א גאר דעטאלירטע באריכט פון די נעכטיגע טאג אין גוואטעמאלא.
אינדערפרי איז פארגעקומען א געריכט סעסיע איבער צוויי יונגע בחורים - קינדער פון נחמן העלבראנץ. נאכדעם וואס קיינער האט נישט געוואלט פיילן קאסטעדי אויף זיי, זייענדיג קינדער פונעם פירער אליינס, האבן די בחורים געבעטן די עסקנים אז מ'זאל זיי ארויסהעלפן צו קענען ארויסקומען קיין ניו יארק וויבאלד קיינער זארגט זיך נישט פאר זיי, און דאן האבן די עסקנים אריינגעברענגט אין בילד די מומע מרת טעללער פון ניו יארק, און זי איז אראפגעקומען אין געריכט אין גוואטעמאלא צו פארלאנגען קאסטעדי אויף אירע פלומעניקעס מיטן פלאן זיי אהיימצונעמען צו זיך אין שטוב אין ברוקלין.
די הירינג האט זיך אנגעשטויסן אין אן אומערווארטעטע פראבלעם, צוליב דעם וואס די גוואטעמאלא רעגירונג האט לעצטנס געהייערט א פריוואטע פירמע וואס פארפיגט אויף טשיילד אביוז אנגעלעגנהייטן מיטצוהאלטן די געריכט סעסיעס איבער די לב טהור קינדער און געבן זייער מיינונג און רעקאמענדאציעס וויאזוי מ'זאל זיך אומגיין מיט די קינדער, נאכדעם וואס די לב טהור מיטגלידער האבן גע'טענה'ט אין געריכט אז די אלע קלאגעס קעגן זיי איז בלויזע אנטיסעמיטיזם קעגן זייער קהילה און איז נישט באזירט אויף קיין פאקטישע פארלעצונגען וואס זיי זענען באגאנגען (איבריג צו זאגן אז זינט דאן האט די רעגירונג נאר באקומען א שטערקערע מאנדאט צוליב דעם וואס די פירמע האט ווי פארשטענדליך זיך אנגענומען פאר די רעגירונג קעגן לב טהור), און אצינד ווען מרת טעללער איז געקומען פיילן קאסטעדי, האבן די עסקנים פארזעהן אז די פריוואטע פירמע מוז אויך דורכפירן א גרונטליכע valuation אויף די פאמיליע מיטגלידער וואס קומט פארלאנגען קאסטעדי זיכער צו מאכן אז יענער קומט נאך די נויטיגע מאסנאמען צו קענען ערציען די קינדער אין גוטע אומשטענדן, און זיי האבן איר געשיקט פאר א valuation בלויז צו די PGN רעגירונגס אגענטור, און ווען ס'איז געקומען צו די הירינג, האט מען זיך אנגעשטויסן אין דעם טעכנישן פראבלעם אז מרת טעללער איז נאכנישט קוואליפיצירט איבערצונעמען די אחריות אויף די קינדער, וויבאלד זי איז נישט אריבערגעגאנגען די valuation פראצעדור ביי די פריוואטע פירמע, ממילא האט מען בלית ברירה געמוזט באשטימען א פרישע דאטום פאר א קומענדיגע הירינג ווען זי וועט שוין האבן אריבערגעגאנגען דעם valuation ביי די פריוואטע פירמע, און דאן וועט זי בעז''ה קענען ארויסנעמען די קינדער און קומען מיט זיי קיין ניו יארק.
שפעטער איז פארגעקומען נאך א הירינג ווען די ריכטער האט אויטאריזירט בעיל פאר חיים צבי מלכה און אברהם דינקל ביז די קומענדיגע הירינג, פארשטייט זיך אונטער שטרענגע מאסנאמען ווי טשעיסינג און הויז ארעסט.
אין א שאקירנדע אנטוויקלונג וואס איז אויך נעכטן פארגעקומען, אויפן זעלבן שטייגער ווי יושע חיים לאווער האט ארויסגענומען זיינע קינדער אונטער די שרעקליכע הסכמה צו שיקן די קינדער אין פובליק סקול, האבן נאך א לב טהור פארפאלק, יואל וויינגארטן חתן משה יוסף ראזנער, (יואל וויינגארטן אליינס זיצט אין תפיסה, און זיין שוואגער יואל ראזנער בן משה יוסף האט איבערגענומען די אחריות און נעמט קעיר פון די גאנצע פרשה), אריינגעגעבן פארן געריכט פאפירן אז זיי זענען אויך גרייט צו שיקן זייערע קינדער יעדן טאג אין פובליק סקול! און מ'רעדט נישט דא פון קליינע קינדער, די רעדע איז פון גרויסע קינדער קרוב לבר מצוה! און אויב איז דאס נאכנישט גענוג, האבן זיי אריינגעגעבן אין געריכט פאפירן אז זיי געבן איבעער קאסטעדי רעכט פון זייער אייגענע ווילן פאר א גוי'אישע פארפאלק פון גוואטעמאלא! פשוט און פראסט!! און נישט סתם א גוי, נאר א באקאנטער קרימינאל אין גוואטעמאלא וואס איז שוין דריי מאל געזעצן אין טורמע פאר ערנסטע פארברעכנס!
ליידער פארן ארום איבעראל שאקירנדע ווידיאוס וויאזוי די גאנצע משפחה גייט ארויס פון געריכט, בשעת ווען די אויסגעלאסענע נידריגע גוי'אישע פארפאלק האלטן אין די האנט לעכטיגע אידישע קינדערלעך און האלזן זיי ארום מיט גרויס ליבשאפט רח''ל! שומו שמים!
(בייגעלייגט א בילד פון די ווייטאגליכע סצענע, ווער עס וויל כשר'ן די קליפס מ'זאל עס קענען דא ארויפלייגן, קען קומען אין אישי. ליידער איז דא זייער אסאך צו כשר'ן)

- 4353522226336105161.jpg (154.22 KiB) געזען געווארן 4025 מאל
און פארשטייט זיך אז איינע פון די הויפט תנאים צו קענען האבן די קינדער איז, אז זיי טארן נישט האבן די מינדעסטע שייכות אויף סיי וועלכע אופן מיט קיינעם פון די לב טהור כת.
עס דארף ערווענט ווערן, אז די גאנצע מציאות פון שיקן די קינדער אין פובליק סקול, איז עפעס וואס איז לכאורה א וויסטע פאנטאזיע און עפעס וואס גייט בפשטות נישט געשען במציאות. מיט די אידישקייט חלק האבן זיי ליידער ליידער נישט קיין שום פראבלעם, אבער מ'דארף פארשטיין אז די גוואטעמאלא גוים האבן שרעקליך פיינט די לב טהור כת, וויבאלד זיי ווייסן זייער גוט איבער די אלע אביוז וואס זיי האבן געטוהן ביז היינט. אויף אזוי ווייט, אז דער גוי וואס האט גענומען קאסטעדי אויף די וויינגארטן פאמיליע איז גאר אויסגעשטאנען גרויסע פראטעסטן פון זיינע שכנים נאכדעם וואס זיי האבן געהערט איבער זיינע פלענער! און דאס איז נאך געווען אפילו בעפאר ער האט עס פאקטיש אויסגעפירט, בלויז פון הערן זיינע פלענער זענען זיי שוין ארויסגעקומען פראטעסטירן, און שוין אפגערעדט וואס זיי זענען אומשטאנד צו טוהן יעצט ווען ס'גייט פאקטיש פאסירן. און ממילא לייגט זיך זייער שווער אויפן שכל וויאזוי די קינדער זאלן זיך בכלל קענען געפינען אין א נידריגע גוואטעמאלא פובליק סקול אפילו גשמיות'דיג גערעדט.
ווי אויך איז די גאנצע פלאן נאר א צוויי חדשים'דיגע פראבע וואס עטליכע אגענטורן גייען גאר שטרענג נאכקוקן און אינפארסירן, און אויב קומט פאר סיי וועלכע פארלעצונג, גייען די קינדער צוריק אינעם שעלטער. בלויז אויב זיי קומען נאך די אלע תנאים במשך די צוויי חדשים, דאן וועט די פלאן ווייטער קענען אנגיין לכאורה (היו לא תהי').
אין נאך א איראנישע אנטוויקלונג, האט חיים צבי מלכה לעצטנס געשיקט א שליח צו די עסקנים, אז ער וויל אויסארבעטן א דיעל מיט זיי, אז מ'וועט אים ריינוואשן פון אלע קלאגעס קעגן אים און אים באפרייען פון טורמע (עס דראעט אים גאר הארבע אורטיילן פון לאנגע יארן), און אין אויסטויש איז ער מסכים אז מ'זאל ערלויבן צו באפרייען אכט בחורים פון איינע פון די שעלטערס און זיי נעמען קיין אמעריקע, נאכן זעהן אז די עסקנים זענען נישט גרייט צו קאאפערירן מיט אים, האט ער געהעכערט זיין פארשלאג צו באפרייען א גאנצע שעלטער פון פופצן בחורים, אויסער דריי בחורים.
ס'גלייבט זיך שווער אז די זעלבע פירער וואס מוטיגט זיינע אונטערטאנען חלילה נישט אויפצוגעבן און באפרייען די קינדער צו די ערב רב אפגעזעהן וואסערע טייערע פרייז עס קאסט, איז ער פלוצלינג גרייט אפצו'שמד'ן די אלע בחורים אלעס אז ער זאל קענען גיין פריי...