גארנישט האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 4:49 pm
צום טיש האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 07, 2025 4:18 pm
גארנישט האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 06, 2025 8:48 pm
איך האב געוואלט אויסשמועסן א נקודה וואס איך האב נאכנישט געזען אנמערקן,
די תשובה איז זייער פשוט,
אויב שלאגט מען אידן צוליב די חומרות מען הרגעט און מען רצחעט האט דאס נישט מיטן אייבערשטן און די רגע עס האט נישט מיטן אייבערשטן איז עס ריין רשעות פון א' ביז ת' נישט משנה אויב זיי האבן א פוינט אדער נישט
על כי אין אלו'ק בקרבי מצאנו כל הרעות האלו.
סאיז דא נאך א נקודה
סאיז דא א געדאנק סגייט בערך אזוי, אז נאכמאכן צדיקים איז מורא'דיג, אבער איינער וועט לערנען ווי דער הייליגער ריזשענער לערנט (ברבים), און עסן ווי דער הייליגער אפטער רב פלעגט עסן און שלאפן ווי דער הייליגער.. (כגדענק נישט) אזא איינער וואקסט אויף א גראביאן
לכאורה איז דא אויך דער חזו''אניק האט זיך זיינע חומרות, און דער בריסקער זיינע, אבער די שטייסט און קאלעקסט חומרות פון דער גאנצער וועלט סתם אלטס וואס? סתם צו מחמיר זיין? סאיז בכלל נישט קיין מצוה צו זיין א חמור..
אפגערעדט אז אונז האב מיר א מסורה מדור ודור, ווער איז געווען זייער רבי? דאס איז געווען דער הויפט טענה פון אב''ד ותיקין ז''ל קעגן די כת (סדארף צו זיין א בריוו פון אים)
בכלל נאך א סימן פון אן ערליכע איד אז מען איז מחשיב א צווייטע ערליכע איד און שטענדיג איז מען מסופק צו מען טאקע גענוג, און דא מאכט מען אפ, נאר איך און קיינער נישט, נאר ביי מיר איז דער אמת אינגאנצען, און ביי קיינעם נישט, נאר זיי זענען אן ערב רב? ווי איז דא אזא דרך אין עבדות השם?
בנוגע די אראפקיקן אנדערע אידן,
יא! אין אסאך קהילות קוקט מען אראפ אנדערע, אמת נישט אז זיי זענען ערב רב אבער מען קוקט שטארק אראפ.
וואס האלטסטו אויף די מאדערענע אידן,,, להוי ידוע זיי דרש'נען ווי שלעכט די חרדישע אידן זענען אז עס איז פול מיט שנאת חינם...
וואס האלטסטו אויף די מזרחי (אויב זענט איר א וויליאמסבורגער אדער קרית יואלער וואס האלט איר ששש.. אויף בעלזא...)
און וואס האלט מען אין קאשוי אויף סאטאמאר...
אבער פארשטייט זיך אז זאגן אז משיח וועט נאר קומען דא, און יעדער איינער איז די ערב רב איז אן אנדערע מעשה אינגאנצען...
אבער דאס וואס איר זאגט אז פון די סימנים פון א ערליכע איד איז ארויפקיקן אנדערע,
מיר מעגן זיך אויכעט פארבעסערן אין דעם הינזיכט, ארויפקיקן אנדערע חסידות'ען, ארויפקוקן די ליטווישע בני תורה, און אפי' די מאדערענע... עס זענען דא צווישן זיי אזאלעכע וואס עס איז ממש דא וואס ארויפצוקוקן...
איך וועל דערציילן וואס עס האט מיר אמאל געזאגט א גאר מאדערענע איד נאך וואס ער האט געטוען עפעס א ארבעט ביי מיר אין שטוב, זאגט מיר דער איד, איר ווייסט איר זענט זייער אפגעהיטן אין קדושה וכו' אבער איך בין הייליגער פון אייך, איר פארשטייט וואס דאס מיינט אז איך קום אויף א נישט אידישע פלאץ טוען אן ארבעט און א ערוואקסענע מיידל עפענט אויף און זאגט אז קיינער איז נישט אין שטוב נאר זי (דא קומט 3 פינטלעך וד''ל) און איך דריי זיך אויס און גיי אוועק פון דארט..
אקעי צוויי נקידות קודם בסה''כ זאגסטו אז אונז דארף מיר אביסעל ארבעטן מער אויף דעם ענין, נו, יעדער קען זיך פארבעסערן אבער סאיז בכלל נישט אז יעדער איז אפגעפרעגט,
און נאך אביסעל טיפער איז אז כרעד ספעסיפיק פון אן עובד וואס איז אויסגעקאכט און געבויט מיט א ריכטיגע בליק, ממילא קומיר נישט זאגען אז סאמאר אדער אן אנדערע קרייז האלט כך וכך
נאך א פינטעל אז כווייס נישט אויב - די ריכטיגע זאך איז - איך מוז יעצט האלטען פון יעדעם איינעם אויפן ספעקטרום פון רעכטן ביזען לינקען
אגב מכבד זיין האבן די רעספעקט פאר א צווייטען (און נישט שלאגן מענטשען אויפן גאס וכו') האט מען אלעמאל געלערנט ביי אונז אפי' פאר להדיל א גוי
כלפי דיין לעצטע נקודה איז יש ויש, דאס איז זיכער גערעכט מען מעג זיך לערנען פון א יעדעם און ארויסנעמען די גיטע נקידות פון איבעראל, אבער לאמיר נישט אזוי אוועקמאכן אונזערע גדרים וסייגים וואס אונז פיר מיר זיך כדי סזאל נישט צוברענגען צו קיין נסיונות (איז עס נישט אזויפיל חשוב -די גדרים שלא בשת נסיון -ווי יענער וואס קומט איבער די נסיון? ניין? אויב אזוי גיי איך אוועקנעמען אלע גדרים און טשוזען נסיונות ח''ו...)