דירות אין קרית יואל

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:58 pm אויב איינער קען מסביר זיין
נעכטן האט סאטמאר רבי געזאגט אז די דירות אין גלילות גייט זיין 250 א סקווער פיס ווייל די לאט קאסט ביליג
אויב אזוי פארוואס קען מען נישט אראפברענגען די פרייז פון לאטס אין קרית יואל אליינס
סא קודם א טרוקענער ענטפער.

דער פאקט איז אז דער וואס האט יעצט א לאט אין קרית יואל האט געצאלט דערפאר אסאך, און דער וואס האט אין וואדבורי האט געצאלט ביליג.

יעצט לאמיר גיין ליינען די רעפלייס ווייטער...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6222
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14096

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

עקסטער האט דער רבי געצילט אינוועסטארס פונדרויסן וואס קוקן ווי דא וואקסט א שטאט און זיי לויפן כאפן מציאות, מ'קויפט שטחים רינגס און ארום, מיט'ן חשבון אז איין טאג וועלן זיי דא בויען פיתום ורעמסס און בעטן הויכע פרייזן ווייל ס'דא א דימענד, וואס מיינט מולטי רווחים.

האט דער רבי זיי געזאגט, עס זאל ענק זיין קלאר אז דא גייט די מארקעט ווערן באגלייט אי"ה, און אויב קויפט מען שטחים פאר פעניס, וועט עס מוזן פארקויפט ווערן פאר ביליג. מ'קען דא מאכן רווחים, אבער נישט כאפן מציאות אויפ'ן חשבון פונעם עולם. ווער עס זוכט די מציאות מוז עס טון ערגעץ אנדערש.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6222
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14096

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ועד הדירות אימעיל:

אשר יוציאם ואשר יביאם ולא תהיה עדת ה' כצאן אשר אין להם רעה:
כ"ק מרן רבינו שליט"א ביים דינער השנתי, שטעלט אוועק דעם מאקסימום מארקעט פרייז פאר דירות אין "קרית יואל המורחבת"

'צענטער פרייז' שוין א פאקט! לעצטע וואך אנגעהויבן סיינען קאנטראקטס פאר $300 א סקווער פיס

'מורחבת פרייז' ווערט אוועקגעשטעלט דורכ'ן יושר'דיגער קונים מארקעט, $250 א סקווער פיס!

פרייז אין קרית יואל ווילעדזש:
דער רבי האט מכריז געווען אז עס פארקויפן זיך שוין היינט די דירות פון $300 א סקווער פיס ב"ה, מען האט לעצטע וואך שוין אנגעהויבן פאקטיש שרייבן קאנטראקטס אין שכונת ויואל משה
רבי ערקלערט: ווער עס צאלט מער דערלייגט געלט, ער וועט עס נישט קענען פארקויפן פאר אזויפיל, דער מארקעט פרייז איז געטוישט, און מען בלייבט שטיין על המשמר!

מורחבת פרייז $250:
אין אלע שטחים ארום קרית יואל ווי סאוט בלומינגראוו אא"וו, האט מען געקויפט ריזיגע שטחים פאר אזוי ביליג ווי אונטער $5-10 פער סקווער פיס, דעריבער וועט דער דירה פרייז זיין מיט $50 ביליגער! $250 א ס"פ

מעסעדזש פאר אינוועסטירער:
דער רבי איז מכריז אז אינוועסטירער פון דער פרעמד וועלכע קלערן אז דא קען מען קומען פארדינען גרויס געלט, זאלן וויסן אז זיי דארפן זוכן אנדערע מקומות, ווייל דא וועט מען האלטן אן אויג אויך בעתיד און נישט לאזן ארויפציען די פרייזן

אנעקסעישן:
קרית יואל ווילעדזש ארבעט אויף אנעקסעישן סיי פון וואודבורי, און סיי שפעטער פון מאנרא ביי סעווען ספרינגס, און מיט קרית יואל'ס הארעוואניע פאר אינפראסטרוקטור איז בדרך הטבע דא א פאטענציאל פון אלפים דירות פאר אונז און אונזערע קינדער, בס"ד

שטייענדיג געציילטע חדשים נאכדעם וואס מרן רבינו שליט"א האט אוועקגעשטעלט א פרייז פון $300 א סקווער פיס פאר אלע נייע פראיעקטן וועלכע האלטן ביים ארויסנעמען פערמיטן אין ווילעדזש אף קרית יואל, האט דער רבי שליט"א אויסגערופן דעם מושצ"ק ביים דינער פאר די מוסדות הק', אז דער געשעעניש איז שוין ב"ה א פאקט! ווען "שכונת ויואל משה" האט לעצטע וואך אנגעהויבן פאקטיש שרייבן קאנטראקטס מיט אירע פאטענציאלע קונים וועלכע רעזערווירן דירות אין די שכונה, אין פראיעקט #3 און אין פראיעקט #4, א סך הכל פון 1,000 דירות פאר דעם ביליגן פרייז בס"ד!

רעדנדיג איבער די וואוקס פונעם הייליגן שטאט, און זאגנדיג אז די מוסדות הק' אין קרית יואל זענען אויסגעוואקסן זאגאר צו זיין "די גרעסטע מוסדות איבער די וועלט" נישט בלויז באיכות מיט די תוכן הלימודים נאר אויך בכמות מיט'ן מספר פון נישט ווייניגער ווי 12,500 תשב"ר בלי עין הרע, איז דער רבי געגאנגען ווייטער מיט די נושא פון דירות פרייזן אויף וואס מען האט שוין ב"ה באוויזן א רעוואלוציע שאין כדוגמתו, כן יעזור ה' להלאה, צו קענען נאכקומען די וואוקס פון די שטאט און צושטעלן פאר'ן ציבור גענוג דירות פאר נארמאלע אפארדעבל פרייזן.

רבינו שליט"א האט ארומגערעדט איבער די שווערע ארבעט וואס איז געווארן אריינגעלייגט און איבער די פארשריט וואס מען זעט ב"ה, באדאנקענדיג די חשוב'ע בעלי בתים אינעם ועד הדירות, וועלכע גיבן אוועק אזויפיל כוחות צו באגלייטן דעם אונטערנעמונג, און דער רבי האט קלארגעמאכט אז אויך ער זעלבסט איז ווייטער א חלק דערפון, און וועט ווייטער פארזיכערן אז יעדער אן אויסנאם זאל זיך בע"ה צושטעלן דערצו, לטובת אנשי שלומינו תושבי קרית יואל.

אין די צייט וואס קרית יואל שטייט ב"ה ארויס פון אלע אנדערע אפסטעיט מניציפאליטעטן צו אהערשטעלן אויסנאמליכע פראיעקטן וואס ערמעגליכן דאס בויען טויזנטער דירות, ווען מען שניידט היינט פירות פון די יארן לאנגע טעג און נעכט הארעוואניע פאר סוער און וואסער, און מען ארבעט ווייטער העפטיג אויף פאראויס צו קענען ווייטער באווייזן דאס אומגלויבליכע, ברוב סיעתא דשמיא ובזכותו של אותו זקן מייסד העיר זי"ע, איז ב"ה דא די מעגליכקייט צו האלטן די מארקעט רואיג, ווי דער רבי האט פראקלאמירט אז יעדער זאל וויסן אז דער דרך הטבע איז מיט אונז, בסיעתא דשמיא וועט זיין דירות פאר זיך, פאר די קינדער וואס מען מאכט חתונה, און מען דארף נישט פאניקן און כאפן טייערע דיעלס.

$300 די וואך געווארן א פאקט!
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז טראץ וואס עס איז שוין פארלאפן עטליכע חדשים פונעם אנהויב פון די רעוואלוציע, האט מען אבער געמוזט געבן צייט פאר די דעוועלאפער צו איבערמאכן זייערע פלאר פלענס צו בויען אויף אן אופן וואס עס זאל אוועקפאלן ווייניגער בילדעבל סקווער פיס אא"וו, אזוי אז דער ביליגער פרייז זאל טאקע קענען אויסגעפירט ווערן און עס זאל נאך בלייבן גענוג ריוח פאר'ן דעוועלאפער אויך.

אצינד אבער, האט דער רבי מבשר געווען, האט מען שוין אנגעהויבן די פאקטישע קאנטראקטס, און מערערע אידן האבן שוין ב"ה זוכה געווען דערצו, און עס וועט אזו יגיין ווייטער און ווייטער בעז"ה.

די רעדע איז פון די 1,000 דירות פון "אפסקעיל דעוועלאפערס" אין שכונת ויואל משה, וואס דער הויפט דעוועלאפער און נדיב הרה"ח ר' עקיבא צבי קליין הי"ו האט איבעראשט דעם ציבור לעצטן כ"ו אב מיט די מעלדונג אז טראץ דאס פארציכטן אויף די פארדינסטן ביים ערשטן האלב פון די שכונה מיט'ן אנהאלטן די בעפאר-קאוויד פרייזן און קלאוזן די דירות פאר אונטער די קאסט פרייז זיך האלטנדיג צום קאנטראקט פון ארום $200 א ס"פ, וועט יעצט די צווייטע טייל פונעם שכונה ווידער זיין א נדבה פאר'ן ציבור צו מינימיזירן די רווחים און אלעס וועט פארקויפט ווערן פאר בלויז $300 א ס"פ.

יענער מעלדונג האט צעמענטירט דעם מארקעט. עס איז 1,000 דירות וואס בויען זיך שוין בקרוב ממש; עס איז א דעוועלאפער וואס האלט ווארט; דאס האט געשאקלט די שטאט און געטוישט די מארקעט אויף אייביג. די פרייז פון $300 איז געווארן א פאקט. ברוב סיעתא דשמיא.

אצינד, לעצטע וואך, האט דער דעוועלאפער ערהאלטן די נייע פלאר-פלענס פונעם ארכיטעקט, און תיכף ומיד האט מען אנגעהויבן צוריקרופן די וועלכע האבן זיך געמאלדן, און די ערשטע עטליכע אידן האבן שוין געמאכט זייער הסכם צו זיין דער פאטענציאלער קונה פאר דעם אפארדעבל פרייז, טראץ אלע געוואלדיגע באנוסעס און באקוועמליכקייטן וואס דער דעוועלאפער און די שכונה שטעלט פאר!

דערמיט קען מען שוין זאגן ווי דער רבי האט דערקלערט, אז דער פרייז איז שוין א פאקט. דעריבער, ווער עס צאלט יעצט מער דערלייגט פשוט זיין געלט. ער וועט נישט קענען פארקויפן זיין דירה ווייטער פאר דעם פרייז וואס ער קויפט עס, ער צאלט מער ווי די פשוט'ע ווערד אינעם יעצטיגן מציאות.

עס זענען דא נאך דעוועלאפמענטס וועלכע האבן זיך שוין צוגעשטעלט, אבער נישט אלע זענען שוין גרייט, און נישט אלע האבן גענוג דירות אוועילעבל, אבער מיט די אנהויב פון פאקטיש שרייבן קאנטראקטס אויף א "1,000 דירות מארקעט" אין א דעוועלאפמענט וואס שטעלט ב"ה צו די שענסטע און בעסטע, איז דער רעוואלוציע ב"ה א געשעענע פאקט! תלי"ת.

די פלענער און ארבעט פון די הנהלת הקרי'
דער רבי האט באזונדער ערווענט דעם גרויסן עתיד וואס קרית יואל שטעלט אי"ה פאר לטובת חסידי סאטמאר ותושבי העיר, ווען מען שטייט אצינד העפטיג אינמיטן די ארבעט צוצוגרייטן אן אנעקסירונג צום קרית יואל ווילעדזש, צו קענען בויען נאך טויזנטער דירות אויפ'ן קרית יואל'ער שטייגער מיט קרית יואל'ס אינפראסטרוקטור מעגליכקייטן בס"ד.

צוערשט גרייט מען זיך צו ארבעטן אויף אן אנעקסעישן פון די וואודבורי זייט, און דאן ביז אפאר יאר ווערט אפן די אפציע צו אנעקסירן אויך פון מאנרא, די סעווען ספרינגס זייט.

ווי פארשטענדליך איז אזא אנעקסירונג אנגעוויזן אין ווייטערדיגע וואסער און סוער, צו קענען אדורכגיין די שטודיעס און אויפווייזן די מעגליכקייטן צו בויען אינעם עתיד, און אויך טאקע צו קענען פאקטיש צושטעלן טויזנטער דירות וואס ווערט נאר ערמעגליכט דורך ארבעטן פון פאראויס אויף גענויע פלענער וויאזוי צו קענען ערהאלטן די נויטיגע קאונטי און סטעיט פערמיטן און פארמאכן די נויטיגע אינפראסטרוקטור, וואס דאס איז אייגנטליך די יעצטיגע פאזע ווען די ווילעדזש באאמטע ארבעטן טאג און נאכט אויף די רעוואלוציאנערישע אונטערנעמונגען פאר די ביידע.

וואסער איז שוין באקאנט די ארבעט אויפ'ן פייפליין וועלכע האט שוין געראטעוועט דעם יעצטיגן מציאות און ערמעגליכקט די יעצטיגע הרחבה פון דירות ב"ה אדאנק די ניו ווינסאר רעזערווארן וועלכע פליסן שוין היסטאריש אינעם פייפליין, און דארף נאך ממשיך זיין צו קענען ווערן פאקטיש אנגעהוקט אינעם ניו יארק סיטי-רעזערוואר, נאכ'ן אויפבויען א מולטי מיליאן דאלארדיגע פילטערינג פלענט.

סוער גייט אן אין די לעצטע חדשים שטילע אבער גאר ערנסטע ארבעט מיט די קאונטי, וואו עס איז שוין ב"ה אדורך אן אפשטימונג און באשטעטיגונג אז די קאונטי זאל בויען א פרישע סוער פלענט פאר אונזער סוער דיסטריקט, א גאר ערנסטע מילשטיין וואס רוקט זיך בע"ה פאראויס, און וועט נאך ווערן מיטגעטיילט מיט'ן ציבור, בפרט אז מען ברויך אסאך תפילות אז ס'זאל טאקע גיין אלעס כשורה.

דערמאנענדיג די אנעקסעישן האט דער רבי שליט"א ערווענט די פריער דערמאנטע נקודה, אז דאס באדייט זייער קלאר בעז"ה אז מען דארף נישט פאניקן וועגן דירות, מיט'ן אויבערשטנס הילף טוט קרית יואל איר ארבעט צו קענען האבן די סופליי פאר'ן וואקסנדער פארלאנג, פאר אונז און פאר אונזערע קינדער, להרחיב גבולי הקדושה לויט'ן געוואלדיגן וואוקס פון חסידי סאטמאר יראים ושלמים תושבי קרתא דשופריא קרית יואל, בליעה"ר.

קרית יואל המורחבת, $250!
דערביי האט דער רבי מאריך געווען איבער'ן מציאות אז די שטאט ברייטערט זיך ב"ה אויס אין אלע זייטן, ווי דער רבי האט עס אנגערופן מיט'ן נאמען "קרית יואל המורחבת", און אידן בעלי בתים קויפן זיך איין שטחים אין די ארומיגע ווילעדזשעס, און טייל הייבן שוין אן בעז"ה צו בויען דערויף דירות.

דאס איז ספעציעל אקטועל ווען אזויפיל ווי 600 דירות אינעם ווילעדזש אף סאוט בלומינגראוו האבן שוין יעצט באקומען אן אפראוועל פון די סטעיט פאר א סוער פלענט און פאר וואסער קוועלער, אזוי אז זיי קענען ב"ה גיין פאראויס מיט די בוי ארבעט, און די זעלבע רוקן זיך פאראויס נאך דעוועלאפמענט'ס אין טשעסטער, בלומינגראוו, מאנרא, און נאך.
דערפאר האט דער רבי אצינד דערקלערט, אז דער יושר'דיגער פרייז פאר דירות אין קרית יואל המורחבת, וואס נעמט אריין אלע ארומיגע שטחים אויסער די ווילעדזש אף קרית יואל, ווערט באשטימט אויף $250 א סקווער פיס, מאקסימום פרייז! זינט עס איז נישטא קיין רעכט צו בעטן מער ווי דאס, לויט'ן חשבון פון די פרייזן וואס מען האט אוועקגעשטעלט אין קרית יואל.

דער רבי האט מפרט געווען בפרטיות מיט דברי הסבר איבער וויאזוי די פרייזן זענען באשטימט געווארן. אינעם פרייז פון $300 א סקווער פיס איז געווארן אריינגערעכט אריבער $100 פאר די בויען קאסט זעלבסט, דאן אביסל אונטער $100 פאר די ארומיגע אינפראסטרוקטור קאסטן; די קאסטן פון צאלן ארבייטער; און די קאסטן פון קאנסטרוקשן לאונס.
אינאיינעם האלט מען ביי בערך $200 קאסט. יעצט לייגט מען צו ארום $50 וואס עס קאסט דער שטח פער בילדעבל סקווער פיס, רעכענענדיג דעם עוורידזש וויפיל 'רוב יעצטיגע דעוועלאפער' אינעם ווילעדזש האבן געצאלט, האלט מען ביי א חשבון פון בערך ארום $250 קאסט. צו דעם האט מען ערלויבט ארום $50 ריוח פאר'ן דעוועלאפער, צו קענען פארדינען אויף די גאר שווערע און קאמפליצירטע ארבעט בגוף ובנפש וואס א דעוועלאפמענט נעמט אריין. אזוי איז מען אנגעקומען צום מהלך פון $300.

אצינד, היות די אלע שטחים אין קרית יואל המורחבת אין אנדערע ווילעדזשעס זענען געקויפט געווארן פאר פרוטות לפי ערך, עס איז דא דארט אזויפיל ליידיגע שטחים אז מען האט איינגעקויפט גאנצעטע הונדערטער עיקער פאר גאר ביליג, האבן רובא דרובא שטחים אייגענטומער דארט געצאלט אונטער $10, און אפילו אונטער $5 פער בילדעבל סקווער פיס, און טייל אפילו אונטער א דאלאר(!).

דעריבער האט דער רבי באשטימט, אז לפי היושר קען מען דארט רעכענען נאר מיט $50 ווייניגער, און עס איז דעריבער נישטא קיין בארעכטיגונג צו בעטן דארט מער ווי $250 פער סקווער פיס.

עס ווערט צוגעצייכנט אז נעמענדיג אין באטראכט די ווייטקייט פונעם צענטער וואס נידערט אויטאמאטיש די ווערד פון א דירה, און רעכענענדיג אז די שטייערן אין די ארומיגע מוניציפאליטעטן קאסטן דאפלט און טריפלט פאר די וואס האבן דירות אין קרית יואל המורחבת, איז נישט מער ווי נאטורליך אז אויך מצד די קונים וועט נישט געצאלט ווערן מער ווי $250 פער סקווער פיס, אזוי אז דער נומער פון $250 איז אויסגעהאלטן סיי כלפי דעם מוכר אז דאס ברענגט אים גענוג פארדינסט כפי ערך פון די דעוועלאפערס אינעם צענטער, און סיי מצד די מציאות אז דער קונה וועט ממילא נישט וועלן צאלן מער.

דאס הייסט אז דער פרייז פון $250 וועט מוזן ווערן איינגעהאלטן, עס וועט ווערן א פאקט נאטורליך מצד דעם מארקעט. א מוכר וואס בעט מער וועט פשוט נישט טרעפן קיין קונים.

מעסעדזש פאר דרויסנדיגע אינוועסטירער:
בתוך דברות קדשו האט דער רבי שליט"א אפעלירט צו אינוועסטירער פון אנדערע געגנטער: ביטע קומט נישט אהער מיט גרויסע ביזנעס פלענער פון רייך ווערן דורך ארויפציען פרייזן, ווייל עס גייט נישט ארבעטן, ווער עס וויל מאכן דאפלטע און טריפלטע רווחים דארף גיין צו אנדערע נישט אידישע געגנטער.

דאס באציט זיך צו דעם וואס אין די לעצטערע יארן, זינט קרית יואל איז ב"ה אזוי געוואקסן, און עס איז געווארן א שם דבר, האבן מער און מער ביזנעס-אינוועסטירער מיט א ברייטע וויזיע אויף ריעל עסטעיטס אנגעהויבן איינשטעקן אין שטחים דאהי אנשטאט אין בנינים אין מאנהעטן... מיט'ן חשבון אז דא גייט זיין א זיכערע מארקעט, און מען וועט קענען פליפן אדער בויען פאר ארויפגעשרויפטע פרייזן און רייך ווערן אויפ'ן רוקן פון קרית יואל.

פילע פון די זענען אזעלכע וואס האבן נישט קיין שייכות מיט די קהלה, און דאווענען אודאי נישט אין די לאקאלע בתי מדרשים וואו איינער קען זיי פארהאלטן אויף עפעס, ביישטייערן נישט פארן ציבור בכלל, און האבן נישט דאס מינדעסטע געפיל פאר'ן שטאט, נאר בלויז ביזנעס לשם ביזנעס, און נישט סתם ביזנעס נאר 'גרויס ביזנעס'... שארן גאלד אויפ'ן רוקן פון די שטאט, אויפ'ן רוקן פון די הארעוואניע פון רביה"ק זיע"א.

צו זיי האט דער רבי געזאגט, אז זיי זאלן וויסן אז קרית יואל איז נישט זייער פלאץ, זייער פלאן וועט אי"ה נישט קענען ארבייטן. נארמאלע ביזנעס איז טאקע דא, אודאי מוז דאס זיין א ביזנעס, מען מוז שיין פארדינען צו קענען פארזעצן מיט א מארקעט, אבער, טאפלען און טריפלען רווחים נוסח 'ריעל עסטעיט מציאות', אויפ'ן חשבון פונעם ציבור, דאס איז נישט א זאך וואס מען וועט צולאזן, נישט יעצט און נישט בעתיד. אויב וויל מען קענען ציען פרייזן זאל מען אינוועסטירן אין אנדערע נישט אידישע געגנטער, ווייל דא וועט מען נאר קענען פארדינען נארמאל און צושטעלן פאר אידן צוגענגליכע דירות צום וואוינען מיט אלעס ארום וואס פעלט זיך אויס לטובת הציבור.

די קלארע דברות קודש האבן געשיקט כוואליעס איבער די שטאט און איבער די וועלט צוגלייך, סיי די פריידיגע כוואליעס איבער די גאנצע שטאט 'המורחבת' איבער די פאקטישע מציאות וואס איז שוין אין אפעקט ב"ה, אוטן איבער די צוקונפטיגע מעגליכקייטן אין די ארומיגע ווילעדזשעס בעז"ה, און סיי איבער די וועלט האט אפגעקלינגען דער קידוש השם וואס סאטמאר שטעלט ב"ה אהער פאר חסידי סאטמאר, א שטאט מיט א כח הנהגה, א שטאט מיט א כח עסקנות מיט דעת תורה געבינדן, א שטאט וואס שלאפט נישט און ארבעט אויפ'ן הוה און אויפן עתיד אן אפשטעל בס"ד.

עיר הצדק קריה נאמנה.
גד'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 16

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גד'ל »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 3:28 pm
האקט א טאג האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 2:58 pm אויב איינער קען מסביר זיין
נעכטן האט סאטמאר רבי געזאגט אז די דירות אין גלילות גייט זיין 250 א סקווער פיס ווייל די לאט קאסט ביליג
אויב אזוי פארוואס קען מען נישט אראפברענגען די פרייז פון לאטס אין קרית יואל אליינס
סא קודם א טרוקענער ענטפער.

דער פאקט איז אז דער וואס האט יעצט א לאט אין קרית יואל האט געצאלט דערפאר אסאך, און דער וואס האט אין וואדבורי האט געצאלט ביליג.

יעצט לאמיר גיין ליינען די רעפלייס ווייטער...
וויפיל האט די ועד הקריה געצאלט אויף די קארלסבורג לאט? אפשר דארט קען מען אויך בעטן $250
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

גד'ל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 1:16 pm

איך ווייס נישט וויפיל ועד הקריה האט געצאלט.

די וועג וויאזוי ס'ארבעט איז, אז מ'קען נישט פאר יעדן דעוועלאפער עקסטער אויסרעכענען וויפיל ער האט געצאלט און אזוי מאכן א פרייז, כמובן.

דערפאר מאכט מען א פרייז וואס איז שוה לכל נפש. איי, יחזקאל בראך האט געצאלט אסאך אסאך ווייניגער פאר זיין לאט? נו, גוד לאק!

דאס איז די וועג וויאזוי א תקנה ווערט אוועקגעשטעלט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
גד'ל
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נאוועמבער 15, 2024 12:19 pm
Location: ניו יארק
x 16

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך גד'ל »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 2:12 pm
גד'ל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 1:16 pm
פופציגער האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 15, 2024 3:28 pm

סא קודם א טרוקענער ענטפער.

דער פאקט איז אז דער וואס האט יעצט א לאט אין קרית יואל האט געצאלט דערפאר אסאך, און דער וואס האט אין וואדבורי האט געצאלט ביליג.

יעצט לאמיר גיין ליינען די רעפלייס ווייטער...
וויפיל האט די ועד הקריה געצאלט אויף די קארלסבורג לאט? אפשר דארט קען מען אויך בעטן $250
איך ווייס נישט וויפיל ועד הקריה האט געצאלט.

די וועג וויאזוי ס'ארבעט איז, אז מ'קען נישט פאר יעדן דעוועלאפער עקסטער אויסרעכענען וויפיל ער האט געצאלט און אזוי מאכן א פרייז, כמובן.

דערפאר מאכט מען א פרייז וואס איז שוה לכל נפש. איי, יחזקאל בראך האט געצאלט אסאך אסאך ווייניגער פאר זיין לאט? נו, גוד לאק!

דאס איז די וועג וויאזוי א תקנה ווערט אוועקגעשטעלט.
שטומט איך פארשטיי פאר א דעוועלעפאר קען מען נישט יעדן מאכן חילוקים

אבער אפשר דא וויבאלד עס באלאנגט פאר ועד הקריה זאל מען יא מאכן אן אויסנאם אז מזאל עס פארקויפן פאר איינעם פאר די פרייז וואס מהאט עס לכתחילה געקויפט בתנאי ער בעט נאר $250
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6222
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14096

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איך האלט אז די מוסדות זאל געבן $50,000 פאר יעדע מענטש וואס קויפט א דירה פאר ביליג.

ס'וועט העלפן מאכן מענטשן שפארן געלט, ס'וועט געבן א שטיפ צו קויפן נאר פאר ביליג.
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1603
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6191

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שינאווער »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 6:24 pm איך האלט אז די מוסדות זאל געבן $50,000 פאר יעדע מענטש וואס קויפט א דירה פאר ביליג.

ס'וועט העלפן מאכן מענטשן שפארן געלט, ס'וועט געבן א שטיפ צו קויפן נאר פאר ביליג.
אפשר קען מען גרינדן א וועד וואס זאל צאלן הייזער פארן עולם?...
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6222
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14096

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שינאווער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 6:32 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 6:24 pm איך האלט אז די מוסדות זאל געבן $50,000 פאר יעדע מענטש וואס קויפט א דירה פאר ביליג.

ס'וועט העלפן מאכן מענטשן שפארן געלט, ס'וועט געבן א שטיפ צו קויפן נאר פאר ביליג.
אפשר קען מען גרינדן א וועד וואס זאל צאל הייזער פארן עולם?...
ליסען, דו מוזט פארשטיין.

נישט יעדער קען זיך ערלויבן אזא מצב אז מען קען קויפן דירות פאר ביליג. ס'דא ווער עס שפירט דערפון באנקראטירט און פארלארן. כ'מיין... דאס איז עס? דירות איז מסודר? נישטא וואס זיך אפצורעדן? מ'קען דאך נישט אזוי אנגיין. מ'מוז אפירקראצן עפעס א מהלך אויף ווייטער... 911...

סוי מ'דארף עס טעיקן איזי, ס'איז א סימן אז יעדער לעבט ב"ה.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

גד'ל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 6:16 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 2:12 pm
גד'ל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 1:16 pm

וויפיל האט די ועד הקריה געצאלט אויף די קארלסבורג לאט? אפשר דארט קען מען אויך בעטן $250
איך ווייס נישט וויפיל ועד הקריה האט געצאלט.

די וועג וויאזוי ס'ארבעט איז, אז מ'קען נישט פאר יעדן דעוועלאפער עקסטער אויסרעכענען וויפיל ער האט געצאלט און אזוי מאכן א פרייז, כמובן.

דערפאר מאכט מען א פרייז וואס איז שוה לכל נפש. איי, יחזקאל בראך האט געצאלט אסאך אסאך ווייניגער פאר זיין לאט? נו, גוד לאק!

דאס איז די וועג וויאזוי א תקנה ווערט אוועקגעשטעלט.
שטומט איך פארשטיי פאר א דעוועלעפאר קען מען נישט יעדן מאכן חילוקים

אבער אפשר דא וויבאלד עס באלאנגט פאר ועד הקריה זאל מען יא מאכן אן אויסנאם אז מזאל עס פארקויפן פאר איינעם פאר די פרייז וואס מהאט עס לכתחילה געקויפט בתנאי ער בעט נאר $250
אקעי
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

זייטס נישט ברוגז אויף מיר, איך ווייס נישט פונקטליך וואס @גד'ל צילט דא דערמיט אבער ער זאגט עפעס...

איך בין א שטארקע חסיד און זייער פראו די דירות תקנות. אבער אויב די קהילה האט לאטס וואס מהאט געקויפט פאר פעניס, און די רבי ברענגט ארויס אז אין געגנטער ווי די לאטס קאסטן ביליג דארף די דירות קאסטן ביליג, פארוואס זאל די קהילה נישט פארקויפן דירות לויט יענע פרייזן?

איך פארשטיי אז זיי מוזן נישט, און מקען נישט מאכן קיין תקנה אז יעדער דארף בעטן לויט וויפיל ער האט געצאלט פארן לאט, אבער ווען הקרי' אליינס האט א לאט וואס האט געקאסט פעניס איז אביסל אנדערש.

ביטע נישט ענטפערן מיט סארקאזם אדער סתם אראפרייסן, ביטע נוצן אידטיש שפראך...
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 326
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 547

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך אויגעלעך »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:12 am זייטס נישט ברוגז אויף מיר, איך ווייס נישט פונקטליך וואס @גד'ל צילט דא דערמיט אבער ער זאגט עפעס...

איך בין א שטארקע חסיד און זייער פראו די דירות תקנות. אבער אויב די קהילה האט לאטס וואס מהאט געקויפט פאר פעניס, און די רבי ברענגט ארויס אז אין געגנטער ווי די לאטס קאסטן ביליג דארף די דירות קאסטן ביליג, פארוואס זאל די קהילה נישט פארקויפן דירות לויט יענע פרייזן?

איך פארשטיי אז זיי מוזן נישט, און מקען נישט מאכן קיין תקנה אז יעדער דארף בעטן לויט וויפיל ער האט געצאלט פארן לאט, אבער ווען הקרי' אליינס האט א לאט וואס האט געקאסט פעניס איז אביסל אנדערש.

ביטע נישט ענטפערן מיט סארקאזם אדער סתם אראפרייסן, ביטע נוצן אידטיש שפראך...
זייער ריכטיג
זאל עס ווען זיין א דעוועלאפער, פארשטיי איך אז מ'קען נישט זיך גיין קריגן מיט יעדע דעוועלאפער עקסטער און מאכן חילוקים אבער ווען מ'רעדט פון נכסי ציבור איז נישט מער ווי יושר אז זיי זאלן זיך ארויס שטעלן לטובת הציבור,
נ.ב. עס איז זיכער אז אין די לאנג ראן קען עס זיי ברענגען ריווח דורך דעם וואס די עולם וועט זיי שעצן פארן העלפן אראפ ברענגן די דירות פרייזן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:12 am זייטס נישט ברוגז אויף מיר, איך ווייס נישט פונקטליך וואס @גד'ל צילט דא דערמיט אבער ער זאגט עפעס...

איך בין א שטארקע חסיד און זייער פראו די דירות תקנות. אבער אויב די קהילה האט לאטס וואס מהאט געקויפט פאר פעניס, און די רבי ברענגט ארויס אז אין געגנטער ווי די לאטס קאסטן ביליג דארף די דירות קאסטן ביליג, פארוואס זאל די קהילה נישט פארקויפן דירות לויט יענע פרייזן?

איך פארשטיי אז זיי מוזן נישט, און מקען נישט מאכן קיין תקנה אז יעדער דארף בעטן לויט וויפיל ער האט געצאלט פארן לאט, אבער ווען הקרי' אליינס האט א לאט וואס האט געקאסט פעניס איז אביסל אנדערש.

ביטע נישט ענטפערן מיט סארקאזם אדער סתם אראפרייסן, ביטע נוצן אידטיש שפראך...
כהאב געענטפערט נארמאל. קוק אפאר תגובות צוריק.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:34 am

ריכטיג, און סאיז אמת אז זיי 'מוזן נישט' ווי איך האב געשריבן, סאיז אבער א ריזיגע חילוק פון מאכן א תקנה לויט וויפיל יעדער צאלט פארן לאט וו"ס ווען די קהילה אליינס האט די לאט.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:39 am

פארוואס?.. אויב די מוסדות האט אינוועסטירט אין א שטח צו מאכן רווחים, טארן זיי עס נישט פארדינען?.. פונעם בית השחיטה טארן זיי אויך נישט מאכן קיין געלט?..

העפענס טו בי, די ועד הקריה האט געגעבן דעם לאט פאר'ן רבי'ן און געזאגט מ'וועט טון וואס דער רבי וועט באפעלן, אריינגערעכנט ביליגע רענטאל דירות וואס איז געווען די ערשטע פלאן.

אבער יעצט אז ס'דא תקנות פרייזן פאר דירות אין קרית יואל, פארוואס זאלן זיי גיין נידריגער?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
א טויב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:07 pm
x 569

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך א טויב »

נעכטן און בית המדרש ישמח משה ביים שבע ברכות פארן רב, האט אויפגעאראטן בנש"ק ר' אברהם מערץ ער האט געזאגט גאר גוט, בתוך דבורו
האט ער געזאגט ווי פאלגענד.

אידן פרעגן מיר אויב איך קויף אדער דינג א דירה? ענטפער איך, יעצט מיט 300 דאלער א סקווער פוס קען איך זיך ערלויבן אפשר אפי' 5 אדער 6 סקווער פוס אבער ווי פול מער מיינסטו קען איך?
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:41 am
פארוואס?.. אויב די מוסדות האט אינוועסטירט אין א שטח צו מאכן רווחים, טארן זיי עס נישט פארדינען?.. פונעם בית השחיטה טארן זיי אויך נישט מאכן קיין געלט?..
אויב יצמח בערקאוויטש האט אינוועסטירט אין א לאט אין בלומינגראוו טאר ער נישט פארדינען? די רבי האט מסביר געווען אז ער מעג יא, אבער די שאלה איז וויפיל.
הקרי' האט געצאלט די זעלבע ווי יצמח האט געצאלט אין בלומינגראוו, און ווען הקרי' גייט בעטן 250 גייען זיי מאכן 'שיין געלט' (כלשון רבינו). יעצט איך פארשטיי אז די תקנה פון בלומינגראוו אפלייט נישט פאר הקרי' ווייל סאיז א אנדערע זאונינג, ועל זה אנו דנין, צו הקרי' דארף טוהן זאכן וואס זיי 'מוזן נישט' ווייל למעשה זענען זיי הקרי'
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 12:25 pm

ועל זה אנו דנין, אז פארוואס זאלן זיי דארפן?

יחזקאל בראך וואס האט געצאלט פעניס דארף אויך?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
בן תורה
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 668
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 3:57 pm
Location: ביים שטענדער
x 1283

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך בן תורה »

שוין דא גייט מען שוין אין סוירקלס...

זיי 'דארפן נישט'

זיי זענען נישט יחזקאל בראך, זיי זענען הקרי'/קהל/רבי/וויליזש/טאון/מוסדות/סאטמאר/מהר"א/מאנרא
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4828
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 14402

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

עפעס כאפ איך נישט דא. די מוסודות האט שוין ארויסגעלייגט זייערע פלענער וואס זיי גייען בויען און וויפיל זיי גייען בעטן?

אדער ס'איז א בחינה פון העטעך פעטעך.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2856
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 8055

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך פופציגער »

בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 12:32 pm שוין דא גייט מען שוין אין סוירקלס...

זיי 'דארפן נישט'

זיי זענען נישט יחזקאל בראך, זיי זענען הקרי'/קהל/רבי/וויליזש/טאון/מוסדות/סאטמאר/מהר"א/מאנרא
נו פארדעם האבן זיי זיך די ערשטע צוגעשטעלט צו די נייע פרייזן.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 483
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 661

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שמייכלדיג »

@בן תורה מיין מיינונג, מ'דארף זיין אויסטערליש צופרידן פון די אומגלויבליכע אנטוויקלונגען ביז יעצט, און ס'דא א שיעור ביז וואו מ'קען ציען דעם שטריקל, דארפסט פארשטיין אז דאס אז די מאפע האט זיך אזוי דראסטיש געטוישט לטובת הציבור, דאס אז מ'איז געוואויר געווארן אז יש לנו אב זקן, ס'דא א אב ופטרון פארן ציבור הפשוט, וואס נעמט זיך אן און איז לוחם פאר אונז הרב את ריבנו והדן את דיננו, די גאנצע שמועס אז די ווילעדזש איז דער ציבור און דער ציבור לאזט זיי אריין געניסן פונעם ציבור בזמן אז זיי שטעלן זיך צו צום ציבור, איז פאר די וואס זענען געוואוינט געווען צו פירן און רעגירן אנדערש מסתם געווען שווערע שווערע פילן צו שלינגען, זיי האבן געמוזט ברצון צי באונס אנערקענען אין די גערעכטיגקייט פון די זאך און עס לאזן לויפן אזוי, ממילא איז שוין לכאו' גענוג די דערגרייכונגען ביז אהער עס זען אנצוהאלטן מיט א שטארקייט, מ'דארף נישט גיין קוועטשן ווייטער, נישט צו מעורר זיין רעזיסטענס פון שווערע נאכנישט גענצליך אויסגעריסענע אינסטינקטן

כ'מיין נישט אראפצורייסן ח"ו חשוב'ע אידן זיי האבן געמיינט גוטס און לויט זייער פארשטאנד און גביר'ישע מיינדסעט האבן זיי נישט געזען די זאך מיטן ריכטיגן בליק
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 6222
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 14096

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך דער תהלים איד »

ועד הקרי' בויט נישט. זיי פארקויפן די לאט פאר ביליג, און די מוסדות פארדינט אויפ'ן שטח ווייניג געלט אנשטאט אסאך.

דער רבי האט גערעדט פון די וואס בויען אליינס און גייען מאכן געלט פונעם בויען, זאלן זיי נישט אריינרעכענען די הוצאה פונעם לאט ווען די הוצאה עקזיסטירט נישט ביי זיי.
Glass
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 475
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2024 12:30 pm
Location: Palm Tree
x 1126

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך Glass »

פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:41 am
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:39 am
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:34 am

כהאב געענטפערט נארמאל. קוק אפאר תגובות צוריק.
ריכטיג, און סאיז אמת אז זיי 'מוזן נישט' ווי איך האב געשריבן, סאיז אבער א ריזיגע חילוק פון מאכן א תקנה לויט וויפיל יעדער צאלט פארן לאט וו"ס ווען די קהילה אליינס האט די לאט.
פארוואס?.. אויב די מוסדות האט אינוועסטירט אין א שטח צו מאכן רווחים, טארן זיי עס נישט פארדינען?.. פונעם בית השחיטה טארן זיי אויך נישט מאכן קיין געלט?..

העפענס טו בי, די ועד הקריה האט געגעבן דעם לאט פאר'ן רבי'ן און געזאגט מ'וועט טון וואס דער רבי וועט באפעלן, אריינגערעכנט ביליגע רענטאל דירות וואס איז געווען די ערשטע פלאן.

אבער יעצט אז ס'דא תקנות פרייזן פאר דירות אין קרית יואל, פארוואס זאלן זיי גיין נידריגער?
די ועד הקריה האט געקויפט די שטחים צו האלטן די פרייזן פון דירות ביליג.
און נישט אויף צו מאכן געלט

די שטחים פון ועד הקריה דארף מען ווען בעטן נאר $200 א סקווער פיס,
אוועיטער
שינאווער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1603
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 12:33 am
Location: שינאווע, פוילן.
x 6191

Re: "דירות" אין קרית יואל

פאוסט דורך שינאווער »

Glass האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 4:07 pm
פופציגער האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:41 am
בן תורה האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2024 11:39 am
ריכטיג, און סאיז אמת אז זיי 'מוזן נישט' ווי איך האב געשריבן, סאיז אבער א ריזיגע חילוק פון מאכן א תקנה לויט וויפיל יעדער צאלט פארן לאט וו"ס ווען די קהילה אליינס האט די לאט.
פארוואס?.. אויב די מוסדות האט אינוועסטירט אין א שטח צו מאכן רווחים, טארן זיי עס נישט פארדינען?.. פונעם בית השחיטה טארן זיי אויך נישט מאכן קיין געלט?..

העפענס טו בי, די ועד הקריה האט געגעבן דעם לאט פאר'ן רבי'ן און געזאגט מ'וועט טון וואס דער רבי וועט באפעלן, אריינגערעכנט ביליגע רענטאל דירות וואס איז געווען די ערשטע פלאן.

אבער יעצט אז ס'דא תקנות פרייזן פאר דירות אין קרית יואל, פארוואס זאלן זיי גיין נידריגער?
די ועד הקריה האט געקויפט די שטחים צו האלטן די פרייזן פון דירות ביליג.
און נישט אויף צו מאכן געלט

די שטחים פון ועד הקריה דארף מען ווען בעטן נאר $200 א סקווער פיס,
פון ווי ווייסטו אז דאס איז געווען דער סיבה פארוואס זיי האבן געקויפט די אלע לאטס?
שרייב פאוסט