בלאט 105 פון 591

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:46 pm
דורך פארפאלענער
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:57 pm
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 3:51 pm סעקראטאר גענעראל פון די UN, אנטאניא גוטערעס, היינט ביי א זיצונג פון די UN סעקיוריטי קאונסיל איבער די סיטואציע אין ישראל:

"עס איז אויך וויכטיג צו אנערקענען אז די אטאקעס דורך כאמאס זענען נישט געשען אין א וואקיום. די פאלעסטינער זענען אויסגעשטעלט געווארן צו 56 יאר פון דערשטיקענדע אקופאציע... זייער מענטשן פארשפרייט און זײערע הײזער צעווארפן. זייערע האפענונגען אויף א פאליטישע לייזונג אויף זייער מצב האבן געהאלטן אינמיטן פארשווינדן ווערן." 😠😤🤮

Unreal
און רעאקציע רופט די מדינת ישראל יו ען אמבאסאדאר פאר די יו ען סעקרעטערי גענעראל גוטערעס צו רעזיגנירן
לאור די ווערטער פינעם יו ען סעקרעטאר:

פארן זיך שטעלן אויף די חמאס זייט, האט מדינת ישראל צירוקגעוויזען א וויזא פארלאנג פאר Martin Griffiths ארבעט אינטער די סעקרעטאר פאר Humanitarian aid, געזאלט קימען פאר א באזיך אין די געגנט בשליחות.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:49 pm
דורך פארפאלענער
די זיכערהייט קאבינעט וועט זיך צוזאמקומען מארגן נאכט פאר א זיצונג

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:50 pm
דורך פארפאלענער
ביידען שמעוס מיט סאודי אראביע פרינץ

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:51 pm
דורך פארפאלענער
א פרישע באריכט מיט דיטעלס פון די מיסילס וואס אמעריקע האט אראפגעברענגט אויפן וועג קיין מדינת ישראל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:52 pm
דורך דער תהלים איד
פארפאלענער האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:44 pm אבאמא: יעדע אנטיסעמיטיזם מוז אפגעווארפן ווערן, אבער דאס איז נישט סותר די קריטיק אויף מדינת ישראל.
פאליטיק עס יוזשועל איז אריין אין קראפט.

מדינת ישראל קען פארגעסן פון די פאוסט-טעראר סימפאטיע. ס'איז שוין א 'עבר'.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 4:58 pm
דורך פארפאלענער
פרוייקטור הלחימה האזרחית שמעון לביא: "הציבור החרדי במוטיבציית שיא בהתנדבות"

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:01 pm
דורך פארפאלענער
גאר שטארקע לופט אטאקעס אין צענטער פון עזה יעצט.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:12 pm
דורך פארפאלענער
ניר דבורי:
די סיבה פארוואס חמאס שטעלט זיך אזוי שטארק אויף געז ביזן גנבענען פון די שפיטעלער
איז ווייל אן געז האבן זיי נישט קיין וועג צו נוצן עלעקטריק און די לופט סיסטעם אין די טונעלן
און אלע דארטן וועלן דערשטיקט ווערן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 5:47 pm
דורך ווער
טשיינע'ס אויסערן מיניסטער ווענג ווי האט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט די אויסערן מיניסטער פון מדינת ישראל און די פאלעסטינער

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:18 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:48 pm
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 1:43 pm 4 טעראריסט זענען אומגעברענגט געווארן און וואסער ביים פרובירן אריינצוקומען קיין מדינת ישראל דורך די בארטענעס פון זיקים
7 טעראריסטן זענען דארט אומגעברענגט געווארן
צה"ל זיכט פאר נאך 6 טעראריסטן וואס האבן מעגליך באוויזן זיך אריינצוכאפן
מדינת ישראל:
די געגנט איז זיכער מען קען ארויסקומען פון די הייזער

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:18 pm
דורך ניקל
דזשבאליע געגנט און עזה פלאקערט היינט נאכט

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:21 pm
דורך ניקל
8 טראקס מיט הומינאטערישע הילף זענען אריבער דעם גרעניץ פון עגיפטן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:26 pm
דורך ניקל
וואל סטריט זשורנאל:
די US וועט שיקן נאך 12 עיר דעפענס סיסטעם קיין מיטל מזרח
טהאאד און פאטריאט סיסטעמען וועלן געשיקט ווערן קיין סאודיע אראביע, ירדן, איראק, יוניידעט ערעבס, קאטאר, קוויט

א חלק פון די אמעריקאנער צוגרייטונג מיט מלחמה מיט איראן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:27 pm
דורך ניקל
באמבעדירונגען יעצט און south Gaza

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:28 pm
דורך ניקל
אנטי מדינת ישראל פראטעסטירער אויף די גאסן פון דענמארק רופן פאר מוחמד דעף (דער מיליטערישער הויפט פון כאמאס) צו באמבארדירן תל אביב.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:28 pm
דורך ניקל
מדינת ישראל כוחות מארשירן יעצט ווידער אריין און דזשענין

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:35 pm
דורך ניקל
פרעמיער מיניסטער פון טשעכיי וועט אנקומען מארגן אויף א באזוך און מדינת ישראל

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:38 pm
דורך ניקל
ינון מגל:

ווען די גאנצע וועלט וועט אונז פארדאמען, דעמאלטס וועט מען וויסען אז מען האט געטון וואס מען האט געדארפט טון

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:43 pm
דורך ניקל
24 אמעריקאנער סאלדאטן זענען געווארן געשעדיגט און איראק/סיריע פון די אטאקעס אויף די באזעס דארט

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:52 pm
דורך ניקל
ניקל האט געשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:28 pm מדינת ישראל כוחות מארשירן יעצט ווידער אריין און דזשענין
עלעקטריק און אינטערנעט איז אפגעהאקט און דזשענין

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 6:55 pm
דורך ניקל
מדינת ישראל מיליטערישער ווארטזאגער דזשאנאטאן קאנריקעס זאגט פאר א ניוזמעקס דזשורנאליסט אז איר אפּשאצונג איז גערעכט ווען זי פרעגט אים אויב די שב"כ וועט אויך נאכיאגן כאמאס פירער וועלכע טרעפן שוץ אין מאדערנע אראבישע לענדער ווי קאטאר, "איך קען נישט קאמענטירן דערוועגן אבער דיין אפּשאצונג איז גערעכט, מיר פארמאגן ספעציעלע איינהייטן ביי די ארבעט" האט קאנריקעס געזאגט.

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:38 pm
דורך פארפאלענער
מרת ליפשיץ וואס איז נעכטן באפרייט געווארן פון עזה זאגט פאר ריפארטער אז זי איז 'אדורך די גהנום אין עזה'

זה פארציילט אז נאכן איר פארכאפן האט מען איר געפירט דורך פעלדער קיין עזה, אויפן וועג האבן זיי איר געשלאגן מיט שטעקענעס.

אנקומענדיג קיין עזה האט מען איר אריינגעלייגט אין א גרויסע לאך (טונעל?) צוזאמען מיט נאך 25 פארכאפטע, אבער נאך אפאר שעה האט מען אוועקגענומען 5 צו אן אנדערע שטוב.

''זיי (כאמאס) זענען געווען זייער פריינדליך צו זיי (די משכונות) און זיי האבן קעיר גענומען פון זיי און געגעבן מעדעצין''

זי דערציילט איבער א מאן וואס איז שווער געשעדיקט געווארן אויפן וועג קיין עזה נאך א עקסידענט מיט א מאטארבייק, און א פאראמעדיק האט זיך אפגעגעבן מיט אים.

'די מענטשן דארט זענען געווען פריינדליך, האבן געהאלטען די פלאץ זויבער, און זיך זייער געזארגט פאר אונז.
זה זאגט אז אנקומענדיג קיין עזה האבן די כאמאסניקעס זיך געטיילט מיט זייער עסן, און געזאגט אז מיר זענען מוזלימס אין מיר וועלן ענק נישט ווייטוהן''.....

נישטא ווער זאל לאכן

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:40 pm
דורך פארפאלענער
יצחק בריק "איך האב געראטן נתניהו צו ווארטן אויף א ערד אינוואזיע. די ארמיי איז נישט גרייט. דאס אריינגיין פון צה"ל קען זיך פארערגערן צו א רעגיאנאלע קריג. שנעלקייט איז פונעם שׂטן."

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:43 pm
דורך פארפאלענער
אויף רחוב קפלן אין תל אביב זענען פאראן צוויי געצעלטן. ביידע אויפגעשטעלט דורך די משפחות פון די פארכאפטע ל"ע ה"י.

איינס דורך לינקע עלעמענטן מיט א גרויסע אויפשריפט "להחזיר את החטפים בכל מחיר מצדנו" - צירוקצוברענגען די פארכאפטע פאר א יעדע פרייז.

די צווייטע, נישט צו ווייט פון די ערשטע, דורך רעכט גענויגטע משפחה פון פארכאפטע ל"ע ה"י מיט א אופשריפט "להחזיר החטופים בכל מחיר שייגבה מן האויב" צוריקצוברענגען די פארכאפטע פאר יעדע פרייז וואס מ'קען איינמאנען פון דעם פיינט!

אחב"י הנתונים בשביה המקום ירחם עליהם ויוציאם מאפלה לאורה ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא

Re: מדינת ישראל מלחמה - חרבות ברזל - שמחת תורה תשפ"ד

געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 7:44 pm
דורך פארפאלענער
עמיחי שטיין: די ניו יארק טיימס וועט אנהייבן רופן די עזה געזונטהייט מיניסטעריום " די עזה געזונטהייט מיניסטעריום וואס געפינט זיך אונטער קאנטראל פון כאמאס"

די ציל דערפון איז ארויסצוהייבן די פאקט אז כאמאס מדברת מתוך גרונם און מ'קען זיך אויף זיי נישט פארלאזן.