בלאט 104 פון 307

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:11 pm
דורך א טויב
איך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:05 pm איינר ווייסט וואס איז פשט פון די נייע סימבאל?unnamed (10).jpg
ווייס'ך נישט.
אבער ווי זאגט די וועלט זעה אז זאלסט מיר נישט ברויכן מסביר זיין אז עס איז שיין!

איך גלייך עס גראדע.

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:21 pm
דורך יום טוב
א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:11 pm
איך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:05 pm איינר ווייסט וואס איז פשט פון די נייע סימבאל?unnamed (10).jpg
ווייס'ך נישט.
אבער ווי זאגט די וועלט זעה אז זאלסט מיר נישט ברויכן מסביר זיין אז עס איז שיין!

איך גלייך עס גראדע.
איך אויך

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:31 pm
דורך שבת קודש
איך האף אז אויפן קומענדיגן יו''ט פסח ווי גאר א גרויסע ציבור קומען אין ביהמ''ד צו די תפלות ובפרט די ערשטע טאג יו''ט און שש''פ
וועט מען צולייגן אפאר הונדערט זיצן אין ביהמ''ד נישט ווי שבת שקלים ווי מ'האט ס''ה צוגעלייגט אפאר צאמלייג בענק ביי די ווענט פון ביהמ''ד

ס'איז ראטזאם מ'זאל אינגאנצען ארויסטראגן אלע טישן פון צד צפון/דרום און ארויפלייגן די שבועות/ימים נוראים שטענדערס אויף די בענק במשך דעם גאנצען יו''ט
אזוי אויך צולייגן א זעקסטע שורה אינעם גאנצען לענג פון צד צפון/דרום אפילו דאס מיינט זייער שמאלע דורכגענג

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:35 pm
דורך א טויב
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:31 pm איך האף אז אויפן קומענדיגן יו''ט פסח ווי גאר א גרויסע ציבור קומען אין ביהמ''ד צו די תפלות ובפרט די די ערשטע טאג יו''ט און שש''פ
וועט מען צולייגן אפאר הונדערט זיצן אין ביהמ''ד נישט ווי שבת שקלים ווי מ'האט ס''ה צוגעלייגט אפאר צאמלייג בענק ביי די ווענט פון ביהמ''ד
ס'איז ראטזאם מ'זאל אינגאנצען ארויסטראגן אלע טישן פון צד צפון/דרום און ארויפלייגן די שבועות שטענדערס אויף די בענק במשך דעם גאנצען יו''ט
גא"מ

די וואך שבת החודש איז נישט געווען קיין פלאץ פארן ברייטע ציבור מתפללים.

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:46 pm
דורך איך
unnamed (11).jpg
unnamed (11).jpg (262.7 KiB) געזען געווארן 1808 מאל

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:19 pm
דורך סאטמאר מאנסי
סאטמאר מאנסי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 9:35 am 🌴 סאטמאר מאנסי 🌴

מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים נעכטן בבית מדרשינו החדש בנין שיף בשכונת רעמסען, נדבת לבו הרבני הנגיד ר' ישראל שיף הי"ו מראשי קהילתינו הק' בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א והגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א

Re: מהנעשה והנשמע בקהילת ובמוסדות סאטמאר (מהר"א) מאנסי

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 3:20 pm

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:21 pm
דורך גמח
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:31 pm איך האף אז אויפן קומענדיגן יו''ט פסח ווי גאר א גרויסע ציבור קומען אין ביהמ''ד צו די תפלות ובפרט די ערשטע טאג יו''ט און שש''פ
וועט מען צולייגן אפאר הונדערט זיצן אין ביהמ''ד נישט ווי שבת שקלים ווי מ'האט ס''ה צוגעלייגט אפאר צאמלייג בענק ביי די ווענט פון ביהמ''ד

ס'איז ראטזאם מ'זאל אינגאנצען ארויסטראגן אלע טישן פון צד צפון/דרום און ארויפלייגן די שבועות/ימים נוראים שטענדערס אויף די בענק במשך דעם גאנצען יו''ט
אזוי אויך צולייגן א זעקסטע שורה אינעם גאנצען לענג פון צד צפון/דרום אפילו דאס מיינט זייער שמאלע דורכגענג
די האסט אפשר א זיץ אויף צפון אדער דרום?

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:23 pm
דורך שמח
איך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:05 pm איינר ווייסט וואס איז פשט פון די נייע סימבאל?unnamed (10).jpg
לכוארה אפאר בחורים/אינגע כוחות... האבן אפגעמאכט צו ברענגען א פרישקייט...

גראדע איז עס שיין!

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 5:24 pm
דורך איד
איך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:05 pm איינר ווייסט וואס איז פשט פון די נייע סימבאל?unnamed (10).jpg
פשט ווייס איך נישט

אבער ס'איז הערליך !!

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 6:54 pm
דורך להגדיל הטראסק
ובפרט די באבובע פידל וואס ווערט שוין גענוצט די דריטע מאל
1) אויף די סיינ'ס אין בית המדרש
2) די אלטע גאלד מעמבער צעטל
3) אין די יעצטיגע סימבאל
גראדע איז עס זייער שיין...

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 7:30 pm
דורך דעת קדשי
יום טוב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:21 pm
א טויב האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:11 pm
איך האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:05 pm איינר ווייסט וואס איז פשט פון די נייע סימבאל?unnamed (10).jpg
ווייס'ך נישט.
אבער ווי זאגט די וועלט זעה אז זאלסט מיר נישט ברויכן מסביר זיין אז עס איז שיין!

איך גלייך עס גראדע.
איך אויך
איך נישט...
על טעם וריח אין להתווכח

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:47 pm
דורך מחדש
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:31 pm איך האף אז אויפן קומענדיגן יו''ט פסח ווי גאר א גרויסע ציבור קומען אין ביהמ''ד צו די תפלות ובפרט די ערשטע טאג יו''ט און שש''פ
וועט מען צולייגן אפאר הונדערט זיצן אין ביהמ''ד נישט ווי שבת שקלים ווי מ'האט ס''ה צוגעלייגט אפאר צאמלייג בענק ביי די ווענט פון ביהמ''ד

ס'איז ראטזאם מ'זאל אינגאנצען ארויסטראגן אלע טישן פון צד צפון/דרום און ארויפלייגן די שבועות/ימים נוראים שטענדערס אויף די בענק במשך דעם גאנצען יו''ט
אזוי אויך צולייגן א זעקסטע שורה אינעם גאנצען לענג פון צד צפון/דרום אפילו דאס מיינט זייער שמאלע דורכגענג
וואס עפעס שבועות טישן, טייל האקערליך און מילך קעסטליך. אזוי עט זיין מער פלאטץ.

---
סארא ספויל'טע חסידים, דינג א זיץ פונקט ווי א צווייטען, אדער שטיי, מען דארף נישט איבערדרייען און ענג מאכען ווייל היינט ווילסטו יא קומען.

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:53 pm
דורך משה רבינו
קענסט מיר ווייזן ווי עס איז דא א פלאץ פאר א האקערל אן בלאקן צו דורך גיין?
אדער ווי איך קען נאך דינגען א זיץ?

די ביהמ"ד איז שוין לאנג אויסגעוואקסן, פינטל.

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת ומוסדות סאטמאר (מהר"א) וויליאמסבורג

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:42 am
דורך איך
unnamed (12).jpg
unnamed (12).jpg (350.78 KiB) געזען געווארן 1621 מאל

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:44 am
דורך מחדש
ראש חדשים האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:31 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:39 am הרה''ג רבי דוד גרינפעלד שליט''א איז געווארן אויפגענומען אלץ מו''ץ בית המדרש בית אלעזר דקהל יטב לב
נאכן אויפגענומען אלץ מו''ץ אין קהל יטב לב אין די לעצטיגע טעג.
געווען אן אפציעלע מעמד?
און ווען עס איז דא א אפציעלע מעמעד האט מען דען עפעס דערפון?! קהל צאלט סייווי נישט קיין פעני אינקאם פאר די לעצטע מוצי"ם וועם זיי האבן אויפגענימען, מען דארף נישט קיין "קהל" סטערפיקאט אדער א "בית הוראה" צעטל אז מען איז א ת"ח און מען קען פסקנ'ן, תורתו מכרזת עליו מבחוץ, עס איז דא היבש אפאר אינגעלליט מושלם בהוראו כאטש אז די נאז זייערע איז נישט הונדערט פארצענט איינקלאנג צו באקימען א קהל סטערפיקאט אז מען קען פסקנ'ן.

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:53 am
דורך גראסערי
מחדש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:47 pm
שבת קודש האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 2:31 pm איך האף אז אויפן קומענדיגן יו''ט פסח ווי גאר א גרויסע ציבור קומען אין ביהמ''ד צו די תפלות ובפרט די ערשטע טאג יו''ט און שש''פ
וועט מען צולייגן אפאר הונדערט זיצן אין ביהמ''ד נישט ווי שבת שקלים ווי מ'האט ס''ה צוגעלייגט אפאר צאמלייג בענק ביי די ווענט פון ביהמ''ד

ס'איז ראטזאם מ'זאל אינגאנצען ארויסטראגן אלע טישן פון צד צפון/דרום און ארויפלייגן די שבועות/ימים נוראים שטענדערס אויף די בענק במשך דעם גאנצען יו''ט
אזוי אויך צולייגן א זעקסטע שורה אינעם גאנצען לענג פון צד צפון/דרום אפילו דאס מיינט זייער שמאלע דורכגענג
וואס עפעס שבועות טישן, טייל האקערליך און מילך קעסטליך. אזוי עט זיין מער פלאטץ.

---
סארא ספויל'טע חסידים, דינג א זיץ פונקט ווי א צווייטען, אדער שטיי, מען דארף נישט איבערדרייען און ענג מאכען ווייל היינט ווילסטו יא קומען.
עס איז נישט פאר קיינעמס טובה אז א מענטש וואס וואוינט ווייט און איז אים גאר שווער צו קומען יעדע וואך, זאל אויפהאלטן א קבועותדיגע ליידיגע זיץ
אבער עס איז יא טובה פארן יחיד און פארן ציבור, אז א יעדע איד זאל האבן די מעגליכקייט ביי א שיינע שבת/ יו'ט צו אראפקומען דאווענען ביי זיין רבין

לשיטתך דארף מען אפשר נישט צולייגן ר'ה אויך נישט קיין זיצן

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:00 pm
דורך יום טוב
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:53 am

איך האלט טאקע אז עס איז נישט ריכטיג צוצונעמען די זיצן פון די גאנץ יאריגע מתפללים אין ר"ה יו"כ שבועות, באמת אז מען דארף זיצן פאר געסט פון אנדערע בתי מדרשים דארף דאס זיין נישט אויפן חשבון פון די מתפללים אגאנץ יאר

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:03 pm
דורך גראסערי
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:00 pm

דיסעגרי

א ביהמד'ר פון א רבי פון אזא גרויסע חסידות דארף אריינעמען יעדעם אפילו אויף די חשבון פון קביעותדיגע מתפללים
אפשר ביי די הקפות זאל מען אויך נאר אריינלאזן די קביעותדיגע מתפללים?

א חוץ וואס איז יעדעמס טובה, אז די ברייטע ציבור האט די מעגלכקייט זיך מסתופף זיין בצל הקודש, די קביעותדיגע מתפללים ווילן נישט אז די עולם זאל מאכן שבת פאר זיך און מער נישט וועלן קומען.

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:04 pm
דורך יום טוב
עס איז אבער קאמיש, אז די אידן וואס קומען נאר אראפ צום רבין ימים טובים, און ווילן אז מען זאל זיי צושטעלן פלאץ אויפן חשבון פון די ועעכענטליכע מתפללים, זיי טענהן גאר אז מען דארף נישט קיין גרעסערע ביהמ"ד ווייל יעדע וואך איז דא גענוג פלאץ, און די קביעותדיגע מתפללים טענהן אז מען דארף יא א נייע ביהמ"ד ווייל די פלאץ איז ענג פאר סתם א וואך
עולם הפוך ראיתי

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:11 pm
דורך מחדש
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:03 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:00 pm
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:53 am
עס איז נישט פאר קיינעמס טובה אז א מענטש וואס וואוינט ווייט און איז אים גאר שווער צו קומען יעדע וואך, זאל אויפהאלטן א קבועותדיגע ליידיגע זיץ
אבער עס איז יא טובה פארן יחיד און פארן ציבור, אז א יעדע איד זאל האבן די מעגליכקייט ביי א שיינע שבת/ יו'ט צו אראפקומען דאווענען ביי זיין רבין

לשיטתך דארף מען אפשר נישט צולייגן ר'ה אויך נישט קיין זיצן
איך האלט טאקע אז עס איז נישט ריכטיג צוצונעמען די זיצן פון די גאנץ יאריגע מתפללים אין ר"ה יו"כ שבועות, באמת אז מען דארף זיצן פאר געסט פון אנדערע בתי מדרשים דארף דאס זיין נישט אויפן חשבון פון די מתפללים אגאנץ יאר
דיסעגרי

א ביהמד'ר פון א רבי פון אזא גרויסע חסידות דארף אריינעמען יעדעם אפילו אויף די חשבון פון קביעותדיגע מתפללים
אפשר ביי די הקפות זאל מען אויך נאר אריינלאזן די קביעותדיגע מתפללים?

א חוץ וואס איז יעדעמס טובה, אז די ברייטע ציבור האט די מעגלכקייט זיך מסתופף זיין בצל הקודש, די קביעותדיגע מתפללים ווילן נישט אז די עולם זאל מאכן שבת פאר זיך און מער נישט וועלן קומען.
קיינעם'ס נישט טובה אז יעדער זאל ווערן אומבאקוועם ווייל די באקוועמע אידן פון בית ברוך און אבני צדק ווילן קומען זעקס מאל א יאר צום רבי'ן, אויב קענסטו נישט קומען שטיין ווייל דו האסט נישט קיין זיץ איז קום נישט, געווען מנין אן דיר אויך.

דו שול גייט אן יעדן טאג פון יאר און יעדע שבת, מען פארדרייט נישט קיין ביהמי"ד און מען מאכט נישט ענג קבועות'דיגע מתפללים פאר געסט וואס דארפן פייוו סטאר סערוויס די פינף מאל א יאר זיי קומען.

די ביהמי"ד נעמט יעדעם אריין, עס איז דא לאנגע רייעס גענוג פלאטץ פאר יעדעם צו שטיין לופטיג און מיט הרחבה, אזוי ווי מען האט געדאווענט ביי אונזערע פריערדיגע רבי'ס זכרונם לברכה.

אויב שוין יא צולייגן און ענג מאכען דאן זאל מען טאקע אויסלייגן האקערליך פאר די ברכת כהנים זיצען, נישט די צפון דרום זיצען.
מען דארף פאר איין שב"ק זעצן אויף די שבועות שטענדערס ר ליפא גראס / ר דוד עקשטיין /ר מרדכי לייב / ר דוד שמואל ג"ב, און די שבועות שטענדערס משוגעת וועט זיך אויפהערן.

___

יא, מען דארף א נייע שול, קיינער איז נישט מחולק, ביז דאן איז עס וואס עס איז.

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:15 pm
דורך גראסערי
מחדש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:11 pm
גראסערי האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:03 pm
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:00 pm
איך האלט טאקע אז עס איז נישט ריכטיג צוצונעמען די זיצן פון די גאנץ יאריגע מתפללים אין ר"ה יו"כ שבועות, באמת אז מען דארף זיצן פאר געסט פון אנדערע בתי מדרשים דארף דאס זיין נישט אויפן חשבון פון די מתפללים אגאנץ יאר
דיסעגרי

א ביהמד'ר פון א רבי פון אזא גרויסע חסידות דארף אריינעמען יעדעם אפילו אויף די חשבון פון קביעותדיגע מתפללים
אפשר ביי די הקפות זאל מען אויך נאר אריינלאזן די קביעותדיגע מתפללים?

א חוץ וואס איז יעדעמס טובה, אז די ברייטע ציבור האט די מעגלכקייט זיך מסתופף זיין בצל הקודש, די קביעותדיגע מתפללים ווילן נישט אז די עולם זאל מאכן שבת פאר זיך און מער נישט וועלן קומען.
קיינעם'ס נישט טובה אז יעדער זאל ווערן אומבאקוועם ווייל די באקוועמע אידן פון בית ברוך און אבני צדק ווילן קומען זעקס מאל א יאר צום רבי'ן, אויב קענסטו נישט קומען שטיין ווייל דו האסט נישט קיין זיץ איז קום נישט, געווען מנין אן דיר אויך.

דו שול גייט אן יעדן טאג פון יאר און יעדע שבת, מען פארדרייט נישט קיין ביהמי"ד און מען מאכט נישט ענג קבועות'דיגע מתפללים פאר געסט וואס דארפן פייוו סטאר סערוויס די פינף מאל א יאר זיי קומען.

אויב שוין יא זאל מען טאקע אויסלייגן האקערליך פאר די ברכת כהנים זיצען, נישט די צפון דרום זיצען.
מען דארף פאר איין שב"ק זעצן אויף די שבועות שטענדערס ר ליפא גראס / ר דוד עקשטיין /ר מרדכי לייב, און די שבועות שטענדערס משוגעת וועט זיך אויפהערן.

___

יא, מען דארף א נייע שול, קיינער איז נישט מחולק, ביז דאן איז עס וואס עס איז.
ביז ווען די ציבור וועט זיך פארשאפן קלענער רבנים'ליך אזוי ווי אין וומ'ס
אין די גאנצע שוועריקייט פון די גלילות וועט זיך אויסשפרייטן אריין אין צענטער, דעמאלס וועט שוין זיין צו שפעט צו צוריקדרייען

יעדער איד, 6 מאל א יאר מוז זיך פילן באקוועם, כדאי די קהלה זאל זיך האלטן, ווען א דרויסענדיגע מענטש איז נישט באקוועם לייד יעדער סיי ווען יענער באשליסט צו פארן מער רעכטס און סיי מער צו לינקס

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:16 pm
דורך שמייכלדיג
מחדש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:44 am
ראש חדשים האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:31 am
לא ימושו מפיך האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:39 am הרה''ג רבי דוד גרינפעלד שליט''א איז געווארן אויפגענומען אלץ מו''ץ בית המדרש בית אלעזר דקהל יטב לב
נאכן אויפגענומען אלץ מו''ץ אין קהל יטב לב אין די לעצטיגע טעג.
געווען אן אפציעלע מעמד?
און ווען עס איז דא א אפציעלע מעמעד האט מען דען עפעס דערפון?! קהל צאלט סייווי נישט קיין פעני אינקאם פאר די לעצטע מוצי"ם וועם זיי האבן אויפגענימען, מען דארף נישט קיין "קהל" סטערפיקאט אדער א "בית הוראה" צעטל אז מען איז א ת"ח און מען קען פסקנ'ן, תורתו מכרזת עליו מבחוץ, עס איז דא היבש אפאר אינגעלליט מושלם בהוראו כאטש אז די נאז זייערע איז נישט הונדערט פארצענט איינקלאנג צו באקימען א קהל סטערפיקאט אז מען קען פסקנ'ן.
ביטע מאך נישט אוועק די הייליגע קהילה

ס'מאכט אסאך אויס ווען א ת"ח איז אפיציעל אויפגענומען

Re: נייעס און באריכטן פון קהלת סאטמאר (מהר"א) קרית יואל

געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:16 pm
דורך שבת קודש
יום טוב האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 12:04 pm עס איז אבער קאמיש, אז די אידן וואס קומען נאר אראפ צום רבין ימים טובים, און ווילן אז מען זאל זיי צושטעלן פלאץ אויפן חשבון פון די ועעכענטליכע מתפללים, זיי טענהן גאר אז מען דארף נישט קיין גרעסערע ביהמ"ד ווייל יעדע וואך איז דא גענוג פלאץ, און די קביעותדיגע מתפללים טענהן אז מען דארף יא א נייע ביהמ"ד ווייל די פלאץ איז ענג פאר סתם א וואך
עולם הפוך ראיתי
ס'איז אויף קיינמענס חשבון
די מתפללים פון צד צפון/דרום/פאליש האבן א גאנץ יאר א 'באנוס' וואס מתפללים אינעווייניג אין ביהמ''ד האבן נישט אז זיי האבן 'טישן'
ס''ה וועלן זיי אין אלע ימים טובים זיין פונקט ווי די אינעווייניגסטע און נישט האבן קיין טישן.