דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1886
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 2243

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שבת קודש »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am פרישער דורכברוך!

די ליסטע פון אפארדעבל דירות פראיעקטן פאר $300 א סק"פ וואקסט ווייטער! אין די לעצטע טעג האט הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, מראשי ק"ק סאטמאר וומסב"ג, געשריבן קאנטראקט אויף א גרויסער שטח ביים ווינקל פונעם קרית יואל ווילעדזש, ביי עיקערס-בעיקערטאון, וואו ער וועט בויען בערך קרוב צו 200 פרעכטיגע דירות פאר קרית יואל.

עס רעדט זיך פון א שטח באקאנט אלס "מאיערס לעיק", וואס איז שוין אנעקסירט געווארן צום ווילעדזש ביי די לעצטע אנעקסעישן, אבער איז נאכנישט געווארן דעוועלאפט צוליב א אומקלארקייט צווישן די מערערע שותפים אויפ'ן שטח. כדי צו פארזיכערן אז מען זאל וואס שנעלער קענען בויען דארט דירות, האב יעצט הר"ר אברהם בראך אויסגעלייזט און אפגעקויפט איין האלב פונעם שטח פון איינעם פון די שותפים, וואס דער חלק שטח אליינס פארמאגט א פלאן פאר ארום 369,000 בילדעבל סקווער פיס, און דורך דעם מקח ווערט דער חלק שטח ענדליך אויסגעקלארט און אוועילעבל צו אנהויבן פלענינגס גלייך נאך פסח! ווען עס וועט זיך אנהויבן די פלענינג, און די ארבעט צו אויסארבעטן די וועט-לענד שטחים און אדורכגיין דעם פראצעדור און אנהויבן בויען, אזוי אז ביז געציילטע יאר זאל שוין קענען דארט שטיין הונדערטער דירות בע"ה!

ר' אברהם איז טאקע א ביזנעסמאן אבער דער פראיעקט האט ער גענומען אלס א מיסיע צו שטיין לימין מרן רבינו שליט"א און שטופן פאראויס דעם דירות-דורכברוך, און ער וועט צושטעלן דירות לויט די תקנות מיט א שמוץ אריבער. ער וועט אי"ה בויען אויף די שענסטע סטאנדארטן אן קיין שום גימיקס פון ביליגע בוי מאטרעאל וכדומה, און אויך וועט ער לאזן "אלע" ביז היינטיגע אפגרעידס און גארנישט אראפנעמען. אויך ארבעט ער אויף א פלאן מיט די האפענונג צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט.

ער האט אויפגענומען דעם קאנטראקטאר מו"ה הלל ב"ר יודא כהנא הי"ו מיט וועמען ער ארבעט שוין אויס אין די טעג אלע נומערן און דעטאלן, ווי גרויס די דירות וועלן זיין און וויאזוי אלעס וועט זיך רעכענען אא"וו, און ווי נאר אלעס וועט זיין פיינעל וועלן ווערן ארויסגעשטעלט אלע פריידיגע פרטים, און ער האפט צו קענען אנהויבן נעמען דעפאזיטס וואס פריער.

תושבי קרית יואל קענען נישט גענוג דאנקען השי"ת, און אודאי איז מען מלא תודה פאר זיינע גוטע שלוחים! אנגעהויבן פון מרן רבינו שליט"א וואס רועט נישט זיכער צו מאכן אז דער דורכברוך וואס האט אויסגעזען אומגלויבליך, אז יעדער קען צוקומען צו א דירה אן צאלן די ארויפגעשרויפטע דירה פרייזן, ווערט א פאקט. און ווייטער די געטרייע ועד הדירות וועלכע גיבן אוועק אזויפיל אומערמידליכע כוחות צו באגלייטן און ערמעגליכן דעם דורכברוך וואס קומט נישט צופיס, אינאיינעם מיט'ן הנהלת הקרי' וואס מאכט זיכער סיי די לעגאלע חלקים און אינפארסירונגען און סיי אז די סופליי זאל קענען פארזעצן טראץ אלע שטיינער אין וועג מיט סוער און וואסער אא"וו וועלכע קאסטן אזויפיל כוחות אבער ווערן ב"ה דורכגעבראכן, און דערנאך איז מען דאנקבאר פאר אזעלכע דעוועלאפערס וואס זענען נישט בלויז ביזנעסלייט נאר אויך אנשי חסד מיט הארץ און געפיל, אזוי ווי דער נגיד ר' אברהם, וואס האבן אינזין דעם ציבור און שטעלן אהער "דאס בעסטע פאר די ביליגטסע", ברענגענדיג דעם אומגלויבליכער מיסיע צו ווערן א מציאות: דירות אין אזא היי-דימענד שטאט ווי קרית יואל, מיט אלע מעלות און בענעפיטס, פאר די בעסטע פרייזן!

ואם של"ש אלה יעשה! ויקם השדה והמערה אשר בו לאברהם
פארשטייט זיך אז דארטן גייט קומען א 'בנין בראך' ביהמ''ד
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2285
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 7151

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am אויך ארבעט ער אויף א פלאן מיט די האפענונג צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט.
ער האט שוין גענדיגט ארבעטן אויף די פלאן און עס איז שוין באשטעטיגט אז אזוי וועט זיין און דאס איז זיין ציל פון בויען.

מפי מיין אנדערער ידיד.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14056

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 6:28 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am אויך ארבעט ער אויף א פלאן מיט די האפענונג צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט.
ער האט שוין גענדיגט ארבעטן אויף די פלאן און עס איז שוין באשטעטיגט אז אזוי וועט זיין און דאס איז זיין ציל פון בויען.

מפי מיין אנדערער ידיד.

ער וויל אזוי און פלאנט אזוי. און אז אברומי וויל קען מען גלייבן אז ער וועט עס באווייזן.

אבער צו באשטעטיגן דארף ער קודם האבן פלענס, האפנטליך נאך פסח אי"ה.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2840
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8034

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

וואוףףף...

ס’אנבעליוועבל ווי די מארקעט האט זיך ממש געטוישט, און קוקט נישט אויס אז ס’עט שנעל צוריקגיין צום אלטן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14056

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מעלדונג פסח פה פרישע פראיעקט אברהם בראך.jpg
מעלדונג פסח פה פרישע פראיעקט אברהם בראך.jpg (208.42 KiB) געזען געווארן 1819 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14056

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

על בתי בני ישראל!

א פרישער שריט צו מאקסימיזירן דירות-סופליי אין קרית יואל יצ"ו איז היינטיגן דאנערשטאג צו תשפ"ה געווארן אונטערגענומען דורך די הנהלת הקרי' בהורמנותא דמרא דאתרא קדישא, ווען עס איז בשטו"מ געפיילט געווארן אן "אנעקסעישן אפליקאציע" צום טאון אף וואובדורי און צום ווילעדזש אף וואדבורי, צו אנעקסירן "200 אקער לאנד" ציבורישע שטחים צום ווילעדזש אף קרית יואל, וואו עס וועט אי"ה געבויט ווערן אין די קומענדיגע יארן 5,000 אפארדעבל דירות פאר תושבי קרית יואל און חסידי סאטמאר וואס זוכן דירות אינעם עיר הקודש.

שוין לאנגע חדשים איז די הנהלת הקרי' פארנומען מיט די פארצווייגטע ארבעט פון פארשידענע פראנטן, צוצוגרייטן אלע לעגאלע פונקטן אז די אונטערלאגע פונעם אפליקאציע זאל זיין גענוג שטארק און קענען אדורכגיין דעם פראצעדור, אן אנעקסעישן-פראצעדור וואס הויבט זיך אן אפיציעל מיט'ן אריינגעבן דעם אפליקאציע, און גייט דאן ווייטער מיט א "סיקרע" אויף וואס מ'דארף פארזיכערן אז דער קרית יואל ווילעדזש זאל ערהאלטן ליעד-עידזשענסי מאכט, כדי דער סיקרע פראצעדור זאל נישט שלעפן לענגער ווי ארום א דרייפערטל יאר, און דאן גייט מען אדורך די פובליק הירינג פראצעדורן, וואס דאס אלעס דארף מען האפן אז עס זאל דאסמאל גיין אן קיין גרויסע שטיינער אין וועג, עס זאל נישט פארשלעפט ווערן אין די געריכטן נאר די פריערדיגע געריכט-פרעצעדענטן וואו קרית יואל האט בעבר געווינען זייערע רעכטן זאלן גענוצט ווערן אויף ווייטער צו גיין דערמיט אויפ'ן דרך המלך בסייעתא דשמיא.

די וואך מאנטאג צו אויפדערנאכט איז געווען אן אסיפה מיט די הנהלת הקרי' בבית כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, וואו דער רבי האט ענדגילטיג געגעבן דעם דעת תורה פאראויסצוגיין מיט'ן אפליקאציע און עס אריינגעבן שוין יעצט, נאך בעפאר יו"ט פסח, און אצינד איז דאס אפיציעל, די ביידע אפליקאציעס פאר די 200 עיקער ציבורישע שטחים זענען געפיילט געווארן, און באשטעטיגט געווארן דורך די 2 מוניציפאליטעטן אלס "ערהאלטן" (זעט בייגעלייגט).

דער ריזן שטח איז רוב טייל פונעם באקאנטן "עיס פארם" שטח וואס די ועד הקרי' האט אפגעקויפט מיט יארן צוריק. די אפליקאציע גייט – ווי געזאגט – אויף 200 עיקער, אין די צייט וואס נאך 55 עיקער איז געווארן איבערגעלאזט פאר א קומענדיגע געלעגנהייט, צוליב פראקטישע און לעגאלע סיבות.

אצינד בעת די ארבעט אויף דעם אנעקסעישן וועט בעז"ה פארזעצן, הויבט זיך אן די ארבעט אויפ'ן צווייטן טייל פונעם וואודבורי-אנעקסירונג פלאן, פאר פריוואטע לאנד-אייגנטומער. דאס וועט אויסגעארבעט ווערן מיט יעדן שטח באזונדער וואס וועט זיך מתחייב זיין לעגאל צו אויספאלגן די תקנות פרייזן צו בויען אפארדעבל דירות פאר'ן שטאט, וואס נאר מיט דעם וועט א פריוואטער שטח קענען אריינגיין אינעם אפליקאציע וואס די הנהלת הקרי' וועט צוזאמשטעלן בעז"ה.

ועת"ה יגדל נא!

דער צייטליכער שריט ווערט געטון אין די צייט וואס די הנהלת הקרי' האלט אן אויג – ווי אלעמאל – אויף יארן פאראויס מיט'ן דירות סופליי, בעת די שטחים וועלכע זענען שוין אנעקסירט האבן נאך פלענס פאר אפראוועלס פאר נאך אריבער 8,000 דירות, צו דעקן ברייט דעם יעצטיגן געברויך פאר די נאנטע יארן, בו בזמן וואס טאג טעגליך ווערט געטון די נויטיגע שווערע ארבעט צו זארגן פאר סוער און וואסער פאר די אלע פראיעקטן, אלס א טייל פון די יארן-לאנגע הארעוואניע צו האבן א פליסיגן דירות סופליי.

כאטש די אומערווארטעטע ביטערע תקופה ביים לעצטן מאנרא-אנעקסעישן מיט די יונייטעד-מאנרא און זייערע מיטהעלפער האט געברענגט עטליכע שווערע יארן פון א נידריגע סופליי, איז שוין ב"ה יעדער עדות וויאזוי עס שפירט זיך שוין ערנסט דער ברייטער הרחבה בס"ד וואס דער ענדגילטיגער אנעקסעישן האט ב"ה געברענגט, נאכ'ן עררייכן יענעם שלום-פלאן ארויסצולאזן די סעווען-ספרינגס שטחים און אנעקסירן 226 עיקער, וואס אצינד איז ב"ה פארהאן א פלוס פון סופליי, אין צוגאב צו די דערמאנטע ארום 8,000 וועלכע זענען נאך ערמעגליכט צו בויען אין די מאמענטאלע ווילעדזש גרעניצן.

די 8,382 דירות ערווארטעט אין ביז יעצטיגע גרעניצן, זענען צוטיילט ווי פאלגנד:

2,815 דירות אין הארץ פון שטאט, פון ווען ביורען ביז סאטמאר דרייוו און אלעס אינצווישן (509 דערפון זענען שוין אונטער קאנסטרוקשן אדער פרי-פלענינג)
2,190 דירות אין די עצי תמרים אומגעגנט (1,938 דערפון זענען שוין אונטער קאנסטרוקשן אדער פרי-פלענינג).
1,859 דירות איבער עיקערס, פארעסט און בעיקערטאון גאסן און נאך גאסן ארום (1,103 דערפון זענען שוין אונטער קאנסטרוקשן אדער פרי-פלענינג)
1,518 דירות ארום קאונטי רוט 105 און שכונת ויואל משה (1,181 דערפון זענען שוין אונטער קאנסטרוקשן אדער פרי-פלענינג)

ווי איר זעט, זענען ארום 5,000 דירות דערפון שוין אין פלענינג, אדער שוין אונטער קאנסטרוקשן.

אבער די הנהלת הקרי' שלאפט נישט און כדי צו פארזיכערן די ווייטערדיגע דירות סופליי אויף ווייטערדיגע יארן פאר'ן ציבור וואס וואקסט און בליט בליעה"ר, איז אצינד געווארן אונטערגענומען דער אנעקסעישן פראצעדור, וואס וועט נאך בעז"ה נאכפאלגן מיט נאך ווייטערדיגע שטחים, און בו בזמן ארבעט מען ווייטער בלי הרף אויף אלע ארומיגע געברויכן וואס נאר דערמיט קען קרית יואל ב"ה ווייטער ארויסשטיין פונעם מאנגל אין סוער און וואסער פערמיטן וואס פלאגט אלע ארומיגע טאון'ס און קאונטי'ס און האלט צוריק פון קענען בויען אויף אזא ברייטע פארנעם.

חסידי סאטמאר בכלל און תושבי קרית יואל בפרט קוקן ארויס אז די ווייטע כח און דער גרויסער זכות הקדושה פונעם מייסד העיר מרן רביה"ק זיע"א זאל ווייטער ביישטיין פאר די געטרייע עסקנים אינעם הנהלת הקרי' און פאר'ן רועה נאמן לעדתו מרן רבינו שליט"א צו קענען ווייטער מצליח זיין לבנות את העיר לה' ולתורתו מיט טויזנטער בתים נאמנים.
הי-ה אור במושבותם.
1.jpg
1.jpg (176.18 KiB) געזען געווארן 1742 מאל
2.jpg
2.jpg (184.36 KiB) געזען געווארן 1742 מאל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14056

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שנת הרווחה.jpg
שנת הרווחה.jpg (276.88 KiB) געזען געווארן 1651 מאל
שטורעם
פרישער באניצער
פאוסטס: 16
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 03, 2025 4:32 pm
x 33

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שטורעם »

בעל כרחך יענה, איך מיז זאגן כל הכבוד פאר ווער עס האט א חלק און געבען פאר אידישע קינדער ווי צי וואונען, מיט א מעגליכקייט צי נישט דארפן זיין א פותח על הדלתות
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5993

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

שטורעם האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 7:30 pm בעל כרחך יענה, איך מיז זאגן כל הכבוד פאר ווער עס האט א חלק און געבען פאר אידישע קינדער ווי צי וואונען, מיט א מעגליכקייט צי נישט דארפן זיין א פותח על הדלתות
דו ביסט דער מלאך רע?... נאר א ווערטל לדבריך... יא ב"ה עס איז דא איד וואס האסלען פאר אונז. זאל זיי דער זכות ביישטיין בזה ובבא.
Monroe on scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 318

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe on scene »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט
כהאב מורה איינער נארט אריין מענטשן צו שרייבן שמיעות
סגייט זעכער נישט זיין אזוי חוץ אויב סדא באהאלטענע טריקס אינוואלווט

אפאר אינוועסטערס האבן געהאט באקימען די אפפער עס צי אפקויפן און די טשארט וואזט אז די מינומום קאסט גייט זאן 261.25 א סקווער פיס
דעיס רעכנט אלע גראס סקווער פיס
און סהאט נישט אלע עקספעצעס אפאר זאכן פעלן נאך

סאוי די מינומום וואס ער קען בעטן העט זיין 300 א סקווער פיס גראס
אויב בעט ער נאר נעט פאלירט ער 10 אדער 12 פראצענט און ער בלייבט מיט גאנישט אדער מיט א לאסס
משוגע איז ער נישט זאכן דאפן מאכן סענץ. לכאורע איז נישט אמת וואס די שרייבסט
פיילס
hk.jpg
ליכטעלע
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 28, 2024 1:45 pm
x 95

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך ליכטעלע »

Monroe on scene האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט
כהאב מורה איינער נארט אריין מענטשן צו שרייבן שמיעות
סגייט זעכער נישט זיין אזוי חוץ אויב סדא באהאלטענע טריקס אינוואלווט

אפאר אינוועסטערס האבן געהאט באקימען די אפפער עס צי אפקויפן און די טשארט וואזט אז די מינומום קאסט גייט זאן 261.25 א סקווער פיס
דעיס רעכנט אלע גראס סקווער פיס
און סהאט נישט אלע עקספעצעס אפאר זאכן פעלן נאך

סאוי די מינומום וואס ער קען בעטן העט זיין 300 א סקווער פיס גראס
אויב בעט ער נאר נעט פאלירט ער 10 אדער 12 פראצענט און ער בלייבט מיט גאנישט אדער מיט א לאסס
משוגע איז ער נישט זאכן דאפן מאכן סענץ. לכאורע איז נישט אמת וואס די שרייבסט
נעם אין אכט פאר די ברענגסט די אלע זאכן אז דא זענען דא, און עס גייען נאך זיין נאך אנדערע מסתם אויך, וואס זוכן און גייען זוכן אראפצורייסן און פארשפרייטן ליגיונות און ספינס אקעגן דעם פראדזשעקט, וד"ל.

לויט מיין אינפארמאציע, פון קראנטע מקורות, האלט ער זיך דערווייל צום פלאן פון נעט ס"פ, מיט הערליכע דירות מיט אלע אפגרעידס אינקלודעד.
וואס וועט זיין און וואס וועט אונטערקומען ווייסט איין באשעפער, אבער דאס איז די שטאנהאפטיגע פלאן יעצט.
פארנומען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 149
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 14, 2023 1:46 pm
x 210

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פארנומען »

ליכטעלע האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:30 pm
Monroe on scene האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט
כהאב מורה איינער נארט אריין מענטשן צו שרייבן שמיעות
סגייט זעכער נישט זיין אזוי חוץ אויב סדא באהאלטענע טריקס אינוואלווט

אפאר אינוועסטערס האבן געהאט באקימען די אפפער עס צי אפקויפן און די טשארט וואזט אז די מינומום קאסט גייט זאן 261.25 א סקווער פיס
דעיס רעכנט אלע גראס סקווער פיס
און סהאט נישט אלע עקספעצעס אפאר זאכן פעלן נאך

סאוי די מינומום וואס ער קען בעטן העט זיין 300 א סקווער פיס גראס
אויב בעט ער נאר נעט פאלירט ער 10 אדער 12 פראצענט און ער בלייבט מיט גאנישט אדער מיט א לאסס
משוגע איז ער נישט זאכן דאפן מאכן סענץ. לכאורע איז נישט אמת וואס די שרייבסט
נעם אין אכט פאר די ברענגסט די אלע זאכן אז דא זענען דא, און עס גייען נאך זיין נאך אנדערע מסתם אויך, וואס זוכן און גייען זוכן אראפצורייסן און פארשפרייטן ליגיונות און ספינס אקעגן דעם פראדזשעקט, וד"ל.

לויט מיין אינפארמאציע, פון קראנטע מקורות, האלט ער זיך דערווייל צום פלאן פון נעט ס"פ, מיט הערליכע דירות מיט אלע אפגרעידס אינקלודעד.
וואס וועט זיין און וואס וועט אונטערקומען ווייסט איין באשעפער, אבער דאס איז די שטאנהאפטיגע פלאן יעצט.
אט אזוי!
Monroe on scene
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 148
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 10:57 am
Location: KJ
x 318

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Monroe on scene »

חס ושלום איך ראס נישט אראפ
איך האב די שיט און איך זע נישט סאל זיין מעגליך ער זאל גיין מיט נעט
סאוי לאמיך ווארטן אויף מציאות
דערוואל האט מען סתם געשריבן דא סקען זיין אבי גערעט
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14056

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האב געשריבן אז ער וויל, נישט אז ער גייט.

און ס'איז געווען באזירט אויף וואס דער קאנטראקטער זאגט. ר' אברהם אליינס האט נאך גארנישט געזאגט קלאר, אין וומסב"ג האט ער גערעכנט גראסס, און ער וויל זיכער נישט מאכן קיין דריידלעך וואס געוויסע האבן ליידער - דערווייל - געמאכט ווי שוין דא ערווענט.

ווען ער וועט האבן פלענס, וועט ער מאכן די פיינעל חשבונות. אויפ'ן מינוט האפט מען צו האבן די פלענס ביז געציילטע וואכן.

אזויפיל זע איך יא דא אינעם עקסעל שיעט, אז אפילו אויב ער בעט 300 גראסס איז ער א צדיק פאר'ן אריינשפרינגען! מ'רעדט פון א ערנסטע אינוועסטמענט און לאנגע הארעוואניע מיט ריסק, פאר עכט שמאלע פראפיט! אשרינו שיש לנו בונים כזה.
האקט א טאג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 102
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:39 pm
x 223

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך האקט א טאג »

ק/פ
פרייליכע נייעס
און די יעצטיגע מינוטן האט ר’ יואל בראך ב''ר יחזקאל ושתפו ר' שמואל וויזנער די דיוועלעפערס פון Smith Gardens און שכונת ברוך טעם און kj Island זיך אינטער גענומען צו פארקויפן לויט די תקנות פרייזן פון $300 א סקווער פיס פאר דיוועלעפמענט אויף פארעסט רד, אין צענטער פון ק”י. און מען וועט אי”ה אנהייבן צו פארקויפן מיט פארטיגע פלענס קומענדיגע זונטאג 4/27/25 דורך משה יוסף פריעדמאן
HFA Realty Group, 845-781-2410 , Forest@HFARealty.com

More details to follow
אוועיטער
Yankel
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 751
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:17 pm
x 1078

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Yankel »

האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:35 am ק/פ
פרייליכע נייעס
און די יעצטיגע מינוטן האט ר’ יואל בראך ב''ר יחזקאל ושתפו ר' שמואל וויזנער די דיוועלעפערס פון Smith Gardens און שכונת ברוך טעם און kj Island זיך אינטער גענומען צו פארקויפן לויט די תקנות פרייזן פון $300 א סקווער פיס פאר דיוועלעפמענט אויף פארעסט רד, אין צענטער פון ק”י. און מען וועט אי”ה אנהייבן צו פארקויפן מיט פארטיגע פלענס קומענדיגע זונטאג 4/27/25 דורך משה יוסף פריעדמאן
HFA Realty Group, 845-781-2410 , Forest@HFARealty.com

More details to follow
דעס איז ליצנות? וויפיל דירות איז נאך דא דארט?
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2526
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 5993

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

Yankel האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:46 am
האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:35 am ק/פ
פרייליכע נייעס
און די יעצטיגע מינוטן האט ר’ יואל בראך ב''ר יחזקאל ושתפו ר' שמואל וויזנער די דיוועלעפערס פון Smith Gardens און שכונת ברוך טעם און kj Island זיך אינטער גענומען צו פארקויפן לויט די תקנות פרייזן פון $300 א סקווער פיס פאר דיוועלעפמענט אויף פארעסט רד, אין צענטער פון ק”י. און מען וועט אי”ה אנהייבן צו פארקויפן מיט פארטיגע פלענס קומענדיגע זונטאג 4/27/25 דורך משה יוסף פריעדמאן
HFA Realty Group, 845-781-2410 , Forest@HFARealty.com

More details to follow
דעס איז ליצנות? וויפיל דירות איז נאך דא דארט?
איך ווייס נישט אויב דאס איז ליצנות עס קען זיין אמת. ער האט נאך בערך 500 דירות צו בויען דארט נאר ער האט נישט געקענט באקומען פערמיטס ווייל ער האט נישט געוואלט גיין מיט 300.
ארבעט זאנע
פרישער באניצער
פאוסטס: 19
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 3:33 pm
Location: 10950
x 28

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך ארבעט זאנע »

Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 9:03 am
Yankel האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:46 am
האקט א טאג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 8:35 am ק/פ
פרייליכע נייעס
און די יעצטיגע מינוטן האט ר’ יואל בראך ב''ר יחזקאל ושתפו ר' שמואל וויזנער די דיוועלעפערס פון Smith Gardens און שכונת ברוך טעם און kj Island זיך אינטער גענומען צו פארקויפן לויט די תקנות פרייזן פון $300 א סקווער פיס פאר דיוועלעפמענט אויף פארעסט רד, אין צענטער פון ק”י. און מען וועט אי”ה אנהייבן צו פארקויפן מיט פארטיגע פלענס קומענדיגע זונטאג 4/27/25 דורך משה יוסף פריעדמאן
HFA Realty Group, 845-781-2410 , Forest@HFARealty.com

More details to follow
דעס איז ליצנות? וויפיל דירות איז נאך דא דארט?
איך ווייס נישט אויב דאס איז ליצנות עס קען זיין אמת. ער האט נאך בערך 500 דירות צו בויען דארט נאר ער האט נישט געקענט באקומען פערמיטס ווייל ער האט נישט געוואלט גיין מיט 300.
100% אמת
בערך 300 דירות.
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

ער בעט פער בילדעבל סקווער פיס אדער אויך פאר קאממאן עריע?
וואסערע אפגרעידטס איז אינקלאודעד אין די 300 פער ס.פ.?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6202
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14056

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בנוגע די נייעס איבער די "פארעסט עדזש" דעוועלאפמענט פון ר' יואל ב"ר יחזקאל (זיגי) בראך הי"ו ושותפיו.

די ועד הדירות האט געדיעלט מיט אים א לאנגע צייט, למעשה האט ער ביזדערווייל נישט געוואלט אונטערשרייבן פאר'ן ועד אז ער גייט זיך האלטן צו $300 א סקווער פיס, ער האט געפאדערט אז עס מוז גיין מיט אן עקספיירעישן דעיט, אויף וואס די ועד הדירות בפקודת דעם רבי'ן האבן נישט מסכים געווען (על אף וואס די פרייז וועט זיך איין טאג הייבן נאטורליך, אינפלאציע בלייבט טאקע קיינמאל נישט שטיין, אבער נאר ווען - און נאר וויפיל - די ועד וועט באשטעטיגן).

ממילא, איז ער דערווייל נישט באשטעטיגט צו קענען באקומען סייט פלען אפראוועלס וואס ווערט יעצט נאר געגעבן פאר די וואס קאמיטן זיך אויף עפארדעבל האוזינג פון $300 פער ס"פ.

נאר וואס, ער איז ארויסגעקומען מדעת עצמו צו אנהויבן פארקויפן קאנטראקטס פאר דעם פרייז, און שפעטער ווען ער וועט וועלן אנהויבן בויען וועט ער באשליסן וויאזוי צו גיין ווייטער. זאגן זאגט ער אז ער וויל טעסטן די וואסער אויב ער האט גענוג קונים בעפאר ער איז זיך מתחייב, און ווי נאר ער האט גענוג קונים וועט ער אונטערשרייבן. (עס מאכט נישט ממש קיין סענס, ווייל ס'איז בכלל נישט קיין פראגע אז ער קען האבן 289 קונים פאר דירות אין צענטער פון שטאט אויב ער בעט תקנות פרייז, אבער ער מצדו זאגט אז ער איז יא ערנסט דערביי).

הלכה למעשה, האט ער געמאכט סייט פלענס, און נאך פאר'ן בעטן אפראוועלס לייגט ער עס קודם ארויס פאר קאנטראקטס. ער וועט בעטן $25,000 צו שרייבן קאנטראקט, מיט א אפציע זיך ארויסצוציען עני טיים. פאטענשל דאון פעימענט וועט זיין $125,000.

עד כאן המעשה. אויב עס וועט זיין אן אפדעיט איבער מער באשטעטיגטע פארשריט וועט עס די ועד אודאי מעלדן.
שלמה פריעדמאן
ניי צום טיש
פאוסטס: 3
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:53 pm
x 3

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שלמה פריעדמאן »

Monroe on scene האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט
כהאב מורה איינער נארט אריין מענטשן צו שרייבן שמיעות
סגייט זעכער נישט זיין אזוי חוץ אויב סדא באהאלטענע טריקס אינוואלווט

אפאר אינוועסטערס האבן געהאט באקימען די אפפער עס צי אפקויפן און די טשארט וואזט אז די מינומום קאסט גייט זאן 261.25 א סקווער פיס
דעיס רעכנט אלע גראס סקווער פיס
און סהאט נישט אלע עקספעצעס אפאר זאכן פעלן נאך

סאוי די מינומום וואס ער קען בעטן העט זיין 300 א סקווער פיס גראס
אויב בעט ער נאר נעט פאלירט ער 10 אדער 12 פראצענט און ער בלייבט מיט גאנישט אדער מיט א לאסס
משוגע איז ער נישט זאכן דאפן מאכן סענץ. לכאורע איז נישט אמת וואס די שרייבסט
איך האב געהערט אז ער ארבעט יעצט איבער די פלענס - מיטן פלאן צו קענען בויען מער ווי 190 דירות (פונקטליך וויפיל ווייס איך נישט אבער מער פון 200)
סא ס'קען זיין אז דאס איז די לאך וואו דיין חשבון שטומט נישט
אוועיטער
איד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 641
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 712

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך איד »

יו''ט בינך געווען באזוכן מיינס א קרוב אין קר''י, זאגט ער מיך אז די פרייז פון דירות האבן אנגעהויבן פאלן
און ווי ס'זעהט אים אויס גייט עס נאך פאלן אסאך

האט דאס מיט די תקנות דייקא?
אדער צוליב וואס מבויט יעצט אסאך?
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 977
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 1364

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:24 pm יו''ט בינך געווען באזוכן מיינס א קרוב אין קר''י, זאגט ער מיך אז די פרייז פון דירות האבן אנגעהויבן פאלן
און ווי ס'זעהט אים אויס גייט עס נאך פאלן אסאך

האט דאס מיט די תקנות דייקא?
אדער צוליב וואס מבויט יעצט אסאך?
%100 מיט די תקנות
אנגעהויבן פאלן גלייך נאכדעם
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
זאנוויל ראזענבערג
פרישער באניצער
פאוסטס: 33
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 11, 2024 7:55 pm
x 103

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך זאנוויל ראזענבערג »

שלמה פריעדמאן האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 11:56 am
Monroe on scene האט געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2025 1:21 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:18 am צו קענען מעגליך רעכענען די "נעט סקווער פיס" אנשטאט "גראסס", דאס הייסט אז מען וועט נישט באצאלן פאר אלע געבויטע סקווער פיס, נאר פאר די סקווער פיס וואס די דירה זעלבסט פארמאגט
כהאב מורה איינער נארט אריין מענטשן צו שרייבן שמיעות
סגייט זעכער נישט זיין אזוי חוץ אויב סדא באהאלטענע טריקס אינוואלווט

אפאר אינוועסטערס האבן געהאט באקימען די אפפער עס צי אפקויפן און די טשארט וואזט אז די מינומום קאסט גייט זאן 261.25 א סקווער פיס
דעיס רעכנט אלע גראס סקווער פיס
און סהאט נישט אלע עקספעצעס אפאר זאכן פעלן נאך

סאוי די מינומום וואס ער קען בעטן העט זיין 300 א סקווער פיס גראס
אויב בעט ער נאר נעט פאלירט ער 10 אדער 12 פראצענט און ער בלייבט מיט גאנישט אדער מיט א לאסס
משוגע איז ער נישט זאכן דאפן מאכן סענץ. לכאורע איז נישט אמת וואס די שרייבסט
איך האב געהערט אז ער ארבעט יעצט איבער די פלענס - מיטן פלאן צו קענען בויען מער ווי 190 דירות (פונקטליך וויפיל ווייס איך נישט אבער מער פון 200)
סא ס'קען זיין אז דאס איז די לאך וואו דיין חשבון שטומט נישט
מער דירות מיינט קליינע דירות אויך? איך האב געהערט ער בויט נאר גרויסע.

אבער ס'איז פארקערט לכאורה, אויב בויט ער מער דירות דורך אויך בויען קליינע ווערט די קאסט מער. ניין?
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 496
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 919

Re: דירות אין קרית יואל

פאוסט דורך וואלף »

איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 24, 2025 12:24 pm יו''ט בינך געווען באזוכן מיינס א קרוב אין קר''י, זאגט ער מיך אז די פרייז פון דירות האבן אנגעהויבן פאלן
און ווי ס'זעהט אים אויס גייט עס נאך פאלן אסאך

האט דאס מיט די תקנות דייקא?
אדער צוליב וואס מבויט יעצט אסאך?
'אנגעהויבן פאלן' איז זייער בלאס גערעדט, קוק אפאר פאוסטס פריער די באריכט פון די וועד הדירות אויף יו"ט

כ'ווייס נישט וויפיל ס'קען נאך פאלן...
שרייב פאוסט