בלאט 12 פון 17

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:46 am
דורך מאטל שניידער
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:31 am ווי קען מען הערן די אינטערוויו מיט רבי ברוך?
דא
מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 11:00 am די יערליכע דילעמע ארום די פסח טעג: דער פולמוס איבער "זענטען גאם" (Xanthan Gum)

פארוואס שטורעמט די כשרות-וועלט איבער "זענטען גאם" יעדעס יאר? דער ארטיקל ערקלערט וויאזוי דער פראדוקט ווערט געמאכט, דער פראבלעם פון אפוואשן דאס געמיש מיט איבערגענוצטע (ריסייקעלד) אלקאהאל, און ברענגט ארויס די פולע בילד און פאקטן אויפן טיש.

https://kashrus.online/blog/articles/xanthan-gum-passover

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:33 pm
דורך חן וחסד
דארט זאגט דער יעניגער אן קיין נאמען אסאך זאכן אנדערש ווי ר' ברוך (א חוץ אויב מ'האט געטוישט ווי אזוי ס'איז געווען ווען איך האב עס געליינט)

דא קענסטו הערן דעם שמועס מיט ר' ברוך.
חן וחסד האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 19, 2026 5:47 pm הערט א קלארע שמועס איבער די שערוריא ארום דעם
זענטען גאם אינגרידיענט
אויף פסח



וואס איז דער מציאות?

פאר וועלכע קרייזן איז דאס יא כשר לפסח?

וויאזוי האט מען דאס געהאט כשר ביז לעצטנס?

און אלעס ארום דעם יעצטיגן מציאות!



דערציילט דעטאלירט דורכ’ן בקי בכשרות רבות בשנים

הרה”ג ר’ ברוך טייטלבוים שליט”א
בן הרה”ג מ’וואלאווע שליט”א

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:40 pm
דורך מאטל שניידער
חן וחסד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:33 pm דארט זאגט דער יעניגער אן קיין נאמען אסאך זאכן אנדערש ווי ר' ברוך (א חוץ אויב מ'האט געטוישט ווי אזוי ס'איז געווען ווען איך האב עס געליינט)
מ'האלט אין איין פאררעכטן אפשר ביטע ביסטו קלאר מפרט וואס איז נישט ריכטיג?
דארט ליגט די פולע אפלאוד פון די אינטערוויו

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:50 pm
דורך ChatGPT
די אויספיר דארט [בסיעות מעשה ידיו של עי איי] אויפן צד האוסר איז זייער נישט ריכטיג אראפגעלייגט. קלאר מיט א אגענדע.
ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס ער שרייבט עפעס איבער זיקוק וביטול. אויב איינער קען מסביר זיין

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:52 pm
דורך מאטל שניידער
ChatGPT האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:50 pm די אויספיר דארט [בסיעות מעשה ידיו של עי איי] אויפן צד האוסר איז זייער נישט ריכטיג אראפגעלייגט. קלאר מיט א אגענדע.
ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס ער שרייבט עפעס איבער זיקוק וביטול. אויב איינער קען מסביר זיין
שרייב א בעסערע אויספיר מ'וועט עס טוישן חוץ אויב דו ווילסט בלייבן ביים שרייען

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:07 pm
דורך ChatGPT
ווער שרייט? איך בין ב''ה העכסט רואיג. האסט געפרעגט וואס איז נישט ריכטיג, האב איך דיר צוגעוויזן.
אויב זעהט דיר אויס ווי איינער שרייט [בבחינת טאטע שיק מיר הויזן] ליין עס איבער רואיג.

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:12 pm
דורך מאטל שניידער
ChatGPT האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:07 pm ווער שרייט? איך בין ב''ה העכסט רואיג. האסט געפרעגט וואס איז נישט ריכטיג, האב איך דיר צוגעוויזן.
אויב זעהט דיר אויס ווי איינער שרייט [בבחינת טאטע שיק מיר הויזן] ליין עס איבער רואיג.
האסט צו געוויזן אבער נישט געזאגט וואס

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:21 pm
דורך aitch
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:52 pm
ChatGPT האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:50 pm די אויספיר דארט [בסיעות מעשה ידיו של עי איי] אויפן צד האוסר איז זייער נישט ריכטיג אראפגעלייגט. קלאר מיט א אגענדע.
ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס ער שרייבט עפעס איבער זיקוק וביטול. אויב איינער קען מסביר זיין
שרייב א בעסערע אויספיר מ'וועט עס טוישן חוץ אויב דו ווילסט בלייבן ביים שרייען
היוצא לנו מכל זה:

נאכ'ן אדורכטון דעם גאנצן פראצעס, זעט מען קלאר אז די נידון איבער זענטען גאם איז אן אמת'ע און טיפע מחלוקת אין מציאות און אין הלכה.

די וועדי הכשרות וואס לאזן עס נוצן האבן גאר שטארקע יסודות אויף וואס זיך צו שטיצן, אנגעהויבן פון די דינים פון ביטול און זיקוק, ביז'ן אננעמען אז דער אלקאהאל איז למעשה 'נפסל מאכילת כלב' און קען שוין בטל ווערן, ווי אויך דער דין פון א מעמיד בדבר הבלוע. קעגן דעם, אבער, קומען די פוסקים וואס אסר'ן מיט א צד האיסור וואס בויט זיך פונקט אזוי אויף קלארע כללים אין הלכה. זיי קריגן זיך אויפן מציאות זעלבסט – אנצייגנדיג אז נאכ'ן עס פראקטיש פרובירן איז דער אלקאהאל בכלל נישט פגום אינגאנצן. און צוזאמען מיט די אנגענומענע חומרות און מסורות פון אידן צו אנטלויפן פון א משהו חמץ, טענה'ן זיי אז מ'טאר זיך בשום אופן נישט אריינלאזן אין די היתרים.

למעשה, פונקט ווי ביי יעדע אנדערע שאלה אין הלכה, דארף זיך יעדער פירן לויט זיין רב און מרא דאתרא, און זיך פארלאזן אויף די הכשרים און מסורות וואס זענען אנגענומען ביי אים. אונזער ציל מיט'ן ארטיקל איז בלויז געווען אויפצוקלערן דעם ציבור און אראפלייגן די מציאות הדברים כהווייתן, כדי מ'זאל פארשטיין די שאלות וואס ליגן אונטער די פראדוקטן וואס מיר קויפן.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין זיך צו היטן פון יעדן משהו חמץ און האבן א כשר'ן און פרייליכן יו"ט.

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:21 pm
דורך ChatGPT
אוועקשטעלן א בילד אז די מתירים זענען מתיר ע''פ הלכה און די אוסרים ווילן נאר מחמיר זיין אלס מסורה, איז נישט ריכטיג.
די אוסרים טענה'ן אז ס'פשוט נישט פגום אדער בטל.

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:31 pm
דורך מאטל שניידער
aitch האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:21 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:52 pm
ChatGPT האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:50 pm די אויספיר דארט [בסיעות מעשה ידיו של עי איי] אויפן צד האוסר איז זייער נישט ריכטיג אראפגעלייגט. קלאר מיט א אגענדע.
ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס ער שרייבט עפעס איבער זיקוק וביטול. אויב איינער קען מסביר זיין
שרייב א בעסערע אויספיר מ'וועט עס טוישן חוץ אויב דו ווילסט בלייבן ביים שרייען
היוצא לנו מכל זה:

נאכ'ן אדורכטון דעם גאנצן פראצעס, זעט מען קלאר אז די נידון איבער זענטען גאם איז אן אמת'ע און טיפע מחלוקת אין מציאות און אין הלכה.

די וועדי הכשרות וואס לאזן עס נוצן האבן גאר שטארקע יסודות אויף וואס זיך צו שטיצן, אנגעהויבן פון די דינים פון ביטול און זיקוק, ביז'ן אננעמען אז דער אלקאהאל איז למעשה 'נפסל מאכילת כלב' און קען שוין בטל ווערן, ווי אויך דער דין פון א מעמיד בדבר הבלוע. קעגן דעם, אבער, קומען די פוסקים וואס אסר'ן מיט א צד האיסור וואס בויט זיך פונקט אזוי אויף קלארע כללים אין הלכה. זיי קריגן זיך אויפן מציאות זעלבסט – אנצייגנדיג אז נאכ'ן עס פראקטיש פרובירן איז דער אלקאהאל בכלל נישט פגום אינגאנצן. און צוזאמען מיט די אנגענומענע חומרות און מסורות פון אידן צו אנטלויפן פון א משהו חמץ, טענה'ן זיי אז מ'טאר זיך בשום אופן נישט אריינלאזן אין די היתרים.

למעשה, פונקט ווי ביי יעדע אנדערע שאלה אין הלכה, דארף זיך יעדער פירן לויט זיין רב און מרא דאתרא, און זיך פארלאזן אויף די הכשרים און מסורות וואס זענען אנגענומען ביי אים. אונזער ציל מיט'ן ארטיקל איז בלויז געווען אויפצוקלערן דעם ציבור און אראפלייגן די מציאות הדברים כהווייתן, כדי מ'זאל פארשטיין די שאלות וואס ליגן אונטער די פראדוקטן וואס מיר קויפן.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין זיך צו היטן פון יעדן משהו חמץ און האבן א כשר'ן און פרייליכן יו"ט.
@ChatGPT @חן וחסד
איז דאס גוט?

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:33 pm
דורך חלום חלמתי
.

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:09 pm
דורך צווייטער
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:46 am
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:31 am ווי קען מען הערן די אינטערוויו מיט רבי ברוך?
דא
מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 11:00 am די יערליכע דילעמע ארום די פסח טעג: דער פולמוס איבער "זענטען גאם" (Xanthan Gum)

פארוואס שטורעמט די כשרות-וועלט איבער "זענטען גאם" יעדעס יאר? דער ארטיקל ערקלערט וויאזוי דער פראדוקט ווערט געמאכט, דער פראבלעם פון אפוואשן דאס געמיש מיט איבערגענוצטע (ריסייקעלד) אלקאהאל, און ברענגט ארויס די פולע בילד און פאקטן אויפן טיש.

https://kashrus.online/blog/articles/xanthan-gum-passover
ווי אויפן טעלעפאן?

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:21 pm
דורך חן וחסד
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:40 pm
חן וחסד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:33 pm דארט זאגט דער יעניגער אן קיין נאמען אסאך זאכן אנדערש ווי ר' ברוך (א חוץ אויב מ'האט געטוישט ווי אזוי ס'איז געווען ווען איך האב עס געליינט)
מ'האלט אין איין פאררעכטן אפשר ביטע ביסטו קלאר מפרט וואס איז נישט ריכטיג?
דארט ליגט די פולע אפלאוד פון די אינטערוויו
ביזט גערעכט.

שפעטער געזעהן אז די אינטערוויו ליגט דארט

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:21 pm
דורך חן וחסד
דא איז א לינק צו גוגל דרייוו אויב איינער וויל.


Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:31 pm
דורך חן וחסד
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:31 pm
aitch האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:21 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:52 pm
שרייב א בעסערע אויספיר מ'וועט עס טוישן חוץ אויב דו ווילסט בלייבן ביים שרייען
היוצא לנו מכל זה:

נאכ'ן אדורכטון דעם גאנצן פראצעס, זעט מען קלאר אז די נידון איבער זענטען גאם איז אן אמת'ע און טיפע מחלוקת אין מציאות און אין הלכה.

די וועדי הכשרות וואס לאזן עס נוצן האבן גאר שטארקע יסודות אויף וואס זיך צו שטיצן, אנגעהויבן פון די דינים פון ביטול און זיקוק, ביז'ן אננעמען אז דער אלקאהאל איז למעשה 'נפסל מאכילת כלב' און קען שוין בטל ווערן, ווי אויך דער דין פון א מעמיד בדבר הבלוע. קעגן דעם, אבער, קומען די פוסקים וואס אסר'ן מיט א צד האיסור וואס בויט זיך פונקט אזוי אויף קלארע כללים אין הלכה. זיי קריגן זיך אויפן מציאות זעלבסט – אנצייגנדיג אז נאכ'ן עס פראקטיש פרובירן איז דער אלקאהאל בכלל נישט פגום אינגאנצן. און צוזאמען מיט די אנגענומענע חומרות און מסורות פון אידן צו אנטלויפן פון א משהו חמץ, טענה'ן זיי אז מ'טאר זיך בשום אופן נישט אריינלאזן אין די היתרים.

למעשה, פונקט ווי ביי יעדע אנדערע שאלה אין הלכה, דארף זיך יעדער פירן לויט זיין רב און מרא דאתרא, און זיך פארלאזן אויף די הכשרים און מסורות וואס זענען אנגענומען ביי אים. אונזער ציל מיט'ן ארטיקל איז בלויז געווען אויפצוקלערן דעם ציבור און אראפלייגן די מציאות הדברים כהווייתן, כדי מ'זאל פארשטיין די שאלות וואס ליגן אונטער די פראדוקטן וואס מיר קויפן.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין זיך צו היטן פון יעדן משהו חמץ און האבן א כשר'ן און פרייליכן יו"ט.
@ChatGPT @חן וחסד
איז דאס גוט?
איך מיין אז דער אויספער איז גוט.

איך האב נישט נאכאמאל דורכגעליינט די גאנצע, אבער לדעתי וואלט געדארפט שטיין ערגעץ ווי, צו ביים אויספער, צו ביים אראפ לייגן די צד האוסרים, וואלט געדארפט שטיין אז די אוסרים טענה'ן אז די היימישע השגחות וואס זענען דאס מתיר האט דאס קיינער נישט עכט אליין אדורך געטוהן, נאר זיך פארלאזט אויף הרב זשוראוועל אדער אויף אויף איינער וואס האט זיך פארלאזט אויף אים.
איך זאג נישט אז דו דארפסט דערמאנען זיין נאמען, ר' ברוך דערמאנט גראדע יא זיין נאמען.
קענסט זאגן די אמעריקאנע אלגעמיינע השגחות.

דער נקודה איז איינע פון די שליסל טענות מצד האוסרים, ממילא קען מען עס נישט ארויס לאזן פון די ארגומענטן.

כנלענ"ד

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:33 pm
דורך חן וחסד
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:09 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:46 am
צווייטער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 11:31 am ווי קען מען הערן די אינטערוויו מיט רבי ברוך?
דא
מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 18, 2026 11:00 am די יערליכע דילעמע ארום די פסח טעג: דער פולמוס איבער "זענטען גאם" (Xanthan Gum)

פארוואס שטורעמט די כשרות-וועלט איבער "זענטען גאם" יעדעס יאר? דער ארטיקל ערקלערט וויאזוי דער פראדוקט ווערט געמאכט, דער פראבלעם פון אפוואשן דאס געמיש מיט איבערגענוצטע (ריסייקעלד) אלקאהאל, און ברענגט ארויס די פולע בילד און פאקטן אויפן טיש.

https://kashrus.online/blog/articles/xanthan-gum-passover
ווי אויפן טעלעפאן?
מ'קען עס הערן אויף קרעטשמע 12 און 13

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:40 pm
דורך אינטערן טיש
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 9:04 am בקיצור, דא איז דא פאטענציאל אז וואלאווע זאל ארויסגיין מיט א ברענד אלס די מהודר'דיגסטע השגחה, און אלס איינער וואס בייגט זיך נישט פאר פרעשור און האלט זיך צו מהדרין סטאנדארטן אפי' ווען ס'איז ביטער שווער, און איינער וואס וועט שרייען הויעך ווען מ'בעוול'ט כלל ישראל אונטערן טיש
די געדענקסט ווען וואלאווע האט געגעבן די הכשר פאר מהדרין מילכיגע פראדוקטען?
סאיז געווען א ערענסטע כשרות פראבלעם פארוואס מהדרין האט אויפגעגעבן וואלאווע, און מהדרין האט נאך היינט נישט קיין עכטע פעסטע קאמפיטאשען, גארנישט גייט זיך נישט טוישן

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:45 pm
דורך מאטל שניידער
חן וחסד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:31 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:31 pm
aitch האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:21 pm

היוצא לנו מכל זה:

נאכ'ן אדורכטון דעם גאנצן פראצעס, זעט מען קלאר אז די נידון איבער זענטען גאם איז אן אמת'ע און טיפע מחלוקת אין מציאות און אין הלכה.

די וועדי הכשרות וואס לאזן עס נוצן האבן גאר שטארקע יסודות אויף וואס זיך צו שטיצן, אנגעהויבן פון די דינים פון ביטול און זיקוק, ביז'ן אננעמען אז דער אלקאהאל איז למעשה 'נפסל מאכילת כלב' און קען שוין בטל ווערן, ווי אויך דער דין פון א מעמיד בדבר הבלוע. קעגן דעם, אבער, קומען די פוסקים וואס אסר'ן מיט א צד האיסור וואס בויט זיך פונקט אזוי אויף קלארע כללים אין הלכה. זיי קריגן זיך אויפן מציאות זעלבסט – אנצייגנדיג אז נאכ'ן עס פראקטיש פרובירן איז דער אלקאהאל בכלל נישט פגום אינגאנצן. און צוזאמען מיט די אנגענומענע חומרות און מסורות פון אידן צו אנטלויפן פון א משהו חמץ, טענה'ן זיי אז מ'טאר זיך בשום אופן נישט אריינלאזן אין די היתרים.

למעשה, פונקט ווי ביי יעדע אנדערע שאלה אין הלכה, דארף זיך יעדער פירן לויט זיין רב און מרא דאתרא, און זיך פארלאזן אויף די הכשרים און מסורות וואס זענען אנגענומען ביי אים. אונזער ציל מיט'ן ארטיקל איז בלויז געווען אויפצוקלערן דעם ציבור און אראפלייגן די מציאות הדברים כהווייתן, כדי מ'זאל פארשטיין די שאלות וואס ליגן אונטער די פראדוקטן וואס מיר קויפן.

זאל דער אויבערשטער העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין זיך צו היטן פון יעדן משהו חמץ און האבן א כשר'ן און פרייליכן יו"ט.
@ChatGPT @חן וחסד
איז דאס גוט?
איך מיין אז דער אויספער איז גוט.

איך האב נישט נאכאמאל דורכגעליינט די גאנצע, אבער לדעתי וואלט געדארפט שטיין ערגעץ ווי, צו ביים אויספער, צו ביים אראפ לייגן די צד האוסרים, וואלט געדארפט שטיין אז די אוסרים טענה'ן אז די היימישע השגחות וואס זענען דאס מתיר האט דאס קיינער נישט עכט אליין אדורך געטוהן, נאר זיך פארלאזט אויף הרב זשוראוועל אדער אויף אויף איינער וואס האט זיך פארלאזט אויף אים.
איך זאג נישט אז דו דארפסט דערמאנען זיין נאמען, ר' ברוך דערמאנט גראדע יא זיין נאמען.
קענסט זאגן די אמעריקאנע אלגעמיינע השגחות.

דער נקודה איז איינע פון די שליסל טענות מצד האוסרים, ממילא קען מען עס נישט ארויס לאזן פון די ארגומענטן.

כנלענ"ד
די ארטיקל קען נישט דערמאנען קיין איין א
נאמען

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:48 pm
דורך אינטערן טיש
קאטשקע פלייש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 9:29 am התאחדות האט כהיום 3 רבנים וואס דארפן צו זיין אחראי אויפן הכשר
וועלכע 3 רבנים

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:50 pm
דורך דעת קדשי
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:48 pm
קאטשקע פלייש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 9:29 am התאחדות האט כהיום 3 רבנים וואס דארפן צו זיין אחראי אויפן הכשר
וועלכע 3 רבנים
ר' הלל וויינבערגער
ר' יצחק יואל שטערן קר''י
ר' ליפא קליין

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:52 pm
דורך אינטערן טיש
aitch האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:21 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:52 pm
ChatGPT האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 12:50 pm די אויספיר דארט [בסיעות מעשה ידיו של עי איי] אויפן צד האוסר איז זייער נישט ריכטיג אראפגעלייגט. קלאר מיט א אגענדע.
ווי אויך פארשטיי איך נישט וואס ער שרייבט עפעס איבער זיקוק וביטול. אויב איינער קען מסביר זיין
שרייב א בעסערע אויספיר מ'וועט עס טוישן חוץ אויב דו ווילסט בלייבן ביים שרייען
למעשה, פונקט ווי ביי יעדע אנדערע שאלה אין הלכה, דארף זיך יעדער פירן לויט זיין רב און מרא דאתרא, און זיך פארלאזן אויף די הכשרים און מסורות וואס זענען אנגענומען ביי אים. אונזער ציל מיט'ן ארטיקל איז בלויז געווען אויפצוקלערן דעם
די שאלה איז, צו ביי חסידישע השגחות איז די מסורה געווען נישט זיך צו פארלאזן ווי די OU

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:54 pm
דורך אינטערן טיש
דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:50 pm
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:48 pm
קאטשקע פלייש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 9:29 am התאחדות האט כהיום 3 רבנים וואס דארפן צו זיין אחראי אויפן הכשר
וועלכע 3 רבנים
ר' הלל וויינבערגער
ר' יצחק יואל שטערן קר''י
ר' ליפא קליין
ליפא קליין איז א רב? :lol: ער איז אפשר א פיינע ביזנעס מאן

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 3:03 pm
דורך חן וחסד
אינטערן טיש האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:40 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 9:04 am בקיצור, דא איז דא פאטענציאל אז וואלאווע זאל ארויסגיין מיט א ברענד אלס די מהודר'דיגסטע השגחה, און אלס איינער וואס בייגט זיך נישט פאר פרעשור און האלט זיך צו מהדרין סטאנדארטן אפי' ווען ס'איז ביטער שווער, און איינער וואס וועט שרייען הויעך ווען מ'בעוול'ט כלל ישראל אונטערן טיש
די געדענקסט ווען וואלאווע האט געגעבן די הכשר פאר מהדרין מילכיגע פראדוקטען?
סאיז געווען א ערענסטע כשרות פראבלעם פארוואס מהדרין האט אויפגעגעבן וואלאווע, און מהדרין האט נאך היינט נישט קיין עכטע פעסטע קאמפיטאשען, גארנישט גייט זיך נישט טוישן
פארדעם אויף איך געשריבן אויבן צו דאס איז נארמאל.

האלטסט אז דאס איז נארמאל אז מ'ווארפט אראפ א בעל מכשיר ווייל ער איז צו שטרענג, ווייל דער עולם וועט סיי ווי ווייטער קויפן?

האלטסט ס'איז נארמאל אז א בעל מכשיר נעמט אראפ זיין הכשר פון א געוויסע בעקערי, און ער זאגט קלאר און הויך. רבותי איך האב דעם איד צוויי מאל געכאפט פאקן פת עכו"ם.
קומט אן צווייטע הכשר, אזא הכשר וואס - ווי אסאך שרייבן אויבן - איז געווען אנגענומען ביי אסאך מענטשן (ווענט זיך ביי וועם) אלס א הויכע סטאנדארט הכשר, קומען זיי און לייגן ארויף זייער זיגל. און ס'איז זיי ניטאמאל בייגעפאלן אנצוריפן דעם פריערדיגן בעל מכשיר הערןןוואס דא גייט פאר.

איז דאס נארמאל?

וועל, ווען מענטשן זאלן ווען מאכן א בויקאט (אדער אפילו זיך נאר מונע זיין, "אביסל" זיך מונע, פון צו קויפן אזעלעכע פראדוקטן) אויף אזעלעכע מעשיות וואלט דאס נישט פאסירט .

דאס איז דער חורבן פון כשרות אין אמעריקא.

די מענטשן.
איך און דו און יעדער אינדיווידועל מענטש פאר זיך.

די קאמפעניס, און בעלי מכשירים וועלן שוין נאכדעם שפירן אליין אז דער עולם וויל בעסער כשרות.

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 3:38 pm
דורך חן וחסד
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:45 pm
חן וחסד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 2:31 pm
מאטל שניידער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 20, 2026 1:31 pm

@ChatGPT @חן וחסד
איז דאס גוט?
איך מיין אז דער אויספער איז גוט.

איך האב נישט נאכאמאל דורכגעליינט די גאנצע, אבער לדעתי וואלט געדארפט שטיין ערגעץ ווי, צו ביים אויספער, צו ביים אראפ לייגן די צד האוסרים, וואלט געדארפט שטיין אז די אוסרים טענה'ן אז די היימישע השגחות וואס זענען דאס מתיר האט דאס קיינער נישט עכט אליין אדורך געטוהן, נאר זיך פארלאזט אויף הרב זשוראוועל אדער אויף אויף איינער וואס האט זיך פארלאזט אויף אים.
איך זאג נישט אז דו דארפסט דערמאנען זיין נאמען, ר' ברוך דערמאנט גראדע יא זיין נאמען.
קענסט זאגן די אמעריקאנע אלגעמיינע השגחות.

דער נקודה איז איינע פון די שליסל טענות מצד האוסרים, ממילא קען מען עס נישט ארויס לאזן פון די ארגומענטן.

כנלענ"ד
די ארטיקל קען נישט דערמאנען קיין איין א
נאמען

Re: אלעס ארום כשרות המאכלים

געפאוסט: פרייטאג מערץ 20, 2026 3:39 pm
דורך אינטערן טיש
דאס אז א חסידישע השגחה פון בארא פארק וואס איז לעצטענס גאר שטארק אין רעסטאראנטען,זיכן צו כאפן יעדע רעסטאראנט אפילו די בעלי בתים זענען נישט חסידישע , האר אפילו נישט געהעריגע שומרי תורה ומצוות און יעדע בארא פארקע רעסטאראנט האט ניטאמאל א געהעריגע היימישע איד פאר א משגיח ,איז א חורבן, און יענע הכשר שטעלט זיך נאך פאר אלס א די רפואה פארן דור מיט א גוטע הכשר,
מאכט פשוט נישט קיין סענס