בלאט 11 פון 12

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 1:16 am
דורך Spa 42
משה גפני האט קריטיקירט נתניהו פארן געבן א פרעסע קאנפערענץ פארלאפענע פרייטאג צונאכטס, א חילול שבת וואס עס איז נישט געווען לצורך פיקוח נפש.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 1:07 pm
דורך Spa 42
צוויי מדנ"י בירגער זענען ארעסטירט געווארן אין בן גוריון לופטפעלד, אויף באשולדיגונגען אז זיי פלאנען צו פארן קיין סיריע זיך אנצושליסן אין אייסיס טעראר גרופע.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 10:09 pm
דורך מיילעך פריילעך
צוויי יוגנטליכע אין ארץ ישראל געפונען זיך אין שפיטאל אין אן ערנסטער צושטאנד נאכ'ן נוצן פאלשע עלעקטראנישע ציגארעטלעך.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 10:29 pm
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:09 pm צוויי יוגנטליכע אין ארץ ישראל געפונען זיך אין שפיטאל אין אן ערנסטער צושטאנד נאכ'ן נוצן פאלשע עלעקטראנישע ציגארעטלעך.
וואס הייסט פאלש?

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 11:47 pm
דורך אויסגעשארפטע בליי
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:29 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 10:09 pm צוויי יוגנטליכע אין ארץ ישראל געפונען זיך אין שפיטאל אין אן ערנסטער צושטאנד נאכ'ן נוצן פאלשע עלעקטראנישע ציגארעטלעך.
וואס הייסט פאלש?
פאלש מיינט אומלעגאל.
יעדע עלעקטראנישע ציגארעטל וואס ווערט פארקויפט, דארף נאכקומען געוויסע רעגולאציעס.
פאלשע נעימען זיך געווענליך ווי א גרויסע ברענד, נוצן פאלשערהייט דעם ברענדס נאמען, און קומען נישט נאך די רעגולאציעס.

מען קען געשעדיגט ווערן פון נישט געזונטע און אפילו שעדליכע כעמיקאלן, אויך פונעם בעטערי.

ביידעוועי, עס איז דא אסאך קעיסעס אין ארץ ישראל איבער פאלשע ציגארעטלעך. לעצטנס איז א זעכצן יעריגער נפטר געווארן דערפון.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 12:03 am
דורך Spa 42
פליט האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 11:40 pm א מדינות ישראל טורמע וועכטער איז געטראפן געווארן נישט ביים לעבן און זיין היים לויט וויאזוי ס'קוקט אויס איז ער געהארגעט געווארן, אבער נישט פארבינדן מיט איסלאמישע טעראר.
ביים ארויספירן די קערפער, און דעטעקטיוו'ס ביי די אויספארשונגן.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 9:34 am
דורך שאינו יודע לשאול
די וועסט נייל מאסקיטא וויירוס האט שוין אנגעשטעקט 299 מענטשן אין א"י פון וואס פופצן זענען שוין טויט ל"ע.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 10:09 pm
דורך פליט
מאראקא האט געשלאסן א ביליאן דאלארדיגע דיעל מיט מדינות ישראל, צו זיך פאראייניגן ארום ספעיס איינגעלעגענהייטן.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מיטוואך יולי 10, 2024 10:55 pm
דורך Spa 42
א 8 יעריגע מיידל געפינט זיך אין א שווערע צושטאנד, נאכן ווערן געביסן ווארשיינליך פון אן עגדיס. (עקרב)

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:19 pm
דורך פליט
א פליגער מיט צוויי ארץ ישראל'דיגע בירגער האט געמאכט אן עמוירדזשענסי לאנדונג אין די שווער ראדיקאל מוסלמענע לאנד פאקיסטאן.

המקום ירחם עליהם.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:30 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:19 pm א פליגער מיט צוויי ארץ ישראל'דיגע בירגער האט געמאכט אן עמוירדזשענסי לאנדונג אין די שווער ראדיקאל מוסלמענע לאנד פאקיסטאן.

המקום ירחם עליהם.
אפדעיטס?

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: פרייטאג יולי 12, 2024 4:15 am
דורך פליט
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:30 pm
פליט האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 4:19 pm א פליגער מיט צוויי ארץ ישראל'דיגע בירגער האט געמאכט אן עמוירדזשענסי לאנדונג אין די שווער ראדיקאל מוסלמענע לאנד פאקיסטאן.

המקום ירחם עליהם.
אפדעיטס?
לויט באריכטן איז מען בלויז אפגעקומען מיט שרעק ב"ה, די פליגער האט פארראכטן די פראבלעם און זיך ווייטער ארויסגעלאזט צו די דעסטינאציע.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מיטוואך יולי 17, 2024 9:23 pm
דורך ניקל
שווערע מהומות איז היינט פארגעקומען און כנסת, כמעט ביז פעטש, האט אויסגעקוקט ווי א קינדערגארטן חדר

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 1:46 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:23 pm שווערע מהומות איז היינט פארגעקומען און כנסת, כמעט ביז פעטש, האט אויסגעקוקט ווי א קינדערגארטן חדר
דאס איז פארגעקומען נאך וואס מאנסור אבאס, דער פארזיצער פון די אראבישע פארטיי האט געזאגט ביי א רעדע אז " 50,000 ציווילע זענען שוין אומגעקומען אין עזה". דער כנסת פארזיצער האט פארארדענט אים אראפצופירן פונעם פאדיום, בעת די אנדערע אראבישע ח"כ האבן געשריגן אויף ביבי און אים אנגערופן טעראריסט.
מאנסור אבאס
מאנסור אבאס
unnamed - 2024-07-18T134301.939.jpg (96.62 KiB) געזען געווארן 422 מאל

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 2:19 am
דורך שאינו יודע לשאול
ניקל האט געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2024 9:23 pm שווערע מהומות איז היינט פארגעקומען און כנסת, כמעט ביז פעטש, האט אויסגעקוקט ווי א קינדערגארטן חדר
החוצה כל המחבלים...

#קינדערגארטן 2.0

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: זונטאג יולי 21, 2024 4:57 pm
דורך ניקל
א 3.6 ערדציטערניש איז באריכטעט געווארן און דרום א"י

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מאנטאג יולי 22, 2024 12:27 pm
דורך מיילעך פריילעך
דאס לענדל פאראגוויי מעלדט אז זי וועט רוקן איר אמבעסאדע אין מדינת ישראל, פון תל אביב, קיין ירושלים.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: דינסטאג יולי 23, 2024 2:44 pm
דורך Spa 42
נתניהו גייט זיך טרעפן מיט טראמפ קומענדיגע פרייטאג אין מאר-א-לאגע.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מיטוואך יולי 24, 2024 1:05 pm
דורך מיילעך פריילעך
בן גביר דערקלערט אז ער טוישט די סטאטוס קווא אז אידן קענען נישט אפיציעל דאווענען אויף די הר הבית.

''איך בין די פאליטישע אוטאריטעט, און איך טויש די פארשריפטן ''

טראץ וואס אידן ווערן אראפגעלאזט מעגן זיי אפיציעל נישט דאוונען לויט די אפמאך מיט די אראבישע ווירטשאפט דארט.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 12:44 pm
דורך Spa 42
די כנסת האט געשטימט צו העכערן די טעקס קרעדיט פאר אידן/מענטשן וואס אימיגרירן קיין מדנ"י.

לויט די נייע געזעץ וועלן עולים נישט דארפן באצאלן קיין סעילס טעקס אויפן ערשטן הויז וואס מ' קויפט, ביי די סכום פון קרוב צו 2 מיליאן שקל.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 12:12 am
דורך מיילעך פריילעך
טעראר אטאקע:

א טעראריסט האט געשטאכן און פארוואונדעט איין מענטש, סאלדאטן האבן געעפענט פייער אבער ער האט באוויזן צו אנטלויפן איבערלאזנדיג אין זיין קאר א ביקס און מעסערס.

א ערענסטע זיכעריי איז אונטערגענומען געווארן צו כאַפּן די טעראריסט.

לויט באריכטן האט אפאר קוילן אים באטראפן.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 11:03 am
דורך שאינו יודע לשאול
מיילעך פריילעך האט געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2024 12:12 am טעראר אטאקע:

א טעראריסט האט געשטאכן און פארוואונדעט איין מענטש, סאלדאטן האבן געעפענט פייער אבער ער האט באוויזן צו אנטלויפן איבערלאזנדיג אין זיין קאר א ביקס און מעסערס.

א ערענסטע זיכעריי איז אונטערגענומען געווארן צו כאַפּן די טעראריסט.

לויט באריכטן האט אפאר קוילן אים באטראפן.
געכאפט.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:31 am
דורך מיילעך פריילעך
שטעכעריי אין די היימישע בני ברק ?

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:33 am
דורך מיילעך פריילעך
טעראר אטאקע:

1 פרוי איז אומגעקומען און 4 אנדערע פארוואונדעט געווארן ווען א טעראריסט האט דורכגעפירט א שטעכעריי אין חולון, די טעראריסט איז דערשאָסן געוואָרן דורך פאליציי.

די פאליציי זוכט ארום נאך א מעגליכע טעראריסט, די טעראריסט איז פון די מערב ברעג.

Re: נייעס פון מדינת ישראל

געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:40 am
דורך מיילעך פריילעך
פון די שטעכעריי טעראר אטאקע. אין חולון.