בלאט 107 פון 109
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:42 pm
דורך שבת קודש
פראבלאמאטיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 20, 2026 2:41 pm
מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום איבער א חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן נאך מיט צוויי יאר צוריק.
ווי עס ווערט באקאנט צווישן די חסידים איז דער רבי שליט"א עומד ומצוה און שטייט זייער דערויף אז אלעס זאל צוגיין אן א טראסק, און וויל עס גאר אריינגעבן שבת אדער א יו"ט, ווען מ'זעט זיך נאר משמח זיין אינעם היכל ביהמ"ד לכבודה של תורה, באופן הצנע לכת.
ווי עס קוקט אויס האט מען צום סוף יא אנגענומען די שיטת חתם סופר
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:54 pm
דורך איך
אגד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:30 pm
ווי אזוי פלאנט מען אריינלייגן די רבבות פון בארקלעיס צו אפילו דעם ציבור פון פאראיאר לג בעומר אין 152 ראדני סטריט?
איך האב געהערט זאגן אז מען גייט אי"ה היי יאר אויך ארויסדינגען א זאל מען האלט נאך אינמיטן זיכן א גרעסערע זאל
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:56 pm
דורך שטאטסמאן
הדסים האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 1:50 pm
שטאטסמאן האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 1:33 pm
כדאי היא מינוי דיינים
מעמד אסיפה כללית והתמנות דייני קהלתינו פאר חברי הבית דין צדק, בבית מדרשינו הגדול, וואו כ"ק מרן רבינו שליט"א האט אויפגענומען נאך צוויי חשובע דיינים ועמודי הוראה אלס חברי בית דין צדק, ה"ה הגאון הגדול רבי אריה ראזענפעלד שליט"א, דומ"ץ דקהלתינו בקרית יואל, און הגאון הגדול רבי לייבוש פריעדמאן שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו הגדול, וועלכע שטייען שוין לאנגע יארן לשרת בקודש פאר'ן ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר
IMG_4706.jpegIMG_4710.jpegIMG_4711.jpeg
ווער איז דער ערשטער רעדנער, ר' ארי'? און ווער איז דער לעצטער?
אגב, געהערט אמאל בשם א זון פון ר' ארי' אז זיין טאטע האט גארנישט וואס עס פעלט אויס צו זיין א דיין; ער קען נישט רעדן, נישט דאווענען פאר'ן עמוד, ניטאמאל בלאזן שופר, די איינציגע זאך וואס ער קען איז ש"ס ופוסקים און ד' חלקי...
נאר דאס פעלט אויס צו זיין א דיין
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:57 pm
דורך שטאטסמאן
צבי וחמיד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:35 pm
ר' משה האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 15, 2026 10:40 pm
True?
אזוי הייסט עס יעצט.
לפי ידועתי איז עס נאך בכלל נישט באשטעטיגט ס'איז א פלאן פון יעצט אבער נאך אסאך זאכן דארפן פאלן אין פלאץ אז ס'זאל זיין
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג אפריל 17, 2026 9:22 am
דורך אמען
סוד תורה כציצים ופרחים - בסוד תורה הבהיר:
ביי אן אסיפה די וואך בבית כ"ק מרן רבינו שליט"א איז באשטעטיגט געווארן אז די מעמדי סיום כתיבת האותיות און הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר שליט"א וועלן פארקומען דעם קומענדיגן ל"ג בעומר תשפ"ו הבעל"ט.
די עסקנים האבן איבערגעשמועסט מיט'ן רבין' אלע פלענער און אפציעס, אריינגערעכנט עס אפצורעכטן דעם קומענדיגן יו"ט שבועות, עוועטועל איז באשלאסן געווארן עס צו מאכן דעם ל"ג בעומר.
דער 'סיום כתיבת האותיות' וועט פארקומען במעמד קהל עם רב דעם קומענדיגן מאנטאג בה"ב אויפדערנאכט אין א גיגאנטישער זאל נעבן וויליאסמבורג, אינאיינעם מיט'ן ל"ג בעומר טיש וואס איש שוין פאראיאר אפגעראכטן געווארן אויף א מאסיוון פארנעם במעמד אלפי אנ"ש.
דער מעמד הכנסת ספר תורה זעלבט וועט פארקומען דינסטאג יום ל"ג בעומר בייטאג.
לויט די יעצטיגע פלענער ערווארט מען דער השתתפות פון די תלמידי הת"ת פון די סאטמארער ת"ת פון איבער ניו יארק און ניו דזשערזי ביים מעמד הס"ת.
די גענויע פלענער פאר'ן הכנסת ספר תורה און אלגעמיינע דעטאלן ווערן אין די יעצטיגע טעג אויסגעארבעט.
דער טאג "ל"ג בעומר תשפ"ו", וועט זיין אן היסטארישער טאג פאר סאטמארער חסידים בשמחה וחדוה עילאה.
שישו ושמחו בשמחת התורה - שישו ושמחו בשמחת רבינו!!!
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג אפריל 17, 2026 9:23 am
דורך אמען
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג אפריל 17, 2026 10:39 am
דורך קרישקע
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:42 pm
פראבלאמאטיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 20, 2026 2:41 pm
מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום איבער א חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן נאך מיט צוויי יאר צוריק.
ווי עס ווערט באקאנט צווישן די חסידים איז דער רבי שליט"א עומד ומצוה און שטייט זייער דערויף אז אלעס זאל צוגיין אן א טראסק, און וויל עס גאר אריינגעבן שבת אדער א יו"ט, ווען מ'זעט זיך נאר משמח זיין אינעם היכל ביהמ"ד לכבודה של תורה, באופן הצנע לכת.
ווי עס קוקט אויס האט מען צום סוף יא אנגענומען די שיטת חתם סופר
ווער האט אנגענומען? בחצרות וועבסייט?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג אפריל 17, 2026 11:10 am
דורך תינוק הבורח
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 16, 2026 12:42 pm
פראבלאמאטיש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 20, 2026 2:41 pm
מיט איבערראשנדע עקסטאז ווערט אויפגענומען ביי תלמידי וחסידי סאטמאר אומעטום איבער א חגיגת "הכנסת ספר תורה" וואס דער רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פלאנט אפצורעכטן אויף די אייגענע פריוואטע ספר תורה וואס ער האט געלאזט שרייבן נאך מיט צוויי יאר צוריק.
ווי עס ווערט באקאנט צווישן די חסידים איז דער רבי שליט"א עומד ומצוה און שטייט זייער דערויף אז אלעס זאל צוגיין אן א טראסק, און וויל עס גאר אריינגעבן שבת אדער א יו"ט, ווען מ'זעט זיך נאר משמח זיין אינעם היכל ביהמ"ד לכבודה של תורה, באופן הצנע לכת.
ווי עס קוקט אויס האט מען צום סוף יא אנגענומען די שיטת חתם סופר
viewtopic.php?p=236908#p236908
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: פרייטאג אפריל 17, 2026 6:40 pm
דורך קרישקע
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 9:32 am
דורך משה זיכמעך
נישט געווען דאהי כ''ו ניסן. סתם נייגעריג צו זעהן עפעס בילדער פונעם עולם ביים סעודת הילולא. יישר כח
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: זונטאג אפריל 19, 2026 9:32 am
דורך משה זיכמעך
משה זיכמעך האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 19, 2026 9:32 am
נישט געווען דאהי כ''ו ניסן. סתם נייגעריג צו זעהן עפעס בילדער פונעם עולם ביים סעודת הילולא. יישר כח
כ'הער עס איז געווען א ווארעמע סוקסעס.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:57 am
דורך זלמעלע
.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 9:44 am
דורך קרישקע
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 4:57 am
שטאטסמאן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 07, 2026 11:22 am
'התמנות חברי הבד''ץ'
ס'פליט ארום שמועות אז זיי גייען דן זיין איבער די (אמאליגע) ברענענדיגע נושא פון "מקווה ריין".
האסט פארגעסן צו לייגן פייערליך....
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:39 am
דורך זלמעלע
.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 10:23 pm
דורך masmid
חאצקיל האט געשריבן: ↑זונטאג אפריל 12, 2026 10:01 am
כ׳הער פאזעטיווע נייעס מיטן בוטשער ב״ה.
פרטים יבואו
עני אפדעיט?
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 10:48 am
דורך איך

- IMG-20260422-WA0030.jpg (244.19 KiB) געזען געווארן 1121 מאל
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 12:02 pm
דורך אמען
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 12:15 pm
דורך קרישקע
איך האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 22, 2026 10:48 am
IMG-20260422-WA0030.jpg
ב' אמור??
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 2:10 pm
דורך באבאטשקא
איינער קען ביטע ברענגען די ריקארדינג פון התמנות הבדי"ץ
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 3:48 pm
דורך אמען
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: מיטוואך אפריל 22, 2026 4:01 pm
דורך עומד על תלת
א דאנק פארן ברענגן עס איז גראדע דא א טועמי‘ אשכול
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 23, 2026 3:11 pm
דורך משה זיכמעך
איך שטיי און טראכט
מען שטייט יעצט און אביסל נישט אזא לייכטע מצב מיטן קאסע
אין קרית יואל זיכט מען יעדן איבריגן דאללער פארן נייעם ביהמ''ד 5 צוגאב וואס מ'רישט זיך אויף א בוני המלוכה נסיעה וואס שלעפט אליין אריין אין שווערע גרויסע געלטער,
קומט יעצט אויך צי ביהמ''ד בית יקתיא-ל וואס מיטן גאנצן מצב האלט מען א מיליאן דאללער הבטחות צום געפאדערטן 10 מיליאן דאללער מינימאם,
אין ווילאמסבורג ארבעט מען אויף כל מיני אופנים ותחבולות צו שאפן נאך א פיאסטער פארן גרויסן ביהמ''ד,
פון ווי פינקטליך נעמט זיך די קעש פלייץ צום הכנסות ספר תורה?
ווען די רבי האט געזאגט זיין מיינונג איבער א באשיידענע הכנס''ת האב איך עס בשעתו אנגעקוקט זייער קלוג און ריכטיג.
עס וואלט געווען פאר אנדער גרויסע קהילות א שיינע לימוד. קלאר
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 23, 2026 3:46 pm
דורך קרישקע
משה זיכמעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אפריל 23, 2026 3:11 pm
ווען די רבי האט געזאגט זיין מיינונג איבער א באשיידענע הכנס''ת האב איך עס בשעתו אנגעקוקט זייער קלוג און ריכטיג.
ווי אין ווען האט די רבי עס געזאגט, ביטע ברענג אהער די ריקארדינג.
ישר כח
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 23, 2026 4:05 pm
דורך משה זיכמעך
די לייגסט מיר יעצט אין טראבל.. אחד מחסידי מהר''א האט מיר געבעטן די ריקארדינג ווי די ברך משה איז משבח פארן שבט הלוי דעם אייניקל אב''ד ור''מ שליט''א
און בנוגע אינזער ענין. איך האב אזוי פארשטאנען פון מערכת סאטמאר. מעגליך אז דער מעלדער האט נישט געזאגט ריכטיג.
Re: סאטמאר (מהרי"י): נייעסן און שמועסן בתוככי הקהלה
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 23, 2026 4:42 pm
דורך קרישקע
סאיז מיר זייער מאדנע, א חודש צוריק האסטו ניטאמאל געוויסט אז מען שרייבט א ספר תורה און דא ווייסט מען שוין פונקטליך אז ער האט געזאגט יא מאכן און דער האט געשפרינגן וועגן בגדי שבת....