בלאט 111 פון 217

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:06 pm
דורך חלום חלמתי
א קאנפרענץ איז פארגעקומען דעם שבת אין טערקיי צווישן די פירער פון כאמאס, און דעלעגאטן פון איראן, כיזבאלא, און נאך. צו באהאנדלען די איזריעל נושא.

נטורי קרתא האט אויך געהאט דארט א פארשטייער

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:07 pm
דורך חלום חלמתי
היינט ווערט אפגעצייכענט 84 יאר פון די פורל הארבאר יאפאנעזע אטאקעס וואס האט אריינגעשלעפט אמעריקע אינעם צווייטן וועלט קריג

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:12 pm
דורך חלום חלמתי
ראדיקאלע לינקע קאנגרעספרוי אילאן אומער פון סאמאליע - מינעסאטע, זאגט אז טראמפס אידישע ראטגעבער סטיפען מילער, דערמאנט איר פון וויאזוי די נאצי'ס האבן אראפגעלייגט די אידן בעפאר די צווייטע וועלט מלחמה.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:22 pm
דורך חלום חלמתי
נאכעדעם וואס סאוט אפריקע האט זיך שטארק אנגענומען פאר די נעבעכדיגע פאלעסטינער, מיטן אריינגעבן די קלאגע אין די אינטערנאציאנאלע געריכט קעגן עטליכע מדנ"י פירער. האבן זיי געמאלדן אז עזה איינוואוינער קענען אריינגעקומען צו זיי אין לאנד אן קיין וויזע.

אבער יעצט זיצט א פליגער אין זייער לופטפעלד, מיט 153 פליטים פון עזה וועמען זיי לאזן נישט אריין אין לאנד צוליב פעלערהאפטיגע דאקומענטן...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 2:35 pm
דורך כא כא כא
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 11:07 am ווייט עוועניו דינער, א גויאישע רעסטוראנט אין וומ"ס ,איז געווארן אוועקגעפירט גאנצערהייט. אויפן וועג צו א מאווי סטודיאָ. ווי מען וועט דאס נוצן אלס א טייל פון פארשידענע פארשטעלונגען.
ר״ל זיי בלאקירן דאך דערווייל די בייק לעין...
שומו שמים!!!!!

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:25 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 1:55 pm ספיקער מייק דזשאנסאן איז נארוואס אנגעקומען אין שיכון סקווירא אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

אינטרעסאנט ווי מאנסי איז געווארן א שטארקע סווינג דיסטריקט וואס די רעפובליקאנע פרובירן אנצוהאלטן מיט אלע כוחות, און פארלייגן וועלטן אויף די סקווירא בלאק וואוט.
ביים באזוך האט קאנגרעסמאן מייק לאולער געזאגט פארן סקווירא רבי'ן שליט"א אז ער ארבעט אויף א באגעגעניש צווישן דעם רבי'ן און פרעזידענט טראמפ.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:37 pm
דורך וויענער חסיד
טאקער קארלסאן זאגט ביי זיין אינטערוויו מיטן קאטארן פרעימאר מיניסטאר [צום צווייטען מאל דער יאר] אז ער גייט קויפן א פלאץ און קאטאר

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 3:45 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 05, 2025 10:26 am און אילאן מאסק האט באקריגן א 120 מיליאן יורא קנס פון אייראפע, פארן נישט גענוג פילטערן די אינהאַלט פון עקס.
און אלס רעזולטאט איז די עפפ געווארן די מערסט דאונלאדטע עפפ אין אייראפע...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 9:11 pm
דורך חלום חלמתי
זיי גיבן איבער אז לויט די סטאטיסטיקס זענען די רייכע מענטשן און מיליאנערן, די דאזיגע וואס שפאצירן אוועק פונעם סעלף טשעקאוט אומבאצאלט..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 10:19 pm
דורך חלום חלמתי
דריי עקשנותדיגע דרייווערלאזע וועימא טעקסיס האבן זיך געטראפן אויף א שמאלן געסל אין קאליפארניע, און פארלאזירט דעם גאס...

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 10:23 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 05, 2025 10:26 am און אילאן מאסק האט באקריגן א 120 מיליאן יורא קנס פון אייראפע, פארן נישט גענוג פילטערן די אינהאַלט פון עקס.
מאסק רופט צו אויפלעזן די גאנצע אייראפעישע יוניאן, נאך דעם שרעקליכן חוצפה..

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 07, 2025 10:43 pm
דורך חלום חלמתי
נאכדעם וואס פרוי גרין האט געמאלדן אז זי אנטלויפט פון קאנגרעס דעם קומענדיגן יאנואר, הערט מען פון נאך 20 רעפובליקאנע קאנגרעסלייט וואס ווילן און דאס זעלבע.

רוב פון די זענען אין סעיף רעפובליקאנע זאנעס, אבער מיט אזא שמאלע רוב, קען מען זיך נישט ערלויבן די פאר חדשים ביז ספעציעלע וואלן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:04 am
דורך חלום חלמתי
טראמפ מיט א פרישע אטאקע אויף די פארדארבענע עפל פרוי גרין, נאכדעם וואס זי האט זיך געלאזט אינטערוויו'ן אויף 60 מינוט'ס

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:00 pm
דורך חלום חלמתי
ווען ס'רעגנט גיסט, במלאו מובן: די לאוורע מיוזיעם אין פראנקרייך - וואס איז מיאוס דורכגעפאלן מיט זייער זיכערהייט א חודש צוריק, ווען עטליכע גנבים האבן באגנבעט ווערדפולע אוצרות פון די נאפאליען עפאכע אינמיטן העלן טאג. - האט ווידער געליטן מאסיווע שאדן ווען א פשוטע וואסער ליעק האט זיי חרוב געלייגט צויישן 3 און 4 הונדערט היסטארישע דאקומענטן און ביכער.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:02 pm
דורך חלום חלמתי
210,000 פאוער בענק'ס זענען צוריקגערופן געווארן דורך עמעזאן, נאכדעם וואס א שיינע פאר האבן אויפגעריסן און פאראורזאכט שריפות.

אין די היימישע מאנסי האט אזא אויפרייס געקאסט א האלבע דירה פאריגע וואך.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:09 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 05, 2025 10:22 am נעטפליקס וויל אפקויפן די האליוואד 'ווערנער בראס' סטודיאָ, פאר 82 ביליאן דאלאר.

דעי ריזן דיעל וואס קען באיינפלוסן די גאנצע אינדוסטריע דארף באקומען פעדעראלע באשטעטיגונג.
ארויף מיט די סיעטבעלטס, די מעשה הייבט אן ווערן אינטרעסאנט...

בעת נעטפליקס וויל צאלן קארגע 82 ביליאן, האט דעוויד עדלסאן - בנו יקירו פונעם טראמפ פריינד לערי עדלסאן - אריינגעגעבן א ביד צו עס אפקויפן פאר 108 ביליאן.

די סטודיא איז די מוטער פון עטליכע פראמינענטע מידיע פירמעס צויישן זיי ,CNN, CBS און נאך. און אלס שותף וויל ער נעמען רייכע חברה פון קאטאר און חדב"ן דזשעראד קושנער....

און יא, טראמפ דארף עפראוון די דיעל. לחיים.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:11 pm
דורך חלום חלמתי
א יאר אריין אין די טעריפ'ס . און יעעעצט גייט מען אנהייב זעהן פרייזן זיך הייבן. שטייט געשפאנט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:12 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:11 pm א יאר אריין אין די טעריפ'ס . און יעעעצט גייט מען אנהייב זעהן פרייזן זיך הייבן. שטייט געשפאנט.
אה און אויך העלט קעיר גייט ארויפשיסן

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:14 pm
דורך חלום חלמתי
האומלענד סעקיוריטי קריסטי נאועם האט היינט איבערגעגעבן די 10,000 דאלארדיגע באונעס פאר די TSA ארבעטער וואס האבן נישט פארפעלט קיין טאג אינעם שאטדאון

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:56 pm
דורך חלום חלמתי
שלום באראנעס - א איד - איז געווארן אויפגענומען אלס פרישע ארכיטעקט צו טראמפס ווייסע הויז באלרום, נאכדעם וואס דער פריערדיגער ארכיטעקט דזשעימס מעקארען האט נישט געקענט מיטאנצן מיט טראמפס קאפריזן וואס טוישט זיך שנעלער ווי ער שרייבט אינטער עקזעקוטיוו ארדער'ס.

קודם האט מען גערעדט פון א 300 זיצן, דערנאך האט מען פארגרעסערט צו 550 און יעצט דארף ער 1,300 בענקלעך. לחץ לייגט ער אז דאס דארף זיין פארטיג בעפאר 2028 אז ער זאל עס נאך קענען ניצן, אבער ניטאמאל די ארכיטעקט פלענער שטומען שוין.

שלום האט שוין עקספיריענס מיט די גאווערמענט, ער האט איבערגעבויט די פענטאגאן נאך די 9/11 טעראר אטאקע'ס. און ער וועט ווערן די אפציעלע ארכיטעקט בשעת מר. דזשעימס וועט בלייבן די לעצטע ווארט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:23 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:04 am טראמפ מיט א פרישע אטאקע אויף די פארדארבענע עפל פרוי גרין, נאכדעם וואס זי האט זיך געלאזט אינטערוויו'ן אויף 60 מינוט'ס
כ'האב הנאה ווי טראמפ חזר'ט יעדעס מאל איבער דעם הסבר וויאזוי פון גרין ווערט ברוין חחח..

דערמאנט פון די קליינע אוצרות הסברים ("ווייל ער האט געמיינט אז נח האט געבויט א סוכה!" טראני מרגליא, שיכון סקווירא, 8)

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 9:29 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:12 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 8:11 pm א יאר אריין אין די טעריפ'ס . און יעעעצט גייט מען אנהייב זעהן פרייזן זיך הייבן. שטייט געשפאנט.
אה און אויך העלט קעיר גייט ארויפשיסן

וויאזוי איז בכלל מעגליך אזא זאך מיט אבאמאקעיר אין פלאץ?

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 10:10 pm
דורך חלום חלמתי
ברוס בלעקמאן נעסיאו קאונטי עקזעקיוטיוו האט היינט געמאלדן זיין קאנדידאטור פאר ניו יארק גאווערנער, ווי ער וועט זיך פארמעסטן מיט עליסא סטעפאניק אין א פריימערי.

בלעקמאן איז א מאכטפולע רעפובליקאנער אין די שטערקסטע פעסטונג די רעפובליקאנע האבן אין די סיטי, און איז א נאנטער צו פרעזידענט טראמפ.

טראמפ אויף די פראגע וועמען ער וועט שטיצן זאגט אז ביידע זענען גוטע מענטשן.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 08, 2025 11:59 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 8:09 pm געוועזענע פרעזידענט פון האנדוראס איז אויסגעשטאנען א לאנג פארצויגענע פראצעס אין זיין היים לאנד, ביז די ארטיגע סופרים קאורט האט אים אויסגעליפערט קיין אמעריקע פאר'ן חטא פון שמוגלען דראגס און שעדליכע סובסטאנצן. אין אמעריקע האט מען אים פאראורטיילט צו 45 יאר טורמע, נאכן געפונען שולדיג אין פירן א פארצווייגטע ביזנעס וואס האט פינאנצירט זיינע פרעזידענט געלויפן. אבער פרעזידענט טראמפ האט אים מיסטעריעז פארדאנירט נעכטן.
האנדוראס האט ארויסגעגעבן אן אינטערנאציאנאלע ארעסט ווארענט קעגן זייער געוועזענע פרעזידענט.

Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף

געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 09, 2025 12:12 am
דורך חלום חלמתי
פאליטיקא: קאנגרעס וועט צוריקהאלטן א פערטל פון העגסעט'ס רייזע בודזשעט, ביז די פענטאגאן וועט ארויסגעבן די ווידיאו פון די צווייטע שיסעריי אויפן דראג שיפל, ווען מען האט געשאסן נאכן זינקען דעם שיף, זיכער צו מאכן אז די רייזענדע זענען טאקע טויט.