נייעס פון דער רוסלאנד-אוקראינע קריג
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
פריגאזין איז היינט געזען געווארן און א ווידעא און אפריקע די ערשטע מאל זינט די דורכגעפאלענע אויפשטאנד קעגן פוטין
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אמעריקע האט זאפארט אהיימגערופן אלע אמעריקאנער בירגער פון בעלאַרוס
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
א אוקריינישע דראטן איז געווארן אראפגעשאסן העכער מאסקאווע
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 224
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
- x 282
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רוסישע קרעפטן זעצן פאר מיט אפענסיווע אין צפון-מזרח אוקראינא, וואו זיי פראבירן צוריק צו כאפן טעריטאריע וואס אוקראינער קרעפטן האבן איינגענומען
די הויפט שלאכטן זענען ביי א שטעטל ארום 16 מייל ווייט פון די רוסישע גרעניץ, וואו די רוסישע קרעפטן פראבירן אויסצוקרויזן אוקראינער מינע פעלדער און זיך פאראויסרוקן אין ריכטונג פון קופּיאַנסק. אנאליסטן האלטן אז נאך רוסלאנד'ס דורכגעפאלענע אפענסיווע אין די ווינטער חדשים האט רוסלאנד נישט דעם מעגליכקייט פאר א גרעסערע אפענסיווע קאמפיין, נאר רוסלאנד קוקט ארויס אז אוקראינא'ס קאנטער אפענסיווע זאל דורכפאלן און די מלחמה זאל זיך ציען אויף א לאנגע צייט וואס אוקראינא מיט איר קליינע מיליטער און פול קלענערע פאלק וועט נישט קענען
אידיש 24

אוקראינער קרעפטן באריכטן אז זיי זענען אריין אין א סטראטעגישע שטעטל אין די זעפארעיזשע ראיאן
גלייכצייטיג האט אנקארא געמאלדן אז דער טערקישער אויסערן מיניסטער האַקאַן פידאַן גייט באזיכן אוקראינא דעם פרייטאג. טערקישע באאמטע פראבירן צו נעמען א פארמיטלונג ראלע צווישן רוסלאנד און אוקראינא, און האפן צו קענען צוריק אויפלעבן די שווארצע ים ווייץ אפמאך פון וואס רוסלאנד האט זיך ארויס געצויגן
גלייכצייטיג האט אנקארא געמאלדן אז דער טערקישער אויסערן מיניסטער האַקאַן פידאַן גייט באזיכן אוקראינא דעם פרייטאג. טערקישע באאמטע פראבירן צו נעמען א פארמיטלונג ראלע צווישן רוסלאנד און אוקראינא, און האפן צו קענען צוריק אויפלעבן די שווארצע ים ווייץ אפמאך פון וואס רוסלאנד האט זיך ארויס געצויגן
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
וועלכע שטעטל? ראביטנע?ווער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 4:37 pm אוקראינער קרעפטן באריכטן אז זיי זענען אריין אין א סטראטעגישע שטעטל אין די זעפארעיזשע ראיאן
גלייכצייטיג האט אנקארא געמאלדן אז דער טערקישער אויסערן מיניסטער האַקאַן פידאַן גייט באזיכן אוקראינא דעם פרייטאג. טערקישע באאמטע פראבירן צו נעמען א פארמיטלונג ראלע צווישן רוסלאנד און אוקראינא, און האפן צו קענען צוריק אויפלעבן די שווארצע ים ווייץ אפמאך פון וואס רוסלאנד האט זיך ארויס געצויגן
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין זאגט אז רוסלאנד איז איבערגעשטיגן דייטשלאנד מיט איר עקאנאמיע און אז רוסלאנד איז פון די פינעף שטארקסטע עקאנאמיעס אין די וועלט.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
פרישע דראון אטאקע פארגעקומען און מאסקווע
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
שוין א טעגליכע ערשיינונג
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
עריפארט געווען פארשלאסן פאר א פאר שעה
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 224
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 8:33 pm
- x 282
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
וויאזוי טאקע קען זיין, אז נאך די אלע סאנקציעס, האקן זיי א לעבן אויף אלע באקן?
לויט ווי מ'האט פאראויס געזאגט, וואלטן זיי שוין לאנג געדארפט זיין אין די ערד?!
אז מ'טויגט טויגט מען...
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
קודם דארף מען גלייבן וואס זיי זאגן,טובי' שרייבער האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 22, 2023 11:34 pmוויאזוי טאקע קען זיין, אז נאך די אלע סאנקציעס, האקן זיי א לעבן אויף אלע באקן?
לויט ווי מ'האט פאראויס געזאגט, וואלטן זיי שוין לאנג געדארפט זיין אין די ערד?!
ווי לאנג געז און ווייץ (וואס זיי גנב'ענען פון אוקריינא) זענען די פרייזן הויעך, און גענוג לענדער טוען ביזנעס מיט זיי אונטערן/העכערן טיש,
איז נישט אזוי פשוט זיי צו דערשטיקן.
אבער זיי האקן בכלל נישט אזא לעבן, אפשר צו'האקן' זיי לעבנס...
א רוסישע רוביל איז יעצט אין די ווערד פון ארום א פעני!
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
מ'קען פלעין קאפיען פון יעדן טאג, פון די אטאקעס אויף רוסלאנד'ס מערסט באוואכסטע שטאט מאסקאווא.
איין דראון האט אריינגעקראכט אין א וואלקן קראצער געביידע אין מאסקווא סיטי.
ס'שטייט יעצט ליידיג צוליב קאנסטראקשן.
געווען באריכטעט איבער צוויי אנדערע דראונס, וואס לויט די רוסן איז עס אראפגעשאסן געווארן.
דארף מען געוואויר ווערן צו זיי האבן עס אראפגעשאסן אויף א בנין אזוי ווי געווענליך...
[attachment=1]Screenshot 2023-08-23 000119.png[/attachment]
[attachment=0]Screenshot 2023-08-23 001812.png[/attachment]

אין סוואסטאפאל איז געווען אויפרייסן, די קריימיע בריק איז פארשלאסן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אדעסא איז באשאסן געווארן דורכ'ן רוס.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די אמעריקאנע רעגירונג רעקאמאנדירט פאר אמעריקאנער בירגער 'נישט' צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה דו-טו-וואר.
טוט זיך אויך ערנסטע סטראשערייען צווישן מדינת ישראל און זעלענסקי איבער אריינלאזן איזראעלישע בירגער קיין אומאן.
טוט זיך אויך ערנסטע סטראשערייען צווישן מדינת ישראל און זעלענסקי איבער אריינלאזן איזראעלישע בירגער קיין אומאן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינא זאגט זיי האבן דימאלישט א רוסישע S-400 מיסל שיץ סיסטעם.
500 מיליאן דאלער אזא שטיקל
500 מיליאן דאלער אזא שטיקל
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינא קלעימט אז קנאפע עטליכע וואכן צוריק איז א רוסישע מיג 8 העליקאפטער אריינגעפארן אין אוקריינא און זיך אונטערגעגעבן, ער האט אויך מיטגעברענגט היבש אביסל מיליטערישע מאטריאל.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
געווען ר' אויסגערעכנטע 6 חדשיםהדיגע אקציע
דעם פיילאטס משפחה געווארן ארויסגעשמוגלט פון רוסלאנד בעוד מועד
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
פינלאנד פרעימער מיניסטער אנגעקומען אויף א באזוך און קיעוו
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
א רוסישע אטאקע אויף די פארט אין איזמאאיל אין דרום אוקראינא האט פארניכטעט 13 טויזנט טאן ווייץ
אוקראינער באאמטע זאגן אז די פרישע אטאקע ביים פארט נעבן די דוניי טייך האט געשניטן די פארט'ס עקספארט מעגליכקייטן מיט 15 פראצענט. זייט רוסלאנד האט זיך ארויס געצויגן פון די שווארצע ים ווייץ אפמאך האט רוסלאנד שוין פארניכטעט 270 טויזנט טאן אוקראינער תבואה.