בלאט 12 פון 12
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 3:51 pm
דורך מיילעך פריילעך
א רייבעריי איז פארגעקומען אין אשקלון צווישן ישמאלים, 6 זענען ארעסטירט געווארן.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 6:43 pm
דורך פופציגער
Spa 42 האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 17, 2024 1:49 pm
דראמאטישע ווידיאו ווי א טעראריסט וואס איז געזוכט געווארן, ווערט געכאפט דורך עטליכע אָנדער-קאָווערד פאליציאנטן, בשעת'ן שטיין ביי א פאַלאַפעל סטאַנציע.
וואוף... אראפ מיט די גאנצע טישל...
קוקט אויס ווי יענער בעט זיך דארט מיט די הענט אין די הייעך מזאל אים לאזן כאטש ענדיגן מישן דעם געקעכטס.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 10:38 pm
דורך Spa 42
גאר שטארקע קריטיק פון אלע זייטן אקעגן בן גביר וואס איז ארויף היינט תשעה באב אויפן הר הבית צוזאמען מיט נאך אידן אריינגערעכנט חרד'ישע.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דינסטאג אוגוסט 13, 2024 11:48 pm
דורך פליט
Spa 42 האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 13, 2024 10:38 pm
גאר שטארקע קריטיק פון אלע זייטן אקעגן בן גביר וואס איז ארויף היינט תשעה באב אויפן הר הבית צוזאמען מיט נאך אידן אריינגערעכנט חרד'ישע.

- IMG_20240814_064748_692.jpg (213.25 KiB) געזען געווארן 792 מאל
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 12:17 am
דורך וואוילער
איינער דארט כאפט אראפ דעם קאפל פון קאפ פארן זיך ענדיגן ביקן... אוי באשעפער!
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 14, 2024 11:30 pm
דורך Spa 42
ווידיאו ארויסגעגעבן וואו רבנים ברענגען ארויס די איסור ארויפצוגיין אויפן הר הבית.
ווידיאו איבערגעזעצט אויף אראביש, און וועט האפענטליך בארואיגן די געמיטער.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2024 2:31 am
דורך קליינע וועלט
פליט האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 13, 2024 11:48 pm
Spa 42 האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 13, 2024 10:38 pm
גאר שטארקע קריטיק פון אלע זייטן אקעגן בן גביר וואס איז ארויף היינט תשעה באב אויפן הר הבית צוזאמען מיט נאך אידן אריינגערעכנט חרד'ישע.
IMG_20240814_064748_692.jpg
מיין בלוט קאכט !!
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 18, 2024 1:45 pm
דורך Spa 42
א מאן (50) איז גע'הרג'עט געווארן אין תל אביב ווען זיין טראק האט אויפגעריסן דורך אן אונטערגעשטעלטע אביעקט.
לויט ווי די פאליציי גיט איבער איז דאס נישט פארבינדן מיט טעראר נאר מיט קריים.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 19, 2024 10:10 am
דורך שאינו יודע לשאול
א פליגער האט געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג ביים בן גריון לופטפעלד דעם זונטאגנאך וואס די פאדערשטע פיילאט פענסטער האט זיך אויסגעשאסן.

- unnamed - 2024-08-19T100923.784.jpg (179.71 KiB) געזען געווארן 611 מאל
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2024 9:37 am
דורך מהודר
כעת בוועדת הכספים דיון על מתן פטור לפי סעיף 46 לעמותה של חסידות סאטמר. חברי האופוזיציה תוקפים ומבקשים לא לאשר את הפטור בגלל שהחסידות לא מכירה במדינת ישראל. גפני: "לא רציתי לאשר לעמותות מיסיון ובג"ץ חייב אותי, עכשיו אתם צועקים?" (פריינד)
*להצטרפות ל'זמן אמת' >*
https://chat.whatsapp.com/GgjYP02ZKlcBwiZc9CjyyS
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: זונטאג מאי 04, 2025 9:15 am
דורך מאירוואלף
שווערע וועטער שטורעמעס און פארפלייצונגן באריכטעט אין די דרום שטעט ווי אילת, דימונה ועוד.
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:22 pm
דורך חלום חלמתי
חברי כנסת פון די דגל התורה פארטיי, זענען אנגעוויזן געווארן צו שטימען אנטקעגן די 'געזעץ פון הינריכטן טעראריסטן' וואס שטייט הארט פארן אריבערגיין איר ערשטע פולע כנסת אפשטימונג.
אויפן פארארדענונג פונעם ר"י הגאון הגדול ר' דוב לאנדא שליט"א וועט דגל התורה שטימען דערקעגן, "וויבאלד עס וועט אויפברויזן אראבער איבערן וועלט און רח"ל קאסטן אידיש בלוט".
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:24 pm
דורך נאסע שמאטעס
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:22 pm
דגל התורה ח"כ זענען אנגעוויזן געווארן צו שטימען אנטקעגן די 'געזעץ פון הינריכטן טעראריסטן' וואס שטייט הארט פארן אריבערגיין איר ערשטע פולע כנסת אפשטימונג.
אויפן פארארדענונג פון הגאון ראש ישיבה הרב דוב לאנדא שליט"א וועט דגל התורה שטימען דערקעגן, "וויבאלד עס וועט אויפברויזן אראבער איבערן וועלט און רח"ל קאסטן אידיש בלוט".
אינטערסאנט!
אגב איך האלט אז א טעראריסט איז ענדערשט גרייט פאר טויט ווי איידער פאר ארעסט. נישט אזוי?
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:43 pm
דורך זבולון שטיינקלאץ
מאירוואלף האט געשריבן: ↑זונטאג מאי 04, 2025 9:15 am
שווערע וועטער שטורעמעס און פארפלייצונגן באריכטעט אין די דרום שטעט ווי אילת, דימונה ועוד.
דארט הייסט עס ספאנדז'א, ניין?
Re: נייעס פון מדינת ישראל
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:50 pm
דורך יאנטשי
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:24 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 10, 2025 1:22 pm
דגל התורה ח"כ זענען אנגעוויזן געווארן צו שטימען אנטקעגן די 'געזעץ פון הינריכטן טעראריסטן' וואס שטייט הארט פארן אריבערגיין איר ערשטע פולע כנסת אפשטימונג.
אויפן פארארדענונג פון הגאון ראש ישיבה הרב דוב לאנדא שליט"א וועט דגל התורה שטימען דערקעגן, "וויבאלד עס וועט אויפברויזן אראבער איבערן וועלט און רח"ל קאסטן אידיש בלוט".
אינטערסאנט!
אגב איך האלט אז א טעראריסט איז ענדערשט גרייט פאר טויט ווי איידער פאר ארעסט. נישט אזוי?
וועלכע חלק איז אינטרעסאנט, די געזעץ אדער אז דגל שטימט דערקעגן?
דאס איז לכאורה די ציל פון די געזעץ ביז היינט אז מען לאזט זיי איינגעשפארט, ווייל דאס איז א גרעסערע שטראף פאר די טעראריסטן. און נאכן זען אז אלע טעראריסטן ווערן פריי אין משכנות אויסטוישן וויל מען זיי הינריכטן.
למעשה אבער וועט אזא געזעץ אויפברויזן די אראבער און מוסולמענער, סיי ווייל זיי טראכטן נישט, און די וואס טראכטן יא וועלן ברויזן טאקע דערפאר ווייל זיי גייען שוין נישט קענען צוריקבאקומען די טעראריסטן יעדע פאר יאר.