בלאט 110 פון 190
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:41 pm
דורך משה רבינו
עס איז יא דא א חילוק ביי טראמפ און דזשילעברענט
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:43 pm
דורך גמח
משה רבינו האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 1:41 pm
עס איז יא דא א חילוק ביי טראמפ און דזשילעברענט
אמת אבער פון טראמפ איז אוודאי נישט קיין שום ראיה
און פון אזא איינעם ווי איינער בעט יא צו וואטן און די אנדערע מאכט נישט קיין שטארקע קאמפיין אויף פארקערט איז לכאורה אויך נישט קיין גרויסע ראיה
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:09 pm
דורך האקט א טאג
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:14 pm
דורך דער תהלים איד
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:16 pm
דורך דער תהלים איד
האקט א טאג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:09 pm
אויב איינער ווייסט פליז פין וועלכע קהלה איז דער אקטיוויסט?
1.png
2.png
3.png
קהל צוריסענע קושקעס...
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:46 pm
דורך דער תהלים איד
פון מיין פערזענליכע ערפארונג, אפשר איז עס גוט מפרסם צו זיין:
פאר איינער וואס האט געמופט, לוינט נישט צו "טוישן אדרעס" בשעת'ן וואוטן, נאר ענדערשט בעטן א פארום אויסצופילן שפעטער.
היות איך האב לעצטנס געמופט (אה, דערמאנטס מיר אז איך פלאן נאך צו שרייבן דא טיפס און עצות פון מיין עקספיריענס. לכשירחיב. שוין לאאאאנג געוואלט האבן געשריבן, עניוועי), האט מיין רביצין געבעטן ביי די אלטע פאולינג פלאץ פארן שטימען אז זי וויל טוישן אדרעס. מ'האט עס געטוישט דארט אינעם טעבלעט, נאכדעם זאגט מען איר "אופס, יעצט ביסטו שוין אויף א נייע לאקעישן... קענסט מער נישט שטימען דא... גיי אהין, אדער שטים דא אויף אפידעיוויד".
האב איך געזאגט אז די וואלן זענען וויכטיג, און אפידעיוויד ציילט מען הערשט נעקסטע וואך, סוי, איך וועל איר טראגן צו די נייע געגנט.
קומט זי אן אהין ביים נייעם לאקעישן, זאגן זיי אז אינעם מאשין שטייט נאך די אלטע אדרעס און זי קען נישט דא שטימען... זאג איך זיי אקעי סוי זי וויל כאטש שטימען מיט אן אפידעיוויד. זאגן זיי אז ניין זי קען בכלל נישט שטימען אין דעם לאקעישן, זי קען צוריקגיין צו די אלטע לאק'עישן און שטימען דארט אפידעיוויד...
סוי ווי געזאגט, בעסער נישט אנצוהייבן דערמיט.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 3:09 pm
דורך טיפע טאשן
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:46 pm

ווי מאכט אויס אויב עס ווערט געציילט היינט אדער אין אפאר טעג?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 3:19 pm
דורך דעת קדשי
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:46 pm
פון מיין פערזענליכע ערפארונג, אפשר איז עס גוט מפרסם צו זיין:
פאר איינער וואס האט געמופט, לוינט נישט צו "טוישן אדרעס" בשעת'ן וואוטן, נאר ענדערשט בעטן א פארום אויסצופילן שפעטער.
היות איך האב לעצטנס געמופט (אה, דערמאנטס מיר אז איך פלאן נאך צו שרייבן דא טיפס און עצות פון מיין עקספיריענס. לכשירחיב. שוין לאאאאנג געוואלט האבן געשריבן, עניוועי), האט מיין רביצין געבעטן ביי די אלטע פאולינג פלאץ פארן שטימען אז זי וויל טוישן אדרעס. מ'האט עס געטוישט דארט אינעם טעבלעט, נאכדעם זאגט מען איר "אופס, יעצט ביסטו שוין אויף א נייע לאקעישן... קענסט מער נישט שטימען דא... גיי אהין, אדער שטים דא אויף אפידעיוויד".
האב איך געזאגט אז די וואלן זענען וויכטיג, און אפידעיוויד ציילט מען הערשט נעקסטע וואך, סוי, איך וועל איר טראגן צו די נייע געגנט.
קומט זי אן אהין ביים נייעם לאקעישן, זאגן זיי אז אינעם מאשין שטייט נאך די אלטע אדרעס און זי קען נישט דא שטימען... זאג איך זיי אקעי סוי זי וויל כאטש שטימען מיט אן אפידעיוויד. זאגן זיי אז ניין זי קען בכלל נישט שטימען אין דעם לאקעישן, זי קען צוריקגיין צו די אלטע לאק'עישן און שטימען דארט אפידעיוויד...
סוי ווי געזאגט, בעסער נישט אנצוהייבן דערמיט.
מיר האבן זיי געזאגט אז אפידעיווידס ווערט געציילט היינט נאכט.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:23 pm
דורך שבת קודש
וואס איז די מצב דער עולם קומט וואווטן?
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:26 pm
דורך דער תהלים איד
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:28 pm
דורך דער תהלים איד
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 3:19 pm
מיר האבן זיי געזאגט אז אפידעיווידס ווערט געציילט היינט נאכט.
מיר אויך... אבער איך מיין אז די פאול-וואטשערס ווייסן נישט קיין סאך וואס זיי רעדן.
לפי ידיעתי, אלע אפידעיווידס, אזוי אויך עבסענטיס פון די לעצטע פאר טעג, ציילט מען נאך אפאר טעג.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:43 pm
דורך בן תורה
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:28 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 3:19 pm
מיר האבן זיי געזאגט אז אפידעיווידס ווערט געציילט היינט נאכט.
מיר אויך... אבער איך מיין אז די פאול-וואטשערס ווייסן נישט קיין סאך וואס זיי רעדן.
לפי ידיעתי, אלע אפידעיווידס, אזוי אויך עבסענטיס פון די לעצטע פאר טעג, ציילט מען נאך אפאר טעג.
סאיז דא געזעצן אין יעדע סטעיט ביז ווען אלעס דארף זיין אפגעציילט. סאיז דא ווי סדארף זיין געציילט אין די נאכט נאך די וואוטס, איך ווייס אבער נישט וועגן ניו יארק
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:56 pm
דורך שפיצער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:16 pm
האקט א טאג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:09 pm
אויב איינער ווייסט פליז פין וועלכע קהלה איז דער אקטיוויסט?
1.png
2.png
3.png
קהל צוריסענע קושקעס...
סאטמאר מהר"א
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:06 pm
דורך דער תהלים איד
שפיצער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:56 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:16 pm
האקט א טאג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:09 pm
אויב איינער ווייסט פליז פין וועלכע קהלה איז דער אקטיוויסט?
1.png
2.png
3.png
קהל צוריסענע קושקעס...
סאטמאר מהר"א
רייט. און מאכט אפן חוזק פון זיין רבי.
(נישט אז ס'איז ווערד א תגובה, באט, שוין...)
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:08 pm
דורך דער תהלים איד
די עסקנים האבן אראפגערופן די באורד אף עלעקשאנס צו גינת קליין, און יעצט איז ב"ה געווארן ארלעדיגט אז מ'האט צוגעלייגט פרישע טישן, צו מאכן שנעלער די וואוטן און קורצער די ליינס.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 5:27 pm
דורך אויגעלעך
שפיצער האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:56 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:16 pm
האקט א טאג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:09 pm
אויב איינער ווייסט פליז פין וועלכע קהלה איז דער אקטיוויסט?
1.png
2.png
3.png
קהל צוריסענע קושקעס...
סאטמאר מהר"א
נאפס אזא איינער באלאנגט נישט אין קיין קהילה
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 6:51 pm
דורך מי שברך
האקט א טאג האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 2:09 pm
אויב איינער ווייסט פליז פין וועלכע קהלה איז דער אקטיוויסט?
1.png
2.png
3.png
קיין שום קהילה...
איינער וואס גייט אנטקעגען ביידע קהילת באלאנגט נישט צו קיין שום קהילה....
נעבעך.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 7:04 pm
דורך דער תהלים איד
סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס ביים באזוכן אין איינע פון די בניני המוסדות, וואו עס איז סטאנציאנירט דער "קאל צענטער" פון אנ"ש דקרית יואל, וואו בנות ישראל רופן ארום אידישע מאמעס זיכער מאכן אז זיי ווייסן וועגן די וויכטיגע שטימען היינט.

- 20241105_182050.jpg (344.44 KiB) געזען געווארן 748 מאל
דער ווילעדזש אדמיניסטראטאר הרה"ח ר' גדלי' סעגעדין טרעט אויף מיט עטליכע ווערטער

- 20241105_181458.jpg (280.56 KiB) געזען געווארן 746 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 7:08 pm
דורך דער תהלים איד
בן תורה האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:43 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 4:28 pm
דעת קדשי האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 3:19 pm
מיר האבן זיי געזאגט אז אפידעיווידס ווערט געציילט היינט נאכט.
מיר אויך... אבער איך מיין אז די פאול-וואטשערס ווייסן נישט קיין סאך וואס זיי רעדן.
לפי ידיעתי, אלע אפידעיווידס, אזוי אויך עבסענטיס פון די לעצטע פאר טעג, ציילט מען נאך אפאר טעג.
סאיז דא געזעצן אין יעדע סטעיט ביז ווען אלעס דארף זיין אפגעציילט. סאיז דא ווי סדארף זיין געציילט אין די נאכט נאך די וואוטס, איך ווייס אבער נישט וועגן ניו יארק
כ'האב יעצט מברר געווען קראנט.
אלע "מעיל אין'ס" וואס קומען אן נאך נעכטן מאנטאג אינדערפרי, און אלע "אפידעיווידס", ציילט מען הערשט א וואך ארום.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 10:03 pm
דורך דער תהלים איד
די רעזולטאטן פון קרית יואל רבתי זענען ב"ה מאסיוו!!!
ביי די וועלכע האבן געשטימט היינט אינעם וואל טאג, נישט אריינגערעכנט די 1,558 עירלי וואוטס וואס וועלן באלד זיין קלאר, און נישט אריינגערעכנט די ארומיגע געגנטער, איז געווען:
סקופיס 6361
האול 705
מיטט 21
עיקוס 6587
לאפעללע 606
רייען 6824
עספעזיטא 411
פון די ארומיגע מוניציפאליטעטן, איז געווען אריבער 1,000 אידישע שטימען פאר סקופיס און עיקוס, לויט'ן יעצטיגן חשבון.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 10:35 pm
דורך totty2024
קול סאטמאר וואלן רעזאלטאטן אין קרית יואל
בלאק וואט פון אריבער 10 אלף שטימען בלי עין הרע
https://portal.teleground.com//media/sa ... 701900.wav
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 10:45 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 10:03 pm
די רעזולטאטן פון קרית יואל רבתי זענען ב"ה מאסיוו!!!
ביי די וועלכע האבן געשטימט היינט אינעם וואל טאג,
נישט אריינגערעכנט די 1,558 עירלי וואוטס וואס וועלן באלד זיין קלאר, און נישט אריינגערעכנט די ארומיגע געגנטער, איז געווען:
סקופיס 6361
האול 705
מיטט 21
עיקוס 6587
לאפעללע 606
רייען 6824
עספעזיטא 411
פון די ארומיגע מוניציפאליטעטן, איז געווען אריבער
1,000 אידישע שטימען פאר סקופיס און עיקוס, לויט'ן יעצטיגן חשבון.
אוי וויי איך שוין זייער שטארק די וועלכע האבן געמאכט די אנטי סקופיס קאמפיין. אזאנע שווערע געלטער... אזעלכע פראפעשאנעל וויידאוס... העצערישע מעילינגס... העפטיגע ראבא קאלס... געטיילט אגאנצן טאג מעכטיגע סעמפל בעלאטס... געפירט מעכטיגע קופקעס... געהאט 60 פראצענט "אייוועלט" אויף זייער זייט... און??? 705 וואוט'ס פאר האולל, ווען 400 אדער מער זענען די אלל-רעפובליקאנע חברה. הקיצור, ממש לוזעריש.
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 11:33 pm
דורך דער תהלים איד
די גאר פריידיגע רעזולטאטן ברוב סיעתא דשמיא!!! מיט א קלארקייט:

- Results.jpg (339.38 KiB) געזען געווארן 478 מאל
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 11:49 pm
דורך משה רבינו
נאך אזא מצב וואס אלייענס האבן געמאכט האבן זיי נאר 1500 שטימען עפעס שטימט נישט.
הגם די אנ"ש ווערט טאקע כסדר שטערקער און שטערקער און קרית יואל, דאך לויט די שטארקע מצב איז עס א חידוש אז עס איז אזוי נידריג.
זיי פלעגן זיין נענטער צו 29% אין קרית יואל נישט 20%
די שכל זאגט אז נאך שכונת ויואל משה זענען זיי בערך 25% קרית יואל, און די גאר שטארקע מצב קעגן די מצב פון אנ"ש
וואלטן זיי געדארפט זיין עטוואס מער ווי 25%
Re: נייעס פון קרית יואל
געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 11:51 pm
דורך דער תהלים איד
משה רבינו האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 05, 2024 11:49 pm
נאך אזא מצב וואס אלייענס האבן געמאכט האבן זיי נאר 1500 שטימען עפעס שטימט נישט.
הגם די אנ"ש ווערט טאקע כסדר שטערקער און שטערקער און קרית יואל, דאך לויט די שטארקע מצב איז עס א חידוש אז עס איז אזוי נידריג.
1500 איז נאר פון היינט. אלייענס מסתמא געהאט ארום 2,000 שטימען אין קרית יואל.
נאך אלס א חידוש טאקע.