בלאט 107 פון 601

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:33 am
דורך ווער
צבע אדום אין צפון

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:48 am
דורך פארפאלענער
א באריכט היינט דערציילט, אז איינע פון די וועגן וויאזוי חמאס האט צומישט די מדינת ישראל פרעימיער נתניהו, איז געווען דורך פירן ערענסטע געשפרעכן צו באפרייען די קערפער פון צוויי איזערלישע סאלדאטן און איין איזערלישע בירגער וואס איז שוין לאנג אין חמאס געפענגעניש. חמאס האט געשטעלט א פנים ווי כאילו זיי זענען זייער ערענסט און קומען זייער נאנט דערצו, ווען אין די זעלבע צייט האבן זיי פארעענדיגט צוגרייטן דאס ערגעסטע אטאקע וואס דאס לאנד האט אמאל געזען.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:49 am
דורך פארפאלענער
קרית שמונה אין צפון: נאנט צו 20 טויענט שוין עוואקארט, נאר געבליבען אביסל מער ווי 3 טויזענט איינוואוינער.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:51 am
דורך פארפאלענער
צחי הנגבי ראש המל״ל (הויפט פון די נאציאנאלע זיכערהייט) געשריבען א X בשבחו פין קטאר

ראש ממשלה פין קטאר געזאגט: זאכען ריקען זיך נענטער אין די פארהאנדלונגען צי באפרייען געפאנגענע

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:52 am
דורך פארפאלענער
דובר צה״ל:

דאס האבען מיר געטראפען אויף איינע פין די רוצחים

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:53 am
דורך פארפאלענער
נאסראללא האט זיך געטראפן מיט די פירער פון חאמאס און דער איסלאמישער דזשיהאד אין לבנון.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:55 am
דורך ווער
כאמאס נוצט לאנג-שטרעקיגע ראקעטן צו אטאקירן שטעט ארום עילת און חיפה

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:05 am
דורך פארפאלענער
סי-ען-ען באריכט: אמעריקאנער פרעזידענט ביידען האט דערמוטיגט דעם מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו אין זייערע לעצטע געשפרעכן גוט צו דורכטראכטן ווי אזוי א אינוואזיע אין עזה וועט זיך אנטוויקלען און וואס די 'עקזיט' סטראטעגיע וועט זיין. ביידען האט אין זייער שמועס זונטאג פרובירט "צו משפיע זיין אויף נתניהו זיך צו באנוצן מיט זיין קאפ, נישט זיין הארץ," האט געזאגט א מקור וואס איז באקאנט מיט די פרטים פונעם שמועס.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:07 am
דורך פארפאלענער
די אידישע געמיינדע אין איראן האט אפעלירט צו דער רעגירונג זיי צו באשיצן ווי אויך זייערע לאקאציעס, נאכדעם וואס אין די לעצטע טעג האבן די לאקאלע בירגער דעמאנסטרירט ארום דעם קבר פון מרדכי און אסתר אין דער שטאט האמדאן אין מערב איראן. דאס איז אין פראטעסט פון דער מלחמה אין עזה. קוואלן אין דער אידישער קהילה טענה'ן אפילו אז זיי האבן פארשוועכט דעם פלאץ.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:08 am
דורך פארפאלענער
די בריטישע צייטונג דזשואיש ניוז באריכטעט וועגן אן אויסערגעווענליכע אפמאך וואס ווערט פארהאנדלט צווישן חאמאס און קאטאר, דורך די ווייסע הויז און מדינת ישראל. דער אפמאך וועט פירן צו די באפרייאונג פון אלע משכונות אין אויסטויש פאר ברייטערע הילף צו עזה און א פארזיכערטער וועג ארויס פאר חאמאס פירער אין די עזה פאס און זייערע משפחות קיין מצרים.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:09 am
דורך פארפאלענער
ארדואן יעצט אין פייערדיגע דרשה אין פארלימענט: "חאמאס איז נישט א טעראר ארגאניזאציע. עס איז א גרופע פון ​​מודזשאהאדיען, וואס קעמפן צו באשיצן זייער לענדער."

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:10 am
דורך פארפאלענער
רויטערס: אויסטראליע זאגט אז זי האט ארויסגעשיקט נאך צוויי מיליטערישע עראפלאנען און א "באדייטענדע צאל" פארטיידיגונגס פערסאנאל אין מיטל מזרח צו העלפן שטיצן אירע בירגער דארט אויב די אנגייענדע מלחמה צווישן מדנ"י און חאמאס ווערט פארברייטערט ח"ו.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:11 am
דורך פארפאלענער
באריכט: דער קאבינעט, מיט נתניהו בראש, האבן צוריקגעהאלטן אן אפעראציע צו עלימינירן דריי קעפ פון די טעראר ארגאניזאציעס חיזבאללא, חאמאס און דער איסלאמישער דזשיהאד אין די טעג נאכן אויסברוך פון דער מלחמה (ישראל היום).

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:13 am
דורך פארפאלענער
דערווייל זענען שוין דא 55 באשטעטיגטע געהארגעטע טעראריסטן אין די צפון פראנט:

42 פון חזבאללה אין לבנון
4 פון איסלאמיק דזשיהאד אין לבנון
3 פון חמאס אין לבנון
8 סירישע זעלנער אין סיריע

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:18 am
דורך פארפאלענער
פארפאלענער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:53 am נאסראללא האט זיך געטראפן מיט די פירער פון חאמאס און דער איסלאמישער דזשיהאד אין לבנון.
דער פון חאמאס איז סאלח אל-עארורי אויף וועם אמעריקע האט ארויפגעלייגט א פרייז אויף זיין קאפ.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:26 am
דורך עדיטאריעל
דאס קינד האט מורא'דיגע מזל.
יעדער צווייטער טאג ווערט זי געטראפען פון א באמבע פון מדנ''י, אבער אייביג לעבט זי עס איבער.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:28 am
דורך פארפאלענער
שר הדתות מיכאל מלכיאלי זאגט אז נאכן החלטה נישט צו לאזן גיין צו קבר רחל ביים יארצייט, וועט מען אבער לאזן גיין די משפחות פון די פארכאפטע

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:34 am
דורך פארפאלענער
געוועזענער פענטאגאן ראטגעבער, דאגלאס מקגרעגאר: אמעריקאנער ספעציעלע קרעפטן זענען אומגעקומען אויף דער גרעניץ פון עזה מיט עטלעכע טעג צוריק.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:39 am
דורך פארפאלענער
דער טערקישער ענערגיע מיניסטער האט געקענסאלד זיין באזיך קיין מדינת ישראל, נאָך וואס ער האט געדארפט צו אָנקומען אין מדינת ישראל אין דער נאָענט צוקונפט.
אויסער דעם, באריכטעט בלומבערג, אז טערקיי האט באשלאסן אפצושטעלן א געמיינזאמע ארבעט, וואס איז אפגעשמועסט געווארן ביי דער זיצונג פון נתניהו ארדואן פארגאנגענעם חודש, וועלכע האט זיך געדארפט אפגעבן מיט זוכן ענערגיע רעזערוו אין מיטלענדישן ים.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am
דורך פארפאלענער
ביז יעצט זענען 10 פראצענט פון עזה'ס געביידעס שוין אינגאנצן פארניכטעט געווארן,

ערוץ 12

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:06 am
דורך פארפאלענער
דער עגיפטישער פרעזידענט על-סיסי: "אריינבאקומען פליטים פון עזה צו עגיפטן טעריטאריע איז גאר געפערליך.
איך האב מסכים געווען מיט פראנצויזישער פרעזידענט מאקרון צו ארבעטן אינאיינעם צו ברענגען הילף צום עזה סטריפ, באפרייען די משכונות און פארמינערן די רייצערייען,
מיר פאדערן צו אפשטעלן מדינת ישראל'ס ערד אריינגאנג אין עזה וויין עס וועט פארשאפן צופיל קרבנות.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:23 am
דורך Programming
פארפאלענער האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 10:42 am ביז יעצט זענען 10 פראצענט פון עזה'ס געביידעס שוין אינגאנצן פארניכטעט געווארן,

ערוץ 12
זייער א גרויסער ציפער

אפשר רעדן זיי פון די הויכשטאקיגע געביידעס וכדו' וואס משום מה באמבארדירן זיי עס מער, אבער סתם געווענליכע אפארטמענט און רעזידענטשאַל געביידעס איז 10 פראצענט זייער אסאך און, אויב קאנצעטרירט אין איין חלק פונעם פאס איז עס בעיסיקלי קארפעט באמבינג

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:50 am
דורך ניקל
למעשה פון די קליפס וואס קומען ארויס ווי מען טראגט מענטשן און איילעניש צום שפיטאל און עזה, שטעלט זיך ארויס אז ביזדערווייל איז די פראפעגאנדע אז עס איז נישטא מער קיין לעקטער בלויז ליגנט,
מען זעהט לעקטער ארבעטן געהעריג

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:53 am
דורך ניקל
יונייטעד ערעבס און די יו ען:
חאמאס אטאקעס איז געווען בארבארישע און רציחותדיג
אונז ריף מיר פאר די באפרייאונג פון אלע משכונות
אבער חאמאס רשעות אנטקעגן ציווילע איז נישט קיין תירוץ אז די ציווילע און עזה דארפן שטארבן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:54 am
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 11:50 am למעשה פון די קליפס וואס קומען ארויס ווי מען טראגט מענטשן און איילעניש צום שפיטאל און עזה, שטעלט זיך ארויס אז ביזדערווייל איז די פראפעגאנדע אז עס איז נישטא מער קיין לעקטער בלויז ליגנט,
מען זעהט לעקטער ארבעטן געהעריג
און ווייטער...
די יו ען זאגט אז נאך אפאר שעה וועט זיך אויסניצן די געז און די שפיטעלער וועלן אויפהערן פונקציאנירן