שב״ק פרשת כי תשא
אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה״ג ר׳ יוסף קאהן שליט״א, נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן.
אום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם, מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו החתן הרב נתן נטע בן הגה״צ אב״ד ור״מ ירושלים - קרית יואל שליט״א.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן נכד רבינו החתן הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א.
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הרה״ג ר׳ ארי מרדכי ראבינאוויטש שליט״א.
מנוחה ושמחה: הרה״ג ר׳ לייבוש בר״י טייטלבוים שליט״א.
דער רבי האט געזאגט תורה, דער רבי זיך געשטעלט אויף די פרשת השבת, אך את שבתותי תשמורו, אז שטייט א לשון רבים שבתותי. און אזוי אויכט אויף די מאמר חז"ל אז די אייבישטער האט נישט מודיע געווען פאר די אומ"ה די ענין פון די נשמה יתירה דער רבי האט נאגעגעזאגט דאס ווארט פון רבין זי"ע אויפן טור וואס זאגט הרגיל בנר הוין ליה בנין צדיקים, לייגט די טור צו הרגיל בנר לעשותו יפה, וואס דאס איז מרמז אז לעתיד לבא וועט זיין ביום ההוא יהיה ד' אחד ושמו אחד, די שם וועט נישט זיין יקו"ה נאר יקי"ק וואס איז בגי' יפה, און ווי די זרע קודש שרייבט אז דאס ווינטשט מען פאר חתן וכלה אז די זיווג זאל עולה יפה זיין. אזוי אויכט האט דער רבי נאכגעזאגט פון ראשית חכמה אז די גאנצע וואך איז אלעס א הכנה פאר די קומדיגע שבת, ממילא דארף די גאנצע וואך זיך גרייטן פארן שבת, און די קומדיגע שבת איז משפיע אויף די קומעדיגע וואך, קומט אויס אז יעדע שבת איז אויף א העכערע מדריגה ווי פון די פריעדיגע, און דאס זאגט די גמרא אילו שמרו ישראל שני שבתות מיד נגאלין.
קה אכסוף: הרה״ג ר׳ דוד ראבינאוויטש שליט״א.
קה רבון עלם: הרה״ג ר׳ יעקב יוסף ווייס שליט״א.
לאל אשר שבת: הרה״ג ר׳ אהרן בר״ל טייטלבוים שליט״א.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען האדמו״ר מ׳משכונות הרועים שליט״א.
מיט די שבע ברכות איז מכובד געווארן ברכות הראשונות: הגה״צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט״א, הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א, הגה״צ ר׳ יואל טייטלבוים שליט״א אב״ד תפארת מרדכי, הרה״ג ר׳ שלמה פריעדמאן שליט״א,
ברכה אחריתא: הגה״צ אב״ד בית אהרן שליט״א.
דער רבי האט פארטיילט פירות פאר די אויבנאן, דערנאך האט בדחנא דמלכה הר״ר שמואל ביקעל שליט״א אויפגעריפן דעם רבין צו די ריקודין לפני הכלה, דער רבי האט געטאנצן לפני הכלה אנגעכאפט מיט די חתן און מחותנים, דערנאך האבן די זיידעס האדמו״ר מ׳משכונות הרועים שליט״א, הגה״צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט״א, הגה״צ אב״ד בית אהרן שליט״א געטאנצן לפני הכלה. דערנאך האט דער רבי געטאנצן אין א ריקוד מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס.
אז ביום: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו
מען האט פארענדיגט ארום 12:45 און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
יום שבת קודש
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ג ר׳ יושע קאהן שליט״א פון ירושלים.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
הוצאה והכנסה: הרה״ג ר׳ צבי אלימלך קאהן שליט״א פון לעיקוואוד
כהן: החתן הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א נכד רבינו
לוי: הרה״ח ר׳ שמעון שווארטץ הי״ו
שלישי: האדמו״ר מ׳משכונות הרועים שליט״א
רביעי: הגה״צ אב״ד בית אהרן שליט״א
חמישי: הרה״ח ר׳ יוסף אלי שלעזינגער הי״ו
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: הרב אלעזר רובין שליט״א
הוספות: הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א, הרה״ג ר׳ לייבוש טייטלבוים שליט״א פון שיכון סקווירא, החתן ב״ר מענדל גאנץ הי״ו, הרה״ח ר׳ יונה גלויבער הי״ו, הרה״ח ר׳ מענדל גאנץ הי״ו
אחרון: הב׳ הרב אלימלך בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א
מפטיר: הגה״צ ר״י תולדות אהרן שליט״א
הגבה: הרה״ג ר׳ עקיבא יוסף ראבינאוויטש שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳ תורת משה מאנטריאל
גלילה: הרב יחיאל מנחם מייזליש שליט״א נכד רבינו
צו מוסף איז צוגעגאנגען הגה״צ ר״י תולדות אהרן שליט״א
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ רפאל יוסף גלויבער הי״ו
מען האט פארענדיגט ארום 12:30, די ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן.
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריבער אין ויואל משה זאל צום בייטאג טיש וואס איז פארגעקומען אינאיינעם מיטן שמחת השבע ברכות, דער רבי האט געמאכט קידוש,
הגבהת הכוס: החתן הרב אברהם יצחק קאהן שליט״א
דער רבי האט אנגעהויבן חי השם
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
ברוך אל עליון: הרה״ג ר׳ צבי אלימלך קאהן שליט״א פון לעיקוואוד
ברוך השם: הרה״ג ר׳ איתמר לייפער שליט״א פון ירושלים
במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן די זיידע הגה״צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט״א און הגה״צ אב״ד סיגוט שליט״א.
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען די זיידע האדמו״ר מ׳משכונות הרועים שליט״א
מיט די שבע ברכות, חדב״ן הגה״צ ר׳ אלטר גלאנץ שליט״א, הרה״ג ר׳ אברהם ראבינאוויטש שליט״א, הרה״ג ר׳ לייבוש בר״ל טייטלבוים שליט״א, הרה״ג ר׳ הלל ראבינאוויטש שליט׳א,
ברכה אחריתא: כ״ק מרן רבינו שליט״א
מנחה ושל״ס
אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ צבי הירש לויפער שליט״א
ביי קריאת התורה איז נתכבד געווארן
כהן: הרב יואל גלאנץ שליט״א נכד רבינו
לוי: הרה״ח ר׳ אברהם וואלף טירנוער הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ משה אלי עסטרייכער הי״ו פון קרית יואל
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הר״ר משה אדלער שליט״א פון קרית יואל
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ יוסף אלי שלעזינגער הי״ו מגבאי הביהמ״ד
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ ישראל שמעי ראזנער הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה
ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳
שושנת יעקב: הרה״ח ר׳ אברהם וואלף טירנוער הי״ו
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם ברוין הי״ו
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
מוצאי שבת קודש
ארום 10:30 איז דער רבי אנגעקומען פארענט פון ביהמ״ד הגדול ווי דער רבי האט משמיע געווען דברי הספיד לפני מטתו פון הרה״ח ר׳ הלל דוב גאנץ ע״ה, דערנאך האט דער רבי מלוה געווען די מטה.
״קול רנה וישועה באהלי צדיקים״
ארום 11:00 אזייגער איז רבינו שליט״א אריינגעקומען אין די פרדס פיגא זאלן צום שמחת השבע ברכות בחצרות קדשינו צוגעשטעלט דורך די הנהלת וחברי כוללינו סניף קליימער לכבודו פונעם מחותן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א ראה״כ, אינאיינעם מיטן מעמד כבוד התורה סיום הלכות שבת והלכות יו״ד ח״א,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת מלוה מלכה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשען לחיים פארן גאנצן ציבור, עס האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב יואל ראזענבערגער שליט״א ראש החבורה בכוללינו, די זיידע הגה״צ ראש ישיבת תולדות אהרן שליט״א, די מחותן הגה״צ ר׳ אלעזר שליט״א, אזוי אויך האט אויפגעטרעטן מיט דברי בדחנות הרה״ח ר׳ נחמן ליווי הי״ו.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, דער רבי האט ארומגערעדט בשבח הכולל און ארויסגעברענגט לשבח די חשובע ראשי החבורת און הנהלת הכולל, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א, און דער רבי האט געזאגט די שבע ברכות. נאכן בענטשן האט דער רבי פארטיילט במתנה א סעט שו״ת הישב משה פאר עטליכע אינגערלייט וואס האבן זיך פארהערט גאנץ הלכות שבת און הלכות יורה דעה ח״א, דערנאך זיך אויפגעשטעלט אין א ריקוד מיט די חתן, מחותנים און די זיידעס.
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
~


~