בלאט 102 פון 108
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 11:55 am
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 6:50 am
דער שפאנישער אויסערן מיניסטער מעלדט אז שפאניע, סלאוועניע און אירלאנד האבן פארלאנגט פונעם אייראפעאישן פאראיין אפצוהאלטן א דעבאטע איבער'ן אפשטעלן דעם פאראיין'ס קאאפעראציע אפמאך מיט מדינת ישראל.
דער אייראפעאישער פאראיין מעלדט אז דער פארשלאג אפצושטעלן דעם אסאסיאציע אפמאך מיט מדינת ישראל איז דורכגעפאלן נאכדעם וואס דייטשלאנד און איטאליע האבן זיך שארף אנטקעגנגעשטעלט.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 12:13 pm
דורך מאירוואלף
די אמעריקאנער פארהאנדלער סטיוו וויטקאף און חתדב"נ דזשערעד קושנער געפינען זיך נאך אלס אין די יונייטעד סטעיטס, טראץ די פלענער אפצופליען קיין פאקיסטאן. א רעגירונגס פליגער וואס האט זיי געזאלט אפנעמען פון מיאמי אינדערפרי האט זיך אויפגעהאלטן און איז ערשט מיט עטליכע מינוט צוריק אפגעפלויגן קיין וואשינגטאן אנשטאט קיין אויסלאנד.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 12:15 pm
דורך מאירוואלף
לויט i24NEWS: עס קומען פאר שווערע רייבערייען אין שפיץ פון די איראנער רעגירונג צווישן די הויפט פירער פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע און דעם איראנער פרעזידענט און דעם פארלימענט ספיקער, וועלכע זענען פאראינטערעסירט אין אן אפמאך.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 12:28 pm
דורך מאירוואלף
אנאליז:
בשעת דער טערמין פונעם פייער-אפשטעל לויפט אויס, זעט אויס אז די איראנער פירערשאפט – אונטער דער פעסטער האנט פון די רעוואלוציאנערע גווארדיע (IRGC) – איז נישט גרייט צו מאכן קיין שום פשרה. זיי זענען אומבויגזאם אין זייער פאדערונג אז אמעריקע מוז נאכגעבן און אראפנעמען טייל פון די ים-בלאקאדע בלויז פארן זכות פון אפהאלטן א צווייטע רונדע געשפרעכן. עס האנדלט זיך שוין נישט בלויז אין פארהאנדלונגס-טאקטיקן; דאס שפיגלט אפ א טיפע אידעאלאגישע איבערצייגונג ביי די הארטע ליניע גרופע אין טעהראן. די מענטשן וואס האלטן יעצט די לייצעס – אריינגערעכנט פיגורן ווי מוזשדאבא כאמענעי, גאליבאף, און אכמעד וואהידי – זענען באמת און בלינדערהייט גרייט צוריקצוגיין צום שלאכטפעלד.
פון זייער קוק ווינקעל פרובירט אמעריקא צו דערגרייכן דורך דיפלאמאטיע דאס וואס זי האט נישט באוויזן צו נעמען מיט כוח. זיי פילן זיך זעלבסט-זיכער נאך די לעצטע 40 טעג פון קאמפן און גלויבן אז אויב די מלחמה וועט זיך באנייען, וועט איראן קענען אנזייען דראסטישע שאדנס פאר די אמעריקאנער כוחות און די וועלט עקאנאמיע. זייערע שאצונגען זענען אז כאטש איראן קען עקאנאמיש נישט אויסהאלטן מער ווי עטליכע חדשים, וועט די מערב-וועלט און די גאלף לענדער נישט קענען אויסהאלטן די עקאנאמישע קלעפ פאר מער ווי עטליכע וואכן.
די השפעה פון די "הארטע-ליניע" חבורה איז פיל גרעסער ווי מען האט ערווארטעט, און זיי נוצן אויס די צעמישעניש אין די באשלוס-נעמען פראצעדורן וואס שטאמט פון מוזשדאבא'ס געזונט-צושטאנד, וואס מאכט אים שווער אויסצואיבן פולע קאנטראל.
דערצו זענען די יעצטיגע מיליטערישע קאמאנדירן אויסגעפארעמט געווארן דורך די בלוטיגע איראן-איראק מלחמה; זיי זענען איבערצייגט אז אין 1988 איז חומעיני געווארן "געצוואונגען" דורך דיפלאמאטן אנצונעמען א פייער-אפשטעל קעגן דעם ווילן פון די מיליטער, און זיי זענען אנטשלאסן דאס נישט צו לאזן פאסירן נאכאמאל.
אויב דאס איז טאקע די שטימונג אין טעהראן, וועט אפילו א פרישע עסקאלאציע און שווערע אטאקעס אויף איראנער אינפראסטרוקטור נישט שנעל טוישן זייער מיינונג.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 12:30 pm
דורך מאירוואלף
איראנישע קוועלער זאגן פארן WSJ: די געשפרעכן קענען ערשט ווידער אנגעהויבן ווערן נאכדעם וואס די יונייטעד סטעיטס וועט אראפנעמען די בלאקאדע אויף הארמוז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:01 pm
דורך בודקע
וועקטס מיך אויף ווען די ראולער-קאוסטער שטעלט זיך אפ... כ'בין שוין דיזי..
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:15 pm
דורך הדסים
בודקע האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 2:01 pm
וועקטס מיך אויף ווען די ראולער-קאוסטער שטעלט זיך אפ... כ'בין שוין דיזי..
וואס איז אזוי קאמפליצירט? די געשפרעכן גייען פארקומען מארגן אין איסלאמאבאד אבער נאר אויב די אמעריקאנע בלאקאדע גייט אראפ, די אמעריקאנע בלאקאדע גייט נישט אראפ נאר אויב איראן גיט אויף איר אוראניום, איראן האט שוין נישט קיין אוראניום זייט דער 12 טאג מלחמה, אבער איראן האט קיינמאל נישט בארייכערט קיין אוראניום בכלל.
צו די געשפרעכן וועלן גיין ווענס, און נאר קושנער מיט וויטקאף, אבער טראמפ קען נישט פארן ווייל ווענס פארט שוין, און ער איז שוין אויפ'ן וועג אהין אינ'ם ווייסן הויז און ס'איז נאך נישט באשטימט צי ער פארט.
די סטרעיט אוו הארמוז ווערט קאנטראלירט דורך אמעריקע, אבער אויב איראן נעמט נישט אראפ איר קאנטראל פונ'ם סטרעיט וועט אמעריקע ברעכן דעם פייער אפשטעל, וואס ענדיגט זיך גראדע אדער היינט נאכט אדער מארגן נאכט אדער וועט מען עס פארלענגערן אויף צוויי וואכן אדער איז עס שוין בטל ווייל איראן האט עס צעשטערט אדער איז עס קיינמאל נישט אריין אין עפעקט ווייל אמעריקע האט נישט אראפגענומען איר בלאקאדע וועגן די אוראניום וואס איז שוין חרוב.
סימפל.
אינספייערד ביי טינק'ן טענק.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:18 pm
דורך שינאווער
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 2:15 pm

געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:21 pm

די פראבלעם איז, אז ס'איז בכלל נישט קיין דזשאוק דאס..
כ'ווייס נישט וויאזוי טראמפ/איראן/פאקיסטאן'ס קעפ טוט נאכנישט וויי..
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:25 pm
דורך מאירוואלף
צוויי הויכראנגיקע פאקיסטאנער באאמטע האבן איבערגעגעבן פאר די 'עי-פי' נייעס אגענטור, אז די פירערשפט אין פאקיסטאן פירט דורך ברענעדיגע און אינטענסיווע געשפרעכן "אונטער די קוליסן", מיט'ן ציל צו ראטעווען און פארזיכערן אז די צווייטע רונדע פון די פייער-אפשטעל געשפרעכן צווישן אמעריקע און איראן זאל טאקע צושטאנד קומען.
לויט די באאמטע, הערשט א "אלגעמיינע אפטימיזם" ביי די פאקיסטאנער רעגירונג און די דעסיזשן-מעיקערס אין לאנד, אז מען וועט מצליח זיין צוזאמענצוברענגען די צדדים צום פארהאנדלונג טיש.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:27 pm
דורך מאירוואלף
ארויף א שטאפל..
איראנער אויסערן מיניסטער עבאס אראקשי:
"בלאקירן איראנער פארטן איז אן אקט פון מלחמה, און דעריבער א פארלעצונג פונעם פייער-אפשטעל. אטאקירן א קאמערציאלע שיף און נעמען איר מאנשאפט אלס משכונות, איז אפילו נאך גרעסערע פארלעצונג.
איראן ווייסט וויאזוי צו נייטראליזירן באגרעניצונגען, וויאזוי צו אפהיטן אויף אירע אינטערעסן, און וויאזוי זיך קעגנצושטעלן בוליאינג."
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:31 pm
דורך שינאווער
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 2:27 pm
ארויף א שטאפל..
איראנער אויסערן מיניסטער עבאס אראקשי:
"בלאקירן איראנער פארטן איז אן אקט פון מלחמה, און דעריבער א פארלעצונג פונעם פייער-אפשטעל. אטאקירן א קאמערציאלע שיף און נעמען איר מאנשאפט אלס משכונות, איז אפילו נאך גרעסערע פארלעצונג.
איראן ווייסט וויאזוי צו נייטראליזירן באגרעניצונגען, וויאזוי צו אפהיטן אויף אירע אינטערעסן, און וויאזוי זיך קעגנצושטעלן בוליאינג."
דאס זעט אויס ווי א מעססעדזש וואס ער איז באפוילן געווארן צו שרייבן.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:35 pm
דורך מאירוואלף
איראנ'ס אמבאסאדאר צום יו-ען האט יעצט געצויגן א שארפע רויטע ליניע איבער די פארהאנדלונגען:
עס וועלן נישט פארקומען קיין שום געשפרעכן אויב די ים-בלאקאדע ווערט נישט אפגעשטעלט. פינטל.
"מיר האבן עס קלאר געמאכט: דאס ברעכן די בלאקאדע איז א פונדאמענטאלע תנאי, און נאר נאכדעם וועט די קומענדיגע רונדע פון פארהאנדלונגען פארקומען."
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:36 pm
דורך מאירוואלף
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 9:34 am
טראמפ בעט פון איראן נאך פארן אנהייב פון די געשפרעכן: באפרייט די 8 פרויען וואס איר האט פלאנירט אומצוברענגן. עס וואלט געווען א גוטע התחלה.
איראן זאגט אז דאס איז קיינמאל נישט געווען אויפן טיש.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:44 pm
דורך מאירוואלף
פאקס ניוז באריכטעט אויך אז די איראנער האבן אפיציעל מחליט געווען נישט אנטיילצונעמען אין די פארהאנדלונגען.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 2:59 pm
דורך מאירוואלף
חיזבאללא האט אפיציעל גענומען אחריות אויף די היינטיגע שיסערייען אין צפון.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:04 pm
דורך מאירוואלף
אמיר סאיד איראוואני, איראנ'ס שליח צו די יו-ען, האט יעצט דינסטאג נאכמיטאג איבערגעגעבן פאר רעפארטערס אז די יונייטעד סטעיטס האט פריוואט אנגעגעבן צו הערן פאר די איראנער אז זי וועט בקרוב אראפנעמען די בלאקאדע, וואס דאס איז א הויפט פארלאנג וואס טעהראן האט געשטעלט אלס באדינג פארן זיך צוריקקערן צו די פארהאנדלונגען אין איסלאמאבאד.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:09 pm
דורך מאירוואלף
אין ליכט פון די אנטוויקלונגען מיט איראן און צוגרייטנדיג זיך צו די פארהאנדלונגען מיט לבנון – איז דער אמעריקאנער אמבאסאדאר האקאבי צוריקגערופן געווארן קיין וואשינגטאן פאר געשפרעכן אינעם ווייסן הויז.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:13 pm
דורך מאירוואלף
די ווייסע הויז מיט א מעסעדזש....
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:37 pm
דורך מאירוואלף
וואל סטריט דזשורנאל: פרעזידענט טראמפ באטראכט צו מבטל זיין די נסיעה פון די אמעריקאנער דעלעגאציע קיין פאקיסטאן, צוליב דעם וואס איראן ווייזט נישט ארויס קיין גרייטקייט נאכצוקומען זיינע פאדערונגען בנוגע די נוקלעארע פראגראם.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:41 pm
דורך מאירוואלף
די לופטהאנזא פירמע גייט מבטל זיין עטליכע אייראפעאישע רוטס און ארום 20,000 קורצע פלי-רייזעס וואס זענען געווען פלאנירט ביז חודש אקטאבער, כדי צו שפארן ברענשטאף צוליב די הויכע פרייזן וואס זענען געשטיגן אלס רעזולטאט פון די מלחמה מיט איראן.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:47 pm
דורך פעיק ניוז
שינאווער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 2:31 pm
מאירוואלף האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 21, 2026 2:27 pm
ארויף א שטאפל..
איראנער אויסערן מיניסטער עבאס אראקשי:
"בלאקירן איראנער פארטן איז אן אקט פון מלחמה, און דעריבער א פארלעצונג פונעם פייער-אפשטעל. אטאקירן א קאמערציאלע שיף און נעמען איר מאנשאפט אלס משכונות, איז אפילו נאך גרעסערע פארלעצונג.
איראן ווייסט וויאזוי צו נייטראליזירן באגרעניצונגען, וויאזוי צו אפהיטן אויף אירע אינטערעסן, און וויאזוי זיך קעגנצושטעלן בוליאינג."
דאס זעט אויס ווי א מעססעדזש וואס ער איז באפוילן געווארן צו שרייבן.
אקוראט דאס געוואלט שרייבן. עס זעט זיך אן מער און מער ווי די רעוואלוציאנערע גארד באפעסטיגט זיך ביים רעדל דארט.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:48 pm
דורך מאירוואלף
איראנער טאסנים נייעס אגענטור אין אן אפיציעלע מודעה:
אין די לעצטערע אויסטוישן האט אמעריקע נישט נאכגעלאזט פון דעם וואס איראן באצייכנט אלס איבערגעטריבענע און אומאקצעפטירבארע פאדערונגען, און קיין שום באדייטנדע פראגרעס איז נישט דערגרייכט געווארן.
* איראן שאצט יעצט אפ ווייטערדיגע געשפרעכן אלס א שאד אויף די צייט, און באשולדיגט אמעריקע אין בלאקירן יעדן רעאליסטישן אפמאך.
* די החלטה איז איבערגעגעבן געווארן דורך פאקיסטאן, און איראן וועט נישט אנטיילנעמען אין די געשפרעכן דארט אויף מיטוואך. די באשלוס איז ענדגילטיג.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 3:53 pm
דורך מאירוואלף
AP: ווענס רופט אפ זיין נסיעה.
Re: אמעריקא און מדנ"י, אין מלחמה מיט איראן
געפאוסט: דינסטאג אפריל 21, 2026 4:12 pm
דורך מאירוואלף
טראמפ פארלענגערט די סיעספייער.