4:30 איז דער רבינו שליט״א אנגעקומען אין די נייע בנין הישיבה קטנה אויף פלאשינג עוו., ווי עס איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפת המנהלים וסגני המנהלים רוחניים, וחברי ועד החינוך העומדים על הפּקודים פון אלע חלקי המוסדות, הישיבות, והבתי חינוך ד׳סאטמאר, אזוי אויך איז אנוועזנט געווען הגה״צ גאב״ד דקהלתינו מאנסי שליט״א, הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א, הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א, הגה״צ ר׳ יואל שליט״א און רבנים ודיינים חברי וועד משמרת דקהלתינו הק׳.
ווי מען האט אינאיינעם דן געווען איבער פארשידענע נושאים העומדים על הפרק בעניני טעכנעלאגיע, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ג ר׳ מרדכי בעק שליט״א ר״י תפארת מרדכי, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען לענגערע דברות קודש ודברי הדרכה.
נאכן אסיפה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אינעם ביהמ״ד, בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ נטע מארקאוויטש שליט״א מנהל במוסדותינו הק׳, נאך מנחה זענען די מנהלים פון מאנטריאל אריבער שלום נעמען.
מען האט געענדיגט ארום 6:15.
זמני כניסה איז געווען פון ארום 8:00 אזייגער ביז 9:15 אויפדענאכט.
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הב׳ הירצקא זופניק ני״ו.
״קול רנה וישועה באהלי צדיקים״
אום 9:30 איז דער רבינו שליט״א אנגעקומען אין די כתר צבי זאלן צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו, צוגעשטעלט דורך מוסדות אור חדש ספעציעל פאר די קינדער און בחורים יתומים פון אנ״ש.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור, עס האט אויפגעטרעטן הרה״ח ר׳ אליעזר ראטה הי״ו און מקבל פנים געווען דעם רבין, דערנאך האט אויפגעטרעטן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א.
דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש און גאר שטארקע דברי חיזוק והדרכה פאר די יתומים, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פאר די חשובע עסקנים און אלע משתתפים.
דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד, דערנאך זענען אלע בחורים און קינדער אדורך אפנעמען פורים געלט און כוס של ברכה פון רבינו שליט״א, עס האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות און גראמען הרה״ח ר׳ וועלוול פעלדמאן הי״ו.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען הר״ר משה שמואל ראטענבערג שליט״א מנהל המוסד, מיט די שבע ברכות איז מכובד געווארן, ברכות הראשונות: הרה״ח ר׳ אליעזר ראטה הי״ו, הרה״ח ר׳ משה פאדריגאל הי״ו, הרה״ח ר׳ אהרן ברוך קאהן הי״ו, הרה״ח ר׳ יעקב הערש צין הי״ו, הרה״ח ר׳ שלמה אברהם כהן הי״ו.צך
ברכה אחריתא: הרה״ח ר׳ אייזיק וואלטער הי״ו פון קרית יואל.
דערנאך האט דער רבי געטאנצן א לענגערע צייט מיט יעדעם באזינדער, און ספעציעל מיט די מנהל המוסד און די עסקנים.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
דערנאך איז דער רבי אריבער אין די כתר ריזל זאל צום שמחת החתונה פון החתן בן הרה״ח ר׳ יואל ברמ״י שטערן הי״ו עב״ג הכלה בת הרה״ח ר׳ נחמי צבי וועבערמאן הי״ו.
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס. דערנאך האט דער רבי געטאנצן די ריקודין לפני הכלה, אנגעכאפט מיט די חתן און די זיידעס.
ארום 11:45 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה״ח ר׳ משה יוסף הירש הי״ו ווי עס איז פארגעקומען א רייכן באנקעט לטובת מוסדותינו הק׳ יטב לב בארה״ק, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין מוסדותינו הק׳, דער רבי האט געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פאר ר׳ משה יוסף הי״ו און אלע משתתפים, דערנאך זענען פילע נדיבים בעם אריבער ווי דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און אנגעוואונטשען ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הנגיד ר׳ שלמה פעדער הי״ו צום מסיבה לטובת מוסדות קרן אור עטה״ק בנשיאות פאה״ד הגה״צ ר׳ יעקב מאיר שעכטער שליט״א, דער רבי האט געהערט א באריכט פון די מנהלי המוסד, דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ר׳ שלמה הי״ו און אלע משתתפים.
ארום 12:30 איז דער רבי צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 1:00 אזייגער ביינאכט איז געקומען אויף א באזיך ביי רבינו שליט״א האדמו״ר מ׳סקולען - לעיקוואד שליט״א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס סיפורים ועובדות פון הרה״ק מרן היטב לב זי״ע, און בעניני חופה ונישואין. דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו, דערביי האט האדמו״ר מ׳סקולען - לעיקוואד שליט״א געזינגען ניגוני שמחה לרגל די חתונה בחצרות קדשינו, דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט.
~
~