בלאט 108 פון 155

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:07 pm
דורך לך לך
וואף האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:38 pm איינער זאגט מיר אז מען קען יעצט באקומען vouchers פונקט ווי אין די city. איז עס אמת?
קורצע ענטפער, ניין!!!

לאנגע ענטפער אין אישי

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:29 pm
דורך מיילעך פריילעך
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 4:00 pm אויב ממעג פרעגן פאר וואס האט ר אהרן בנציון ווידער געזאגט אז ער איז אין שטיצע פון די פלאן??
@דער תהלים איד
בנציון ווידער, פראפעזישן 1

ר' אהרן בנציון ווידער איז ווי באקאנט גאר א געטריי מענטש וואס נעמט זיין ארבעט ווי א עסקנות דשאב ענדערש ווי א שטאט טאטע.

אבער לאמיר נישט אוועקנעמען די זארגן פון זיין שטיצע פאר פראפעזישן 1, און בכלל בין איך מער פון די מענטשן וואס לאזן מענטשן האבן די אייגענע מיינונג,
און ווייל א עסקן האט געזאגט אז דו זאלסט שטימען איין וועג, מיינט נישט אז דו מוזט אוועקווארפן דיין שכל אין 'גארביטש' ווייל יענער האט יא אדער נישט אמאל געהאלפן איינעם צו גאר די ציבור.

דאס אז מ'דארף שטימען פאר א יוד איז גענצליך נישט קיין ארגומענט, וויבאלד אויב דו האלטסט אז די גוי איז בעסער מיט א חומש קענסטו רוהיג קויפן די גוי'ס פראפעגאנדע על פי שולחן ערוך.

אבער דאס איז אמאל זיכער אז א היימישע יוד האט א שטארקע מעלה דאס אז ער פארשטייט דיר אויפן ווינקל און טובל'ט זיך אין די זעלבע מקוה ווי דיר, און ספעציעל איינער וואס טוט טאקע אויף אזויווי ר' בנציון.


וואס איז פראפעזישן 1,

עס זענען פארהאן עטליכע בעלאט 'ענישעטיווס' די וואל סעזאן און די ערשטע איז צו געבן רעכטן פאר כל מיני מענטשן, רעליגיעזע רעכטן, ראסע רעכטן, דשענדער פרויען רעכטן, און.... רעכטן.

יעצט געווענליך זענען זייער העפי פון אזא זאך אריינשטימען מער רעכטן אין געזעץ, וואס קען זיין בעסער ! ,
אבער די מציאות איז אז מיר ווייסן אז מיר קענען נישט טראסטן די חברה וויבאלד רעליגיעזע רעכטן זענען שוין סייוויסיי אין די קאנסטיטוציע פאר 250 יאר און ראסע און פרויען רעכטן אויך פאר 60 יאר אדער מער.

נאר וואס דען, אלע די פראפעזישנס ווערן געווענליך אריינגעשטעלט דורך מענטשן מיט אגענדעס,

און די טרויעריגע מציאות איז אז מ'קען שטעלן די פראגן אויף וועלכע שיינע וועג נאר מעגליך און די חברה זיצן דערויף פאר יארן צו אויפקומען מיט שיינע לשונות, און טאקע דערפאר גייט עס אייביג אריבער, וויבאלד אפילו פאליטיש סאפיסטיקירטע מענטשן פלאגן זיך צו פאשטיין צו ס'איז טאקע גוט אדער בלויז א AI פראדוקטן.


יעצט למעשה גיין עס אריבערגיין, און אין אלבעני דארף מען אמאל ווארפן א ביינדל צו די מאכן וואס פירן די סטעיט, וויבאלד דו רעדסט אין א מציאות ווי אין פילע ברוקלינע דיסטריקטן לויפט ניטאמאל א רעכטער.

ר' בנציון האט שוין צוריקגעצויגן פון זיין שטיצע פון די פראפעזיצע נאכ'ן פארשטיין וואס מ'רעדט דא און סאיז דא א געפאר פון די עקסטרעמע פראפעזיצע פון אוועקנעמען קינדער פון די עלטערן אין פאל זיי גייען נישט מיט מיטן פראגרעסיווע אגענדע.



.טעגליכע נייעס +

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 11:52 am
דורך דער תהלים איד
אכטונג! נייע שטים פלעצער.

אט איז א דעטאלירטע מאפע:
Map.jpg
Map.jpg (193.18 KiB) געזען געווארן 1153 מאל

די פארקינג ביי בנין קליין:
Klein Parking.jpg
Klein Parking.jpg (235.48 KiB) געזען געווארן 1185 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 1:59 pm
דורך האקט א טאג
ק/פ
איך פראביר אביסל צו פארשטיין,
וויאזוי קען מען ווייזן און האבן א בלאק-וואוט ווען מ’וואוט עירלי אין די טאון?
סתם אזוי ווייסט מען אלע וואוט’ס וואס קומען אריין פון די 2-3 פלעצער אין קר”י זענען אונזערע וואוטס,
אבער אז מ’וואוט ערגעץ אינדערויסן צוזאמען מיט אלע דרויסענדע גוים וויאזוי לייגט מען עס אויף אונזער בלאק-וואוט?
(חוץ אויב ס’גייט לויט די אדרעס’ן)

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:30 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
וואס איז פשט אז עס דרייט זיך ארום א טראק און איז מבזה דיינים אין די קהילה, און יעדער שווייגט? די פלעטבוש גרויל קען טאקע טון דא וואס זי וויל? מבזה זיין תלמידי חכמים אויף די גאסן ווערט דא נארמאל? עטליעסט א מחאה פון קהל, עפעס, נישט אזוי?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:50 pm
דורך חיים דער שרייבער
IMG_4596.jpeg
IMG_4596.jpeg (291.9 KiB) געזען געווארן 1068 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 3:59 pm
דורך דער תהלים איד
האקט א טאג האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 1:59 pm ק/פ
איך פראביר אביסל צו פארשטיין,
וויאזוי קען מען ווייזן און האבן א בלאק-וואוט ווען מ’וואוט עירלי אין די טאון?
סתם אזוי ווייסט מען אלע וואוט’ס וואס קומען אריין פון די 2-3 פלעצער אין קר”י זענען אונזערע וואוטס,
אבער אז מ’וואוט ערגעץ אינדערויסן צוזאמען מיט אלע דרויסענדע גוים וויאזוי לייגט מען עס אויף אונזער בלאק-וואוט?
(חוץ אויב ס’גייט לויט די אדרעס’ן)
די רעזולטאטן פון די וואלן האבן נישט מי די פלאץ וואו מען האט געשטימט, נאר מיט די פלאץ וואו דער מענטש וואוינט.

יעדע וויילער הא א אייגענע קאוד ביי די בארד אף עלעקשאנס (וואס אגב, עס גייט אנקומען אויף פאסט פון אנ"ש א קארטל מיט דעם קאוד, צו פארגרינגערן ווען מען דארף זוכן איינעמס נאמען).

זיין שטימע ווערט רעגיסטרירט אויף זיין קאוד, וואס גייט אריין צום וואוטינג דיסטריקט וואו ער וואוינט, אז די רעזולטאטן ווערן קלאר איינגעטיילט לויט די וואוטן דיסטריקטס.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 02, 2024 7:59 pm
דורך להגדיל הטראסק
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:30 pm וואס איז פשט אז עס דרייט זיך ארום א טראק און איז מבזה דיינים אין די קהילה, און יעדער שווייגט? די פלעטבוש גרויל קען טאקע טון דא וואס זי וויל? מבזה זיין תלמידי חכמים אויף די גאסן ווערט דא נארמאל? עטליעסט א מחאה פון קהל, עפעס, נישט אזוי?
די ימח שמה'ניק איז דא געווען מיט א פרישקייט?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 02, 2024 10:23 pm
דורך וואף
לך לך האט געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2024 5:07 pm
וואף האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 30, 2024 7:38 pm איינער זאגט מיר אז מען קען יעצט באקומען vouchers פונקט ווי אין די city. איז עס אמת?
קורצע ענטפער, ניין!!!

לאנגע ענטפער אין אישי
שיק מיך די לאנגע ענטפער אין אישי

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:46 am
דורך נויז מאשין
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:30 pm וואס איז פשט אז עס דרייט זיך ארום א טראק און איז מבזה דיינים אין די קהילה, און יעדער שווייגט? די פלעטבוש גרויל קען טאקע טון דא וואס זי וויל? מבזה זיין תלמידי חכמים אויף די גאסן ווערט דא נארמאל? עטליעסט א מחאה פון קהל, עפעס, נישט אזוי?
מחאה וועט איר נאר העלפן

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:09 am
דורך Azoi Tzi Zugen
קרית יואל ווערט שוין אזוי ווי מאנסי? דארי האלל האט דא מענטשן וואס העלפן איר אריינגיסן איר געלט אין אידישע מעילינגס? דאס איז מיר אנגעעקומען אין פאסט. גיי ווייס ווער עס איז גרייט צו טון די שמוציגע ארבעט פאר די אנטיסעמיטקע. שוין. אויבער חכמים זענען דאך אייביג דא.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:21 am
דורך להגדיל הטראסק
דער ליפלעט זאגט אבער נישט אז זי גייט יא אויפטון

דער ליפלעט ברענגט ארויס אז אונז זענען פארמשכונט ביי סקופיס, און עס איז ריכטיג, און אויב איז דאס ריכטיג מוז מען סוכ"ס בלית ברירה גיין מיט סקופיס.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:39 am
דורך Azoi Tzi Zugen
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:21 am דער ליפלעט זאגט אבער נישט אז זי גייט יא אויפטון

דער ליפלעט ברענגט ארויס אז אונז זענען פארמשכונט ביי סקופיס, און עס איז ריכטיג, און אויב איז דאס ריכטיג מוז מען סוכ"ס בלית ברירה גיין מיט סקופיס.
זיכער גייט זיי אויפטון. זיי גייט שטימען קעגן פראפאזישן איינס. ---- ווייל זי איז א רעפובליקאנע :lol: און איר וואוט גייט במילא אין ערגעץ נישט

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 1:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 01, 2024 2:30 pm וואס איז פשט אז עס דרייט זיך ארום א טראק און איז מבזה דיינים אין די קהילה, און יעדער שווייגט? די פלעטבוש גרויל קען טאקע טון דא וואס זי וויל? מבזה זיין תלמידי חכמים אויף די גאסן ווערט דא נארמאל? עטליעסט א מחאה פון קהל, עפעס, נישט אזוי?
פארגאנגענע מאל זיי זענען דא געווען האבן זיי געמאכט דעם טעות און געפארן ארום ביהמ"ד הג', און זיי האבן טאקע שלעכט אפגעשניטן... כ'ווייס נישט וואס די מצב איז יעצט און ווי אלס זיי פארן, אבער כ'מיין אז זיי מיידן אויס יענע חלק שטאט.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:03 pm
דורך דער תהלים איד
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:39 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:21 am דער ליפלעט זאגט אבער נישט אז זי גייט יא אויפטון

דער ליפלעט ברענגט ארויס אז אונז זענען פארמשכונט ביי סקופיס, און עס איז ריכטיג, און אויב איז דאס ריכטיג מוז מען סוכ"ס בלית ברירה גיין מיט סקופיס.
זיכער גייט זיי אויפטון. זיי גייט שטימען קעגן פראפאזישן איינס. ---- ווייל זי איז א רעפובליקאנע :lol: און איר וואוט גייט במילא אין ערגעץ נישט
דער ליפלעט זאגט, אז א לאקאלער ערל אין די רעפובליקאנע פארטיי האט געטראפן איינעם וואס זאל פאר אפאר טאלער, און פאר אביסל אנטענשן, ארבעטן פאר א האספולע קאנדידאט, און איר פרובירן צו פעינטן ווייס דורכ'ן איינרעדן אז זי איז קעגן פראפ. 1 צוליב פראטעקטן אידישקייט (ניטאמאל גוט פאר א וויץ).

איי פארוואס רודפט זי ר' חיים נחום ווערצבערגער? איי פארוואס האט זי פארמאכט רוזין ראוד? איי פארוואס האט זי געשטימט צו עפענען קלאגעס קעגן בויען אויף קארלסבורג? איי פארוואס לאזט זי נישט די ווילעדזש באסעס זיך פארברייטערן? איי פארוואס אגיטירט זי קעגן קרית יואל לטובת יונייטעד מאנרא?

אה, דאס איז פלעין טעכנישע זאכן... עכט האט זי אונז ליב... והא ראי' זי איז קעגן פראפ. 1 (אבער אליינס א תועבה מענטש)...

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:03 pm
דורך דער תהלים איד
Gorel.jpg
Gorel.jpg (183.02 KiB) געזען געווארן 561 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:04 pm
דורך דער תהלים איד
Chinech.jpg
Chinech.jpg (162.4 KiB) געזען געווארן 559 מאל

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:30 pm
דורך דער תהלים איד

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 2:40 pm
דורך כלל ישראל
ביי די מאנרא טאון איז דא לאנגע ליניעס עס נעמט א גוטע האלבע שעה

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:05 pm
דורך כלל ישראל
עס זעיט זיך אן א שטארקע היימישע עולם ביי די פריע וואוטס, די עולם נעמט עס מיט א ערנסקייט.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:07 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואס איז פשט פון דעם קאמפיין לעצטנס? ווער שטייט אונטער דעם?

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
:roll: :roll: :roll:

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:31 pm
דורך דער תהלים איד
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:30 pm :roll: :roll: :roll:
מיין אינגל האט מיר געפרעגט שבת אויב טראמפ שטעלט צו ווענס צו די וואלן...

:lol:

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:43 pm
דורך פעיק ניוז
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:39 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:21 am דער ליפלעט זאגט אבער נישט אז זי גייט יא אויפטון

דער ליפלעט ברענגט ארויס אז אונז זענען פארמשכונט ביי סקופיס, און עס איז ריכטיג, און אויב איז דאס ריכטיג מוז מען סוכ"ס בלית ברירה גיין מיט סקופיס.
זיכער גייט זיי אויפטון. זיי גייט שטימען קעגן פראפאזישן איינס. ---- ווייל זי איז א רעפובליקאנע :lol: און איר וואוט גייט במילא אין ערגעץ נישט
אן איינצעלנע שטימע האט אלעמאל די זעלבע פאוער, אפגעזען צו דער סענאטאר איז א רעפובליקאנער אדער א דעמאקראט.

Re: נייעס פון קרית יואל

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:50 pm
דורך דער תהלים איד
פעיק ניוז האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 3:43 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:39 am
להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 03, 2024 10:21 am דער ליפלעט זאגט אבער נישט אז זי גייט יא אויפטון

דער ליפלעט ברענגט ארויס אז אונז זענען פארמשכונט ביי סקופיס, און עס איז ריכטיג, און אויב איז דאס ריכטיג מוז מען סוכ"ס בלית ברירה גיין מיט סקופיס.
זיכער גייט זיי אויפטון. זיי גייט שטימען קעגן פראפאזישן איינס. ---- ווייל זי איז א רעפובליקאנע :lol: און איר וואוט גייט במילא אין ערגעץ נישט
אן איינצעלנע שטימע האט אלעמאל די זעלבע פאוער, אפגעזען צו דער סענאטאר איז א רעפובליקאנער אדער א דעמאקראט.

די גאנצע רעדע איז דאמירן בעלמא, אלס א וואוט איז דאס שוין אדורך אינעם סענאט צוויי מאל מיט א ריזיגע רוב.