בלאט 107 פון 151

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:53 pm
דורך פלאם
yatzmachpirkuni האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:37 pm *השבת אבידה*
שמעתי אז ס'איז היינט אויף בלאוועלד רד. פארלוירן געווארן א טייערע רויטע פען
פון מ"א אויב איינער האט עס געטראפן זאל ביטע אריין רופן די מעין נומבער
:roll:
דער וואס האלט אז באמת זיי נישט קיין מחללי שבת והראיה ר' חיים שבת שליט"א לערנט פאר פאר זיי חילול שבת, און זיי זענען נישט קיין מוסרים נאר די שטאט מסר'ט וכו', און באמת איז נישט דא קיין פראבלעמען פון צניעות ווייל ס'איז 'נאר' דא דארט דריי פרויען... און בטעות איז געווען די וואך א געמישטע קאנסערט זאל נישט זיין ארויסגערעדט ואין פוצה פה ומצפצף, די וואס נעמען אן די אלע תירוצים [און די וואס מאכן זיי], זיי האבן א פראבלעם פון די גניבה פון די דעפארטמענט, און די ליגענט פון די קאמישאנער.


איך בין נישט שאקט, מ'רעדט פון די נידרגסטע וואס איז דא.

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:00 pm
דורך חלום חלמתי
yatzmachpirkuni האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:37 pm *השבת אבידה*
שמעתי אז ס'איז היינט אויף בלאוועלד רד. פארלוירן געווארן א טייערע רויטע פען
פון מ"א אויב איינער האט עס געטראפן זאל ביטע אריין רופן די מעין נומבער
:roll:
ס'דא א ווידיא וויזוי ספארלירט זיך. ספינען וועט דאסמאל נישט העלפן

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:08 pm
דורך וואוילער
יעצט דארף איך שוין וויסן פון וועלכע ליגנט מען רעדט...

עני וועי, לייג זיך אריין אין זייער שיך (ס'איז צו גרויס, הא?), ווען דו ביסט ווען אן אפעציעלע מעכטיגע פייער קאמפעני, אנערקענט ביי די שטאט, געלט ווי מיסט, די רבנים און עסקנים אויף דיין זייט (?), אלע עקוויפמענט וואס פעלט נאר אויס, א פריוואטע נומבער און דיספעטשינג...
נאך דעם אלעם, זיצטו אין געראדזש באורד ווי די נאכט, לויפט מערסטנס אויף אטוימעטיק אלארמס, ווערסט פארשעמט איבעראל.
אין די זעלבע צייט קוקסטו צו ווי אפאר וואלענע טלית-קטן'ס האבן געעפענט א נייע קאמפעני, אן קיינעם'ס שטיצע (?), מיטשעט זיך מיט געלט, עקוויפמענט בלויז אויף צו לעשן קליינע פייערס, און זיי באקומען איבער 10 קאלס א טאג דורכאויס די לעצטע וואך, אין די ערשטע אכט טעג פון חודש למס' איבער 75 קאלס.

יעצט, קומסטו אן צו א קאל, וואס אט די חברה זענען גערופן געווארן, זיי האבן ריספאנדעד אן קיינע לייטס און סיירינס, זייערע מעמבערס און טראק איז דארט געוועהן בליץ שנעל, אויסגעלאשן, אויסגעלופטערט, עוועקואירט, אין קורצן געראטעוועט א סטרוקטור און לעבנס, נאכדעם דיך גערופן פשוט נישט וועלנדיג נעמען די אחריות אז די וואנט ברענט נישט, און צו זיכער מאכן אז די סיען איז סעיף, כדי זיי זאלן נישט ווערן גע'מסר'ט נאכאמאל.

וואלסטו נישט ״בטעות״ גענומען איינע פון זייערע פענס?

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:14 pm
דורך שינאווער
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:00 pm
yatzmachpirkuni האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:37 pm *השבת אבידה*
שמעתי אז ס'איז היינט אויף בלאוועלד רד. פארלוירן געווארן א טייערע רויטע פען
פון מ"א אויב איינער האט עס געטראפן זאל ביטע אריין רופן די מעין נומבער
:roll:
ס'דא א ווידיא וויזוי ספארלירט זיך. ספינען וועט דאסמאל נישט העלפן
וואס זעהט מען?

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:18 pm
דורך מוזיק
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:00 pm
ס'דא א ווידיא וויזוי ספארלירט זיך. ספינען וועט דאסמאל נישט העלפן
ברענג אהער די ווידיא

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:26 pm
דורך yatzmachpirkuni
געפונען אבער פעלט נאך אויס קלאהרקייט מיט די סימנים
lost red fan.jpeg
lost red fan.jpeg (345.69 KiB) געזען געווארן 1679 מאל

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:17 pm
דורך חלום חלמתי
מוזיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:18 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:00 pm
ס'דא א ווידיא וויזוי ספארלירט זיך. ספינען וועט דאסמאל נישט העלפן
ברענג אהער די ווידיא
צום באפעל



Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:18 pm
דורך חלום חלמתי
בד"וו דעי אורח גייט אן א קאפל בשעתן גנב'נען

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:18 pm
דורך א מאנסי איד

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:25 pm
דורך הדסים
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:17 pm
מוזיק האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:18 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:00 pm
ס'דא א ווידיא וויזוי ספארלירט זיך. ספינען וועט דאסמאל נישט העלפן
ברענג אהער די ווידיא
צום באפעל
► Show Spoiler
אן אינטערעסאנטע געטרעפעכץ...

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:53 pm
דורך פלאם
מה לי לשקר? פארוואס זאל איך "נישט" זאגן ליגענט?


IMG-20250408-WA0271.jpg
IMG-20250408-WA0271.jpg (170.21 KiB) געזען געווארן 1536 מאל

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 7:19 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
פלאם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:53 pm מה לי לשקר? פארוואס זאל איך "נישט" זאגן ליגענט?



IMG-20250408-WA0271.jpg
אזוי איז עמטליך זייער שפראך? איך האב מורא אפשר איז דאס גאר אויך פון @מאנסי סקופ :roll:

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 7:26 pm
דורך nick name
האט שוין מצילי אש ציריק די פען?

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 7:39 pm
דורך Think and Thank
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:00 pm
yatzmachpirkuni האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:37 pm *השבת אבידה*
שמעתי אז ס'איז היינט אויף בלאוועלד רד. פארלוירן געווארן א טייערע רויטע פען
פון מ"א אויב איינער האט עס געטראפן זאל ביטע אריין רופן די מעין נומבער
:roll:
ס'דא א ווידיא וויזוי ספארלירט זיך. ספינען וועט דאסמאל נישט העלפן

זעהט אויס אז דו ביזט נישט גענוג א גרויסע מומחה אין די מלאכה פון ספינען...

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דינסטאג אפריל 08, 2025 9:44 pm
דורך חלום חלמתי
Think and Thank האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 7:39 pm
חלום חלמתי האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 5:00 pm
yatzmachpirkuni האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 4:37 pm *השבת אבידה*
שמעתי אז ס'איז היינט אויף בלאוועלד רד. פארלוירן געווארן א טייערע רויטע פען
פון מ"א אויב איינער האט עס געטראפן זאל ביטע אריין רופן די מעין נומבער
:roll:
ס'דא א ווידיא וויזוי ספארלירט זיך. ספינען וועט דאסמאל נישט העלפן

זעהט אויס אז דו ביזט נישט גענוג א גרויסע מומחה אין די מלאכה פון ספינען...
ניין. אזאנס האב איך שויניש געקענט באווייזן.

10+ פארן קאמישאנער. דער איז דאך א מומחה וואס יאיר וויינשטאק קען איינפאקן פאר, ווי ער ווארפט אריין אז די פען איז געליגן פארקערט?! דעיס איז גאלד! ווייל איך דארף יעצט גלייבן אז א מענטש אן טרענינג וואס איז שוין געווען אויף איין קאול איז אזא גרויסע שוטה... כ"ש טרענירטע אינגעלייט.
אבער א תמימותדיגע נער וועט דערציטערט ווערן פון אזא ספק מערדער וואס שטעלט אינטער א גאז באמבע.


אגב זיין פראפייל איז פון א שמואלי קעסט פאדקעסט, געדענק איך נישט אזא עפיזאד?

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:58 am
דורך כנראה
יאפס, מצילי אש האט עס שוין צוריק.


די ברויער קאמפאני האט נישט געזיכט נאך בושות, נאכדעם וואס די פאליציי איז איינגעמאלדן געווארן דערוועגן, און עס שיינערהייט צוריקגעברענגט.


לא תגנוב - מ'טאר נישט טרעפן.

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:42 pm
דורך פלאם
כנראה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:58 am יאפס, מצילי אש האט עס שוין צוריק.


די ברויער קאמפאני האט נישט געזיכט נאך בושות, נאכדעם וואס די פאליציי איז איינגעמאלדן געווארן דערוועגן, און עס שיינערהייט צוריקגעברענגט.


לא תגנוב - מ'טאר נישט טרעפן.
קען נישט זיין, ער האט דאך קלאר געשריבן אז ס'איז פארלוירן געווארן פון אן אנדערע קאמפאני אין די געגנט. די פאליס ליינט נישט זיינע פאוסטס?...

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:58 pm
דורך חלום חלמתי
פלאם האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 12:42 pm
כנראה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:58 am יאפס, מצילי אש האט עס שוין צוריק.


די ברויער קאמפאני האט נישט געזיכט נאך בושות, נאכדעם וואס די פאליציי איז איינגעמאלדן געווארן דערוועגן, און עס שיינערהייט צוריקגעברענגט.


לא תגנוב - מ'טאר נישט טרעפן.
קען נישט זיין, ער האט דאך קלאר געשריבן אז ס'איז פארלוירן געווארן פון אן אנדערע קאמפאני אין די געגנט. די פאליס ליינט נישט זיינע פאוסטס?...
:lol:

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 2:15 pm
דורך וואוילער
דערווייל האבן זיי עס נאכנישט צוריקגעגעבן, למעשה איז עס א ביליגע פרייז צו צאלן פאר אזא גוטע מארקעטינג.

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 6:50 pm
דורך Glass
פלאם האט געשריבן: דינסטאג אפריל 08, 2025 6:53 pm מה לי לשקר? פארוואס זאל איך "נישט" זאגן ליגענט?



IMG-20250408-WA0271.jpg
פון זיינע ווערטער זעט אויס אז ער איז זייער בייז אויף די נייע טראק פון מצלי אש

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:07 pm
דורך Yankel
כנראה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:58 am יאפס, מצילי אש האט עס שוין צוריק.


די ברויער קאמפאני האט נישט געזיכט נאך בושות, נאכדעם וואס די פאליציי איז איינגעמאלדן געווארן דערוועגן, און עס שיינערהייט צוריקגעברענגט.


לא תגנוב - מ'טאר נישט טרעפן.
זעהט אויס אז סאיז אויך געווען א פען אויף נמרוד׳ס קויט….. פארדעם איז עס רויט…. ווייל עשיו האט אלעס צוגעגנבט…..

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:18 pm
דורך שמח
Yankel האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 7:07 pm
כנראה האט געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2025 11:58 am יאפס, מצילי אש האט עס שוין צוריק.


די ברויער קאמפאני האט נישט געזיכט נאך בושות, נאכדעם וואס די פאליציי איז איינגעמאלדן געווארן דערוועגן, און עס שיינערהייט צוריקגעברענגט.


לא תגנוב - מ'טאר נישט טרעפן.
זעהט אויס אז סאיז אויך געווען א פען אויף נמרוד׳ס קויט….. פארדעם איז עס רויט…. ווייל עשיו האט אלעס צוגעגנבט…..
אזוי שרייט בלעמ'ס אייזל...

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 2:24 pm
דורך daikin
איינער האט אפשר די נומבער פון rsk ביטע שנעלל
מען דארף אהין שיקן אונזערע געטרייע קאמישענערס ווי שנעלער
1) לייגסט ארויס א עד 3000x50=$150,000 און די שרייבסט קרוב צו צוויי הונרעדט ???
2) איך בין געגאנגען קוקען וויפיל האט אפגעקאסט די פייער פאר די פייער דיפארטמענט ? נישט מער נישט ווייניגער $1,265,729 איך מיין דאס איז זייער א גוטע אינוועסטמינט !!
3) בין איך געגאנגען קוקען וויפיל האט דאס מיר אפגעקאסט איך האב א פשוטע קאנדוי און מונסי מיין טעקס עס איז 10 טויזענט א יאר ביידע טעקסעס צוזאמען מיר האט געקאסט די יאר $104.80 מער פון פאריאר
4) האב איך געשיקט מיין חלה מיט מיין קינד צו זיין מוסד צו שטיצן די מוסדאון ס׳האט מיר געקאסט גאנצע $21 וואס מיין מוסד ניצט פאר גוטע זאכן

איך מיין מענטשן וואס זיצן אויף געלט פונעם ציבור וואלטן געמעגט קענען אביסל בעיסיק financials

נ.ב. בנוגע די גאנצע מח׳ און פאליטיק נעם איך נישט קיין צד מער,
קיינער מיינט נישט דא די אמת!
אסאך אינשי דלא מעלי זענען דא פארמישט פון אלע צדדים.
יעדער באוויזט זיך מיט גרעסערע ליגענטס איינס מער פונעם צווייטן NUMBERS DONT LIE

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 2:31 pm
דורך פלאם
daikin האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 2:24 pm
קיינער מיינט נישט דא די אמת!
מיט די שורה בין איך מחולק מיט אייך, ס'איז דא לכל הפחות איינער וואס מיינט די אמת, [איך וועל אנעמען אז קיינער אויף דיין זייט מיינט נישט די אמת].

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 10, 2025 5:17 pm
דורך מצילי אש ד'ראקלענד