א געזעצליך ערלויבטע תאוה:
צוריסענע קושקעס!
פארוואס טו איך דאס נישט?
די זינלאע פרענקפוטער פארמעסטן, און איר באדייט

- Patrick_Bertoletti_eating_hot_dogs.jpg (199.22 KiB) געזען געווארן 426 מאל
אכט און פופציג בורגערס, פרענקפוטער סענדוויטשעס, האט א גוי פון שיקאגאו, פעטראק בערטאלעטי, אויפגעגעסן אין 10 מינוט, ביים יערליכער נאציאנאלער "האט דאג עסן פארמעסט" פון היי יאר 2024 למספרם.
יא, אזוי ווי איר הערט. 29 גויים האבן זיך היי יאר פארמאסטן, ווער עס קען אויפעסן מער פרענקפוטער-סענדוויטשעס אין 10 מינוט. 40,000 מענטשן האבן דאס מיטגעהאלטן. און ווי גליקליך איז בערטאלעטי ארויס ביים געווינען דעם פארמעסט.
איר זאגט "נעבעך".... וואס?
אבער, דאס קומט פאר יאר יערליך. די גוי'אישע CBS נייעס סטאנציע האט געווארנט פאראויס אין נאמען פון דאקטוירים אז אנטיילנעמען אין אזא פארמעסט קען ברענגען די פאלגנדע: נאוזשיע איבלענישן; ווייטאגליכע געז פעין; הארטבורנס און דייעריע. אין געוויסע פעלער – זאגן זיי – קען עס פירן צו זיך דערשטיקן; בויך אינפלאמעישן; און פאטענציאל קען עס קומען צו... צוריסענע קושקע.
איר טראכט אודאי "איז דער מענטש נישט ביים זינען?!" וואס האט ער דערפון? וואס טרייבט אים, און וויאזוי איז ער נאך זאגאר פרייליך דערמיט? מיט וואס שטאלצירט ער דא גענוי? יא דער וועלט איז טאקע אן עולם של הבל, אבער דאך... עפעס מאכט נישט קיין סענס.
דער ענטפער איז אבער זייער פשוט. א פארמעסט איז תאות נצחון. נצחון איז דער גרעסטער תאוה, זאגט דער הייליגער מסילת ישרים.
אין אידיש גערעדט, די בעסטע געפיל וואס א מענטש קען האבן איז נצחון. אלעס ארום א מענטש איז די גיסטע, די געפיל, און אז ער קען באקומען א גוטן געפיל, איז דאס זיין גאנצע וועלט.
דאס, און בלויז דאס, ליגט אונטער אזא - לכאורה זינלאזע - פארמעסט. ער צורייסט די קושקע פאר א גוטע געפיל.
שטעלט זיך די שאלה: און וואו זענען מיר?... א איד ווערט נישט געזען דארט. פארוואס? אפשר איז פארהאן א איד מיט ברייטע קושקעס וואס קען אזאנס באווייזן, און דער גוטער געפיל וועט אים באגלייטן?... פארוואס טאקע נישט?...
איר וואלט אונז דערלאנגט א קנס פאר'ן פרעגן אזאנס אפילו... אבער די שאלה פרעגן מיר כדי צוצוקומען צו די תשובה: ווייל א איד לעבט מיט "תכלית".
א גוטע געפיל איז טאקע א שטארקע זאך, אבער: תכלית! וואס ברענגט דאס? עס ברענגט גארנישט? דאן איז דאס נישט פאר אונז.
די בריאה האט 4 סארט נבראים. דומם, צומח, חי, און מדַבר. מיר אבער, מיר זענען איינס העכער ווי א מדבר, "ישראל". א מדַבר איז נישט אזויפיל מער ווי א בהמה, א איד איז אבער יא. ווייל א איד לעבט מיט א תכלית, און בלויז פאר א גוטע געפיל גייט ער נישט פארשווענדן זיינע קושקעס. ער קוקט דאס אן וואנזיניג און בהמה'יש. פרעסן פרעקפוטערס פאר א גוטע געפיל? איך בין עפעס נשתגע געווארן?!... אויב איז עס מיט א תכלית, עס ברענגט עפעס, וועט א איד זיין דערביי. אבער אז נישט, לאזט ער איבער דעם געפיל פאר אנדערע בריאים...
דאס איז נישט קיין משל, נאר א לעבעדיגע זאך וואס קומט באמת פאָר, יערליך ווי געזאגט.
עס איז אבער דא נאך איין אזא פאסירונג, אויך יערליך. דארט נעמען אידן יא אנטייל, אבער טאקע אינגאנצן אנדערש ווי - להבדיל - גויים. און דאס איז: די יערליכע נאוועמבער וואלן.
אין אלגעמיין אן אמעריקאנער, שטימט לויט זיין פארטיי, אדער לויט וועלכע קאנדידאט עס זינגט יעצט א ניגון וואס גייט דעליווערן א קלינגענדיגע מעסעדזש פאר אן אגענדע וואס דער אינדיווידועל קוקט ארויס דערויף. אויב געווינט יענער קאנדידאט, איז דאך אודאי גוט. און אז נישט, האט ער אבער כאטש דעם גוטן געפיל, ער האט געלאזט הערן זיין מיינונג! דאס איז זיין אמעריקאנע רעכט, און ער האט עס אויסגענוצט. "וואס האסטו דערפון" איז קיין קושיא נישט. ער האט שוין איינמאל! ער האט דעם גוטן געפיל פון האבן הילכיג אויסגעגעבן זיין שטימע.
קאנדידאט דזשאני איז 'קעגן' גאן קאנטראל; קאנדידאט אמיגאו איז 'פאר' גאן קאנטראל. אז איך האב געשטימט פאר אמיגאו האב איך געלאזט הערן מיין שטימע! דאס איז מיין רעכט! קיינער וועט מיר נישט זאגן פאר וועמען צו שטימען, און איך וועל דעמאנסטרירן אז 'איך בין פאר גאן קאנטראל'.
דער דעמאנסטרירונג אליינס איז א גוטע געפיל. ווער רעדט נאך אויב קען ער אנדרייען זיינע גוטע פריינט, אדער גאר ווערן אן אקטיוויסט אין זיין שטעטל אדער דערפל, און ארויסברענגען נאך שטימען פאר אמיגאו קעגן דזשאני, איז דער געפיל עפעס גאר שטארק. ראשו ורובו וועט ער אריינלייגן, טאג און נאכט וועט ער רעדן דערפון, ער וועט אפילו פארגעסן צו שפייזן זיין שטוב – אויב ער האט, ער וועט אריינגיסן דאס געלט און דאס לעבן אין דעם מבצע, צו דעמאנסטרירן זיין פאליטישע מיינונג.
צו ער טוט עפעס אויף למעשה? מוז נישט זיין אז ער האט א שאנס אפילו. עס ווענדט זיך אודאי אין די פאקטארן ארום,
וואו וואוינט ער; וואס איז די אמט פון דעם אמיגאו; וואס גייט אמיגאו יא אדער נישט קענען דעליווערן; וועלכע פארטיי גייען זיין זיינע מערהייט קאלעגעס; איז אמיגאו יא אדער נישט באגלייבט; אא"וו. אבער דאס שפילט א קליינע ראלע ביים דעם גוי. ער איז דא צו דעליווערן זיין רעכטע/לינקע/מיטלסטע מעסעדזש. און ער האט עס דעליווערט, ער איז גליקליך ווי פעטראק בארטאלעטי...
ווי אנדערש איז א איד, וואס קוקט אויף תכלית.
מיר האבן גרויסע אגענדעס ווען עס קומט צו די וואלן. נישט נאר מיר זעלבסט, נישט נאר אונזערע גשמיות'דיגע געברויכן, נישט נאר אונזערע דירות, נישט נאר אונזערע פדיון שבויים, נישט נאר אונזערע נידריגע שטייערן, נישט נאר אונזער וואסער, נאר עס איז שוין היינט אונזערע רוחניות'דיגע מנהיגים, כ"ק מרן רבינו שליט"א אליינס איז עוסק אין השתדלות, פאר אונזער רוחניות'דיגע עקזיסטענץ וואס איז אונטער אן אטאקע, און די וואלן דינען דעם צוועק דאס צו באקעמפן, האפנטליך בעז"ה.
זאלן מיר ווען זוכן בלויז אונזער גוטע געפיל, וואלטן מיר געהאט פארשידענע גוטע חשבונות. "יעדער האט זיין שטום רעכט, איך קען וועלן פאר וועמען איך וויל". פעטראק האט רעכט צו צורייסן די קושקע, און איך האב רעכט צו שטימען אליינס... איך פארשטיי און איך שפיר ווער עס איז רעכטער/לינקער, ווער עס איז א גוטער/שלעכטער, און איך האב די רעכט צו דעמאנסטרירן אז אונז זעמיר נישט קיין שעפעלעך... און די רעכט איז טאקע דא! די פולסטע רעכט, און די בעסטע געפיל.
אבער אז א איד קוקט אויפ'ן תכלית, זעט ער נאר איין זאך: שיקן א מעסעדזש צו רעכטס/לינקס וכדומה, דעמאנסטרירן א שיטה, אויסשרייען א ווייגעשריי, איז גאר גאר א גוטע געפיל און גאר א שטארקע רעכט, אבער עכט עכט עכט, ווייזט דער מציאות אז טאקע נאר דוקא אונזער "פאראייניגטע בלאק וואוט" באווייזט די וואנדערליכסטע.
וואונדער איז נישט דאס ווארט. טראץ וואס עשיו שונא ליעקב, טראץ וואס ליידער גאר אסאך באאמטע זענען גרייט צו גיין קעגן אונז, דאך, באקומען מיר די זעלבע און צומאל נאך פיל מער ווי אונזערע שכנים! עס איז נגד השכל וויאזוי און פארוואס, אבער דער שכל דערפון איז: "בלאק וואוט".
וויאזוי האבן אונזערע פארטרעטער אין אלבאני ארלעדיגט אז די גרעסטע טייל פון די 125 מיליאן פאר א וואסער פייפליין זאלן מיר נישט דארפן צאלן פון טאש, אדער דארפן שטיין אן קיין דירות און אן קיין וואסער? "בלאק וואוט".
וויאזוי באקומט יעצט קרית יואל שווערע מיליאנען פאר ראוד און טרעפיק אינפראסרוקטור, אנשטאט מיר זאלן עס אלע צאלן אין שטייערן? "בלאק וואוט".
וויאזוי האבן אונזערע אלבאני באאמטע, סענאטאר סקופיס און אסעמבלימאן עיקוס, געקעמפט ווי לייבן צו דערגרייכן א הצלה פאר'ן חינוך אויפ'ן פארלאנג פון רבי'ן, אפן און קעמפעריש, און זיי ארבעטן ווייטער אקטיוו דערויף? עס איז דאך נגד השכל!!! אבער: "בלאק וואוט".
וויאזוי האבן מיר דורכגעבראכן אפראוועלס פאר די נייע הונדערטער דירות פון שכונת ויואל משה; שכונת דברי יואל און שכונת ברך משה, אנשטאט וואס די פראיעקטן זאלן בלייבן שטעקן אזוי ווי פילע ארומיגע, און ח"ו צאלן א טייערן פרייז צוליב א דירות מאנגל ח"ו? פארוואס אין די וועלט זאלן זיי דאס אונז שענקען בזמן וואס אפיציעל זענען זיי נישט צופרידן פון אונזער וואוקס? "בלאק וואוט".
און אזוי קען מען גיין ווייטער, יעדע איינע פון די דערגרייכונגען זענען נישט בלויז עפעס עניני הכלל וואס דער יחיד שפירט נישט, נאר עס בענעפעטירט פאקטיש טעגליך יעדן יחיד פערזענליך, און עס לאזט זיך באמת נישט טראכטן וויאזוי יעדער יחיד וואלט איבערגעלעבט זיינע הויכע בילס ווען מיר זאלן נישט באקומען די אלע הילף, נאר צאלן טייערע ווילעדזש שטייערן; הימל-שרייענדע דירות פרייזן; טייערע וואסער בילס; טויזנטערס שכר לימוד פער קינד; אא"וו.
דאס אלעס איז "תכלית". נישט בלויז וואס מען שטעלט זיך פאר, נאר א תכלית וואס מען זעט בחוש. עין בעין. קיין שום בר דעת וועט זיך נישט מתוכח זיין דערויף. און דאס שטייט ביי אונז אלע העכער ווי יעדע גוטע געפיל פון "אויסנוצן מיינע רעכטן"... צורייסן די קושקע איז א לעגאלע רעכט, לייגן א שטימע אין מיסט איז אויך א לעגאלע רעכט. אבער אידן טוען דאס נישט.
לעגאלע רעכטן; גוטע געפילן; אבער אידן קוקן אויפ'ן תכלית.
אפגערעדט אין אונזער היינטיגער צושטאנד ביי די לאקאלע פארמעסטן, וואס צוליב די רי-דיסטריקטינג איז "ניו יארק" אין די לעצטע עטליכע יאר געווארן א דעמאקראטיש-קאנטראלירטע סטעיט, אזוי אז יעדע שטימע וואס גייט פאר א צווייטע פארטיי אן קיין חשבון, איז באמת א שטימע 'אין מיסט' אפילו בזמן וואס יענער וואלט געקענט געווינען. א רעפובליקאנער קאנדידאט וואס געווינט אין יארק, צום סענאט אדער צום אסעמבלי, איז ליידער כהיום א ליימענע קאטשקע. קרית יואל האט יארן לאנג געהאט גאר גוטע באציאונגען מיט די לאקאלע רעפובליקאנער, ספעציעל מיט אונזער געוועזענער סענאטאר לארקין. אבער איינמאל די מאפע האט זיך געטוישט, קענען זיי אונז ליידער כמעט גארנישט ברענגען, אפילו ווען זיי געווינען.
אודאי ווען קרית יואל זעט אז איינער מאכט בלויז צרות, וועט מען ענדערשט אינדארסירן זיין קעגנער אפילו אויב יענער קען גארנישט ברענגען, ווייל כאטש וועט מען פטור ווערן פון די צרות. אז נישט בענעפיטן, כאטש ווייניגער צרות. אבער ווען מען קען בעז"ה באווייזן אז יענער זאל דינען אונזערע אינטערעסן און ברענגען דאס וואס דער ציבור דארף און קען באקומען, איז דאס די בעסטע אפציע, נישט בלויז לויט דעת תורה, נאר לויט שכל.
כל שכן וכל שכן אין אונזער מצב, ווען עס האט שוין פאסירט דאס אומגלויבליכע, אז אונזער "פאראייניגטע בלאק וואוט" האט ב"ה באוויזן אז די גרעסטע קעגנער פון קרית יואל זענען זאגאר געווארן די וואס פייטן פאר אונז, זיי שלאגן זיך ממש פאר אונזערע געברויכן ברוחניות ובגשמיות קעגן אלע שונאי הדת אין אלבאני, אלעס אדאנק דעם פאראייניגטן שטימע פונעם ציבור, איז אודאי יעדנס החלטה קלאר און קריסטאל זיכער: איך שטום צו בויען דעם כח! איך שטום צו שענקען רעזולטאטן, אין שטום מיט בכרת הטוב, איך שטום פאר "תכלית"! נישט פאר קיין דמיונות און פאר אומ-אידישע גוטע געפילן.
איך צורייס נישט מיינע קושקע.... און איך צורייס נישט מיין שטום צעטל.
איך זיץ נישט אינדערהיים, מיין שטימע זאל נישט פארלוירן ווערן. איך שטום נישט אנדערש ווי דעם פאראייניגטער בלאק וואוט, מיין שטימע זאל נישט פארלוירן ווערן.
און בזכות פון ארויסגיין שטימען, וועל איך אי"ה זיין א טייל אין אלע מצוות ומעשים טובים וואס קומען בעז"ה ארויס דערפון. אשרינו מה טוב חלקינו, שלא שם חלקינו וכו'.
וואויל איז אונז הייליגע אידן, וואויל איז אונזער זכות.