פרייטאג פרשת תצוה
ארום 6:00 אזייגער פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול צו אמירת כל ספר תהילים, בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ מרדכי שמואל ליבערמאן הי״ו.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה בן הרה״ח ר׳ אברהם בערקאוויטש הי״ו
אום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ״ד הגדול בעל תפילה איז געווען הרה״ג ר׳ הערשל לויפער שליט״א.
נאכן דאווענען איז די בר מצוה בחור אריין אל הקודש פנימה, דער רבי האט אנגעוואונטשען ברכת קדשו און געגעבן במתנה ספה״ק ויואל משה בחתימת יד קדשו.
שב״ק פרשת תצוה
אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ״ד הגדול מעוטף בטליתו צו תפילת מנחה און צוגעגאנגען צום עמוד,
צו קבלת שבת איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ יחיאל ישראל דאסקאל הי״ו פון מאנסי
נאכן דאווענען איז דער ציבור אדורך גוט שבת זאגן,
דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש.
אום 10:05 איז דער רבי אריינגעקומען און ביהמ״ד הגדול צום טיש און אנגעהויבן שלום עליכם,
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען נכדו הבחור הרב העניך בן חדב״ן הגה״צ ר׳ אלתר גלאנץ שליט״א
הגבהת הכוס צו קידוש הגה״צ ר׳ יואל שליט״א
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געווען
כל מקדש: הגה״צ ר׳ מנחם יודא גאטליב שליט״א אב״ד ניאמץ
מנוחה ושמחה: הרה״ג ר׳ משה יונה מאנדל שליט״א
דער רבי האט געזאגט תורה אויף די פסוקי הפרשה
קה אכסוף: הרב יואל ירמי מייזליש שליט״א
קה רבון עלם: הרה״ג ר׳ משה אביעזר ווייס שליט״א ר״מ בישיבתינו הק׳
לאל אשר שבת: הרב גדלי טייטלבוים שליט״א
מיטן בענטשן האט דער רבי מכבד געווען חדב״ן הגה״צ ר׳ אלתר גלאנץ שליט״א
אז ביום: הרה״ח ר׳ אהרן פריעדמאן הי״ו
מען האט פארענדיגט ארום 12:00 אזייגער און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
יום שבת קודש
אום 9:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית
פסוקי דזמרה: הרה״ח ר׳ מאיר בראדי הי״ו
צו שחרית איז צוגעגאנגען הרה״ח ר׳ יואל ברי״י טייטלבוים הי״ו פון מאנסי
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
פתיחה: הר״ר שלמה מאיר דאסקאל שליט״א פון קרית ייטב לב
כהן: הרה״ח ר׳ עוזר הערמאן הי״ו
לוי: הרה״ח ר׳ יצחק טירנוער הי״ו
שלישי: החתן בן הרה״ג ר׳ יעקב דוב היללער שליט״א
רביעי: החתן בן הרה״ח ר׳ יוסף יוחנן לאנדא הי״ו
חמישי: הרב משה דוד טייטלבוים שליט״א
דער רבי האט עולה געווען שישי
שביעי: הרה״ג ר׳ יעקב יצחק טייטלבוים שליט״א
הוספות: הרה״ח ר׳ יצחק ליפשיטץ הי״ו, הרה״ג ר׳ יעקב דוב היללער שליט״א,
אחרון: הרה״ח ר׳ מנחם מענדלאוויטש הי״ו
מפטיר: הרה״ח ר׳ חיים צבי קלאגסבאלד הי״ו
הגבה: הרה״ח ר׳ אברהם חיים ליפשיטץ שליט״א פון קרית יואל
גלילה: הרה״ח ר׳ בעריש מאנן הי״ו
צו מוסף איז צוגעגאנגען חדב״ן הגה״צ ר׳ אלעזר טייטלבוים שליט״א
פתיחה לאנעים זמירות: הרה״ח ר׳ משה מנחם דאסקאל הי״ו
מען האט פארענדיגט ארום 12:00 אזייגער
די ציבור איז אדורך גיט שבת זאגן,
מנחה ושל״ס
אום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ הערשל גאלדבערגער הי״ו
ביי קריאת התורה זענען נתכבד געווארן
כהן: הרה״ח ר׳ יונה כ״ץ הי״ו
לוי: הרה״ח ר׳ ליפא קרויס הי״ו
שלישי: הרה״ח ר׳ זלמן לייב יאקאבאוויטש הי״ו
דער רבי איז געגאנגען הגבה
גלילה: הרה״ח ר׳ יואל שניצלער הי״ו פון בארא פארק
דער רבי האט זיך געוואשן צו של״ס און פארגעזינגען די זמירות
אודה: הרה״ח ר׳ שאול פערלשטיין הי״ו ראה״ק
שיר המעלות: הרה״ח ר׳ שמעי ראזנער הי״ו חבר הנהלת קהלתינו הק׳
דער רבי האט געזאגט תורה און ארומגערעדט בגודל קדושת ימי חדשי אדר
ידיד נפש: הרה״ג ר׳ נחמן שטויבער שליט״א מנהל בישיבתינו הק׳
שושנת יעקב: הרה״ח ר׳ מיכל וויינגארטן הי״ו
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט די שבע ברכות פאר די חתנים
נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב בעל תפילה איז געווען הרה״ח ר׳ אברהם ברוין הי״ו
נאך מעריב איז דער ציבור אדורך זאגן א גוטע וואך
דערנאך האט דער רבי געמאכט הבדלה.
מוצאי שבת קודש
ארום 10:30 איז דער רבי אריבער אין די ויואל משה זאל צום מעמד הכרת הטוב ומסיבת מלוה מלכה פאר די הונדערטער בחורים וואס האבן צוזאמגעשטעלט גרעסערע סכומים לטובת מפעל הקדוש שקל הטהור ביים שקליהם לשקליו קאמפיין פארלאפענעם יו״ט חנוכה העעל״ט.
עס האט אויפגעטרעטן די יושב ראש הר״ר נפתלי הירצקא שטערן שליט״א מנהל מוסדותינו הק׳ אין בארא פארק און אויפגעריפן משב״ק הרה״ח ר׳ שמואל טייטלבוים הי״ו וואס האט איבערגעגעבן רגשי הכרת הטוב, און ארויסגעברענגט אז אדאנק דעם קאמפיין האט מען געקענט באצאלן די אנגעזאמעלטע חובת פון די פארגאנגענע חלוקה, און זיך באדאנקט פאר די געטרייע עסקנים וואס שטייען שטענדיג לימין קדשו פון רבינו שליט״א.
דערנאך האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשען ברכת קדשו פאר די עסקנים און אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען לענגערערע דברות קודש, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק ׳ואתה תצוה את בני ישראל ויקחו אליך שמן זית זך׳ דער רבי האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די זכיה פון שטיצן די מוסדות עטה״ק, און אז די זכות פון רביה״ק איז זיכער מגין אויף יעדעם איינעם, און אז עס איז די ריכטיגע הכנה אויף יו״ט פורים הבעל״ט וואס מען טוט צוברעכן די כח פון עמלק, דער רבי האט האט דערמאנט די חשובע עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל כוחות אינעם קאמפיין, און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
ארום 11:30 איז דער צוריק אהיים לביתו נאוה קודש.
~
~