ווייסטו פון א בן תורה וואס האט א שטוב מיט קינדערלעך און זיצט נאכאלץ על התורה מתוך הדחק? זיי א מבשר טוב און גיב אים איבער אז אין קאסא גראנדע עפענט זיך צוריק אויף די כולל, מיט אויסגעוועלטע תורה יודן וואס האלטן ביים בלייבן זיצן על במתי התורה לאורך ימים ושנים,
די כולל וועט זיין געשטעלט פאר די תורה אידן זיך צו משלים זיין און פארשידענע מקצועות התורה. אויסגעשטעלט דורך גדולי ישראל. ובראשם דער מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א און אב"ד קהל חסידים ד'קאסא גראנדע הרב רבי חיים שלמה בערגער שליט"א
ומתן שכרם בצדם, וועלן זיי באקומען כולל געהאלט פון $2,500 און מער, אויסער דאס וואס די שכר לימוד וועט זיין כמעט בחינם, ארום $100 פער קינד (יאפס אזוי איז אין קאסא גראנדע), דערצו האבן זיי די אפציע פון קויפן א פריוואטע גרויסע הויז און אראפלייגן נאר $20,000 און דערנאך צאלן ארום $2,000 א חודש פאר מארגעזש טעקס מיט אינשורענס אינאיינעם.
אזוי אויך איז דא עטליכע אפערטוניטיס פאר די נשים צדקניות צו העלפן פאר פרנסה,
פאר מער רופט די ועד הקהילה 520.535.1045x5 אדער שיקט א אימעיל צו
info@khalchasidimcg.com
קומט באזוכן אונזער קהילה און זעהט אז עס איז ב"ה אויפגעסעט מיט בתי מדרשים, תלמוד תורה און בית חינוך לבנות, מקוואות טהרה, פול אויסגערישטע גראסערי, בוטשער, רעסטוראנט'ן מיט די גאר פארלעסליכע השגחה פון די קהילה, שמש ווינקל מיט וויינ'ען, כשר'ע קאמפיוטער קיוסק, און נאך...
אין א זייטיגע נאטיץ. ווען איר קויפט א דירה אין קאסא גראנדע מאכט זיכער אז איר פאלט נישט פאר קיינעם'ס הבטחות, איידער איר זענט מברר די אינפארמאציע ביים ועד הקהילה זעלבסט,
- Screenshot_20250129-075106~2.png (1.02 MiB) געזען געווארן 241 מאל