בלאט 109 פון 110
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:55 pm
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:52 pm
טראמפ האט פארדאנירט א דעמאקראטישע קאנגרעסמאן וואס איז געווארן אנגעקלאגט דורך די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט, עטליכע וואכן נאכן זיך באקלאגן אויף די אימיגראציע קריזיס.
טראמפ זאגט אז ער האט נישט קיין אנונג ווער ער איז, אבער די רדיפות איז זיכער געקומען צוליבן ארויסגיין קעגן רעדזשים מילא פארדאנירט ער אים, און היינט וועט ער קענען שלאפן רואיג
דער קאנגרעסמאן הענרי קאעלער פון טעקסאס זאגט אז ער האט נישט געמאכט קיין שום דיעל מיט די ווייסע הויז צו באקומען א פארדאן, און ער בלייבט א ביי פארטיזאן דעמאקראט און וועט לויפן פאר ווידערוויילונג אלס דעמאקראט.
ער האפט צוזיין אינעם ווייסן הויז ביים קראצמעך פארטי און באדאנקען טראמפ'ן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:57 pm
דורך חלום חלמתי
קושנער און וויטקאף געבן איבער אז זיי האבן אינפארמירט די ווייסע הויז און אייראפעישע פירער מיט אלע דעטאלן נאכן זייער פראדוקטיוו מיטונג מיט פוטין.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:58 pm
דורך חלום חלמתי
CNN. דערציילט אז די אינספעקטאר דזשענעראל האט באשולדיגט העגסעט אין לייגן זעלנער אין געפאר, וויבאלד ער האט מיטגעטיילט געהיימע אינפארמאציע אויף סיגנאל.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 8:00 pm
דורך חלום חלמתי
פענסילוועניע גאווערנער יושע שפירא זאגט אז העריס שרייבט שקרים איבער אים אין איר ביכל, פרובירנדיג צו מאכן אינטרעסאנט אירע מעמוארן.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 8:03 pm
דורך חלום חלמתי
א דאקטער איז אנגעקלאגט געווארן פאר פארשרייבן די קעטאמין דראג פאר א באקאנטע אקטיאר, פון וואס יענער איז געשטארבן.
#נפשי
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 8:09 pm
דורך חלום חלמתי
געוועזענע פרעזידענט פון האנדוראס איז אויסגעשטאנען א לאנג פארצויגענע פראצעס אין זיין היים לאנד, ביז די ארטיגע סופרים קאורט האט אים אויסגעליפערט קיין אמעריקע פאר'ן חטא פון שמוגלען דראגס און שעדליכע סובסטאנצן. אין אמעריקע האט מען אים פאראורטיילט צו 45 יאר טורמע, נאכן געפונען שולדיג אין פירן א פארצווייגטע ביזנעס וואס האט פינאנצירט זיינע פרעזידענט געלויפן. אבער פרעזידענט טראמפ האט אים מיסטעריעז פארדאנירט נעכטן.
(טראץ דעם וואס דער פרעזידענט איז גרייט צו גיין אין מלחמה מיט ווענעזועלע און קאלאמביע פאר א.ג. דראג שמוגלען.
נאך א רינגעלע אין זיין קאפ און וואנט פארדאנירן יעדע אנגעקלאגטער אינטער ביידן, CC @מנחם גאלד )
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 8:27 pm
דורך יאנטשי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:27 pm
פרישע סאנקציעס אויף ווענעזועלע
אין אנדערע ווערטער, צוריק אין חדר אריין.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:22 pm
דורך חלום חלמתי
פארדאנ'ען אינעם איין אין צוואנציגסטע יאר הונדערט, דעי צייט אין טערמין.
בוש - 189
אבאמא - 212
טראמפ דער ערשטער - 144
ביידען - 80
טראמפ - - - - איבער 1,500....
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:35 pm
דורך חלום חלמתי
ניו יארק טיימס פארציילט אז קאנגרעספרוי נענסי מעיס האט זיך אפגערעדט אז זי איז זייער פרוסטירט אין די וועג וויאזוי מייק דזשאנסאן פירט די קאנגרעס, און זי וויל רייטייערן. ספעציעל קען זי נישט דערהייבן די וועג וויאזוי די פרויען אין קאנגרעס ווערן באהאנדלט, און זי וועט האבן א מיטונג קומענדיגע מאנטאג מיט קאנגרעספרוי גרין - וואס רעטייערט אין יאנואר.
מרת מעיס לייקנט.
אבער די באריכט קומט נאכדעם וואס די שטארקע מאגא סופארטער מרת עליסא סטעפאניק (וואס לויפט פאר ניו יארק גאווערנער) האט זיך אויפגעריסן קעגן דזשאנסאן אויף טוויטער. וואס מאכט גרינגער צו גלויבן אז עפעס שפילט זיך אפ צווישן מייק און די קאנגרעסלייט
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:36 pm
דורך חלום חלמתי
ווענעזועלע פרעזידענט מאדורא זאגט אז ער האט געהאט א געשפרעך מיטן אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ ארום צען טעג צוריק, און שריט ווערן גענומען צו אויסגראדן מיינונג פארשידענהייטן צווישן די לענדער
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:39 pm
דורך חלום חלמתי
ארבעטער אין א לאנג איילענד סופערמארקעט איז ארעסטירט געווארן פארן אינטערצינדן א שריפה אינעם אשר יצר פאפיר דורכגאנג, בעצם יום טענקסגיווינג.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:53 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:35 pm
ניו יארק טיימס פארציילט אז קאנגרעספרוי נענסי מעיס האט זיך אפגערעדט אז זי איז זייער פרוסטירט אין די וועג וויאזוי מייק דזשאנסאן פירט די קאנגרעס, און זי וויל רייטייערן. ספעציעל קען זי נישט דערהייבן די וועג וויאזוי די פרויען אין קאנגרעס ווערן באהאנדלט, און זי וועט האבן א מיטונג קומענדיגע מאנטאג מיט קאנגרעספרוי גרין - וואס רעטייערט אין יאנואר.
מרת מעיס לייקנט.
אבער די באריכט קומט נאכדעם וואס די שטארקע מאגא סופארטער מרת עליסא סטעפאניק (וואס לויפט פאר ניו יארק גאווערנער) האט זיך אויפגעריסן קעגן דזשאנסאן אויף טוויטער. וואס מאכט גרינגער צו גלויבן אז עפעס שפילט זיך אפ צווישן מייק און די קאנגרעסלייט
למען האמת, ווען דזשאנסאן איז געווארן ספיקער האב איך נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט אנציען אזוי לאנג, און דערצו אזוי גוט (רעלאטיוו) צאמהאלטן די צופראסקעטע רעפובליקאנער קאוקעס. קוקט אויס אז כאטש איך האב אונטערגעשאצט דזשאנסאן איז מיין מיינונג איבער די צופראסקעטקייט פון די פארטיי יא אן טארגעט...
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:54 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:22 pm
פארדאנ'ען אינעם איין אין צוואנציגסטע יאר הונדערט, דעי צייט אין טערמין.
בוש - 189
אבאמא - 212
טראמפ דער ערשטער - 144
ביידען - 80
טראמפ - - - - איבער 1,500....
ער האט דאך שוין אינעם ערשטן טאג פארדאנירט איבער פופצן הונדערט?
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 10:58 pm
דורך חלום חלמתי
צוויי וואכן נאך זיין הירינג אין סענאט, איז די נאמינאציע פון ר' יהודה קאפלאן הי"ו דורך די סענאט קאמיטעט היינט, און וועט דורכגיין א געהעריגע פולע אפשטימונג אין סענאט, ווי ס'איז ערווארטעט צו גרינג דורכגיין
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 11:54 pm
דורך חלום חלמתי
שמואל אלטמאן וויל בויען א ראקעט פירמע וואס וועט זיך פארמעסטן מיט אילאן מאסק'ס ספעיס עקס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 12:02 am
דורך חלום חלמתי
ניו יארק מעיאר עדעמס האט געמאלדן אז ער וועט אונטערשרייבן אן עקזעקיוטיוו ארדער וואס וועט זיכער מאכן אז די סיטי קען נישט דיסקרימינירן קעגן איזריעל מאכן ביזנעס אין ניו יארק, אדער ניו יארק אינוועסמענטס אין איזריעל. אלס הכנה צו מעיאר עלעקט מאמ'דאמי.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 9:36 am
דורך חלום חלמתי
ברעיקינג

.
די FBI האט געמאכט די ערשטע ארעסט אין פארבינדונג צום פייפ באמבע, וואס איז געווארן אראפגעלייגט נעבן די רעפובליקאנער און דעמאקראטישע הויפטקווארטיר אין יאנואר זעקס 2021.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 10:47 am
דורך חלום חלמתי
חלום חלמתי האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 03, 2025 7:52 pm
טראמפ האט פארדאנירט א דעמאקראטישע קאנגרעסמאן וואס איז געווארן אנגעקלאגט דורך די ביידען יוסטיץ דעפארטמענט, עטליכע וואכן נאכן זיך באקלאגן אויף די אימיגראציע קריזיס.
טראמפ זאגט אז ער האט נישט קיין אנונג ווער ער איז, אבער די רדיפות איז זיכער געקומען צוליבן ארויסגיין קעגן רעדזשים מילא פארדאנירט ער אים, און היינט וועט ער קענען שלאפן רואיג
דעמאקראטישע קאנגרעס פירער האקים דזשעפריס רעאגירט זאגענדיג אז דאס איז די ריכטיגע ענדע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 10:49 am
דורך חלום חלמתי
דזשעגוואר האט ארויסגעווארפן זייער הויפט דיזיינער, וואס האט דיזיינט די קאנטערווערסיאלע 00 משפחה פון אויטאס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 10:50 am
דורך חלום חלמתי
ניו יארק טיימס האט אריינגעגעבן קלאגעס קעגן די פענטאגאן, וואס האט פארבאטן די טיימס צווישן אנדערע פון באשרייבן נייעס איבער די פענטאגאן, נאכן נישט אננעמען די פרישע העגסעט געזעצן
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 10:51 am
דורך חלום חלמתי
יאסיר שאבאב די מיליציע פירער וואס האט קאנטראלירט רפיח די לעצטע חדשים, און האט קאאפערירט מיט די איזרעלי'ס. איז אומגעברענגט געווארן דורך זיינע אייגענע קעמפער, אנגעהעצט און באצאלט דורך כאמאס
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 10:54 am
דורך חלום חלמתי
ל. אראן די מערדער פון הילד לייבי קלעצקי ע"ה איז געשטארבן אין טורמע, אין עלטער פון 49 יאר.
ער האט געהאט א אורטייל פון 40 יאר.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 6:43 pm
דורך חלום חלמתי

סופרים קאורט האט נארוואס באשטעטיגט די טעקסאס קאנגערס מאפע.
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 6:46 pm
דורך חלום חלמתי
ערשטע טעסלא עלעקטראנישע טרעילער איז געווארן דעליווערט פאר DHL
Re: בולעטין נייעס — קורץ און שארף
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2025 6:48 pm
דורך חלום חלמתי
אן אייראפעישע זינגעריי פארמעסט האט באשטעטיגט איזריעל צו קומען פארשטעלן זייערע ניגונים. טראץ דעם וואס האלאנד שפאניע אירלאנד און נאך האבן געמאלדן אז אויב איזריעל קומט וועלן זיי בויקאטירן די שאו