בלאט 11 פון 29

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 2:03 am
דורך שיטתי
פופציגער האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:39 pm ווען מזאגט אויף עמיצן ער האט א פאטעטא קאפ, וואס מיינט עס?

ס'וואקסט אים אויפן האלז א פאטעטא אנשטאט א קאפ?
אדער, חוץ די קאפ, איז דא באזונדער א פאטעטא?
אויב איז עס באזונדער פונעם פליישיגן קאפ, וואקסט עס פאראלעל נעבן ס'קעפל? אדער איז די פאטעטא-קאפ באהאלטן ערגעצוואו אונטערן מארדע אדער גאר אין די האלז?

נאך עפעס, מרעדט פון א קליינע רויטע פאטעטעלע? אדער א געהעריגע? אדער גאר א גראסע ארגעניק פאטעטא?

נאך איין זאך, ס’נארמאל א מענטשליכע האלז זאל שפראצן פאטעטאס? אדער דארף עס עקסטער געפלאנצט ווערן?
די האסט פאטעטאדיגע קשיות.
מיין רבי פלעיגט עס אסאך זאגן.
אין אדם עומד על דעת רבו עד מ' שנה.
כאף דעמאלטס גייכעס פארשטיין.
יעצט קוק איך עס אן ווי די קאפ איז נאך א שאלאכטס אויף די פאטעטא וואס מדארף אפשיילן.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 11:26 am
דורך פשוט און גראד
די פראפיטס פון די אלע בלומען פארקויפער יעצט ערב שבועות, איי מיען א יעדע ארגעניזעטען מיט ביקור חולים’ס, ביסיידס די פוינט, קיינמאל געוויסט אז ס’איז דא אזוי סאך ביקור חולים’ס

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 3:02 pm
דורך נקודות טובות
ווי אזוי @דער תהלים איד קען הענדלען גאנץ אידטיש איינער אליינס.
דער קאווערט יעדע טעמע פון דעקל צו דעקל, האט אין אלעס א מיינונג. פירט דיבאטעס אין יעדע נושא כאילו דאס איז זיין ספעשעלטי.

איך הייב אן פארשטיין פשט אין @קשאנובער'ס אינטערשריפט... דער האט פשוט מער ווי 24 שעה א טאג.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 3:09 pm
דורך זיבן פעטע קוען
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 1:53 pm ווען זעהט מען וויפיל לייקס מען האט באקומען אונטער די נאמען פון די ניק און ווען נישט?
ווען מען האט נישט קיין איין לייק דעמלס זעט מען עס נישט
אזוי ווי מיך יעצט

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 3:30 pm
דורך מהודר
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:09 pm
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 1:53 pm ווען זעהט מען וויפיל לייקס מען האט באקומען אונטער די נאמען פון די ניק און ווען נישט?
ווען מען האט נישט קיין איין לייק דעמלס זעט מען עס נישט
אזוי ווי מיך יעצט
אויף די רעכטע זייט אונטער די ניק פלעגט שטיין וויפיל לייקס מען האט שוין באקומען סך הכול פון גאנץ איד-טיש פון אלע פאוסטס צוזאמען, לעצטענס זעה איך עס שוין נישט בין איך נייגעריג אויב ס'איז א סעטינג אדער מען האט עס אוועק גענומען

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 3:48 pm
דורך פופציגער
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:09 pm
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 1:53 pm ווען זעהט מען וויפיל לייקס מען האט באקומען אונטער די נאמען פון די ניק און ווען נישט?
ווען מען האט נישט קיין איין לייק דעמלס זעט מען עס נישט
אזוי ווי מיך יעצט
לייק פאר דיין אוועטער..

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 6:19 pm
דורך זיבן פעטע קוען
מהודר האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:30 pm
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:09 pm
מהודר האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 1:53 pm ווען זעהט מען וויפיל לייקס מען האט באקומען אונטער די נאמען פון די ניק און ווען נישט?
ווען מען האט נישט קיין איין לייק דעמלס זעט מען עס נישט
אזוי ווי מיך יעצט
אויף די רעכטע זייט אונטער די ניק פלעגט שטיין וויפיל לייקס מען האט שוין באקומען סך הכול פון גאנץ איד-טיש פון אלע פאוסטס צוזאמען, לעצטענס זעה איך עס שוין נישט בין איך נייגעריג אויב ס'איז א סעטינג אדער מען האט עס אוועק גענומען
עפשר האסטו א טעכנישע פראבלעם
ווייל ביי מיר זעט מען עס יא

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 11, 2024 7:43 pm
דורך ס'קען זיין אז..
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 12:36 am צ.ק.

אויב @ס'קען זיין אז.. האט א סקעדזול ווען ער לייגט ארויף אפדעיטס ביי: ערשטע פאוסט / אינטערעסאנטע ניק נעמען / פאפולערסטע טעמע / ווידיאוס / מערסטע הנאה געהאט היינט / וכו'
ניין

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 12:32 am
דורך דער תהלים איד
נקודות טובות האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:02 pm ווי אזוי @דער תהלים איד קען הענדלען גאנץ אידטיש איינער אליינס.
דער קאווערט יעדע טעמע פון דעקל צו דעקל, האט אין אלעס א מיינונג. פירט דיבאטעס אין יעדע נושא כאילו דאס איז זיין ספעשעלטי.

איך הייב אן פארשטיין פשט אין @קשאנובער'ס אינטערשריפט... דער האט פשוט מער ווי 24 שעה א טאג.
א גוטע וואך, און א געזונטן זומער. לאמיך דיר נישט לאזן מיט די נייגער אין האלז... לאמיר אויסנוצן די פרישקייט פון א מוצאי יו"ט צו ענטפערן נארמאל.

כאטש כ'האב שוין געשריבן אז ס'מאכט זיך אפט אז א צווייטער ענטפערט במקומי, זינט איך האב א חבר וואס איז אריינגעסיינט מיט מיין ניק, פרעג מיך נישט פארוואס... אבער באמת עפ"י רוב שרייב איך אליינס. פרעגסטו: פון וואו האט דער איד אזויפיל צייט צו זיין אינוואלווד אין אזויפיל נושאים?!

דער אמת'ער ענטפער איז, אז דאס איז מיין פרנסה. איך נעם פון קיינעם נישט קיין געלט צו שרייבן דא, מיין שרייבן איז בלויז מיין תשוקה פון איבערגעבן אינפארמעישן וואס איך ווייס ובפרט אין זאכן וואס איך זע ווי מענטשן טאפן אין די פינסטער און זאגן נאך דמיונות וואס אנדערע דערציילן... דארט האב איך אזא האבי פון דערציילן פאקטן וואס איך ווייס.

אבער, אלס מיין פרנסה זיץ איך אויף מיטינגען און איך הער ידיעות אין אסאך נושאים. לאמיר נעמען א משל דיין נושא... די שייטלען. מיינסט טאקע אז סתם אזוי האב איך דאס דורכגעאקערט? אין מיינע כולל יארן? נע... מ'איז געקומען צו מיר אז מ'גייט דארפן ארבעט פון מיר, און מ'האט מיר געגעבן א טוץ פון מראי מקומות און קאפיס צו אדורכטון די נושא. אין מיין זומער וואקאציע תשפ"ב איז 'דאס' געווען מיין וואקאציע... דארט האב איך דורכגעטון די נושא, געמאכט טעלפאן קאלס, וכו', ביז איך האב געזען אז די פאקטן שטימען, און איך בין אקעי צו זיין אינוואלווד דערין.

ווען זאכן שטימען נישט האב איך נישט ליב צו זיין אינוואלווד. גלייב מיר, איך האב שוין אפגעזאגט מערערע דזשאבס פאר אזעלכע סיבות.

נאך א זאך מטעם מיין פרנסה איז, אז איך דארף אסאך מאל זיין אין אפיס אין שווערע שעה'ן. למשל יעצט מוצאי יו"ט... איך האב געמוזט אריינקומען, ווייל איך האב נישט קיין סמארטפאון און נישט קיין טעבלעט ב"ה, און אלעס וואס איך טו איז אין אפיס, סוי אז מען דארף יעצט קאנפירמען אן ארדער פאר א קאסטומער, און אויך אראנזשירן עפעס פאר נעקסטע וואך זונטאג, בינעך יעצט דא אין אפיס. ממילא וואונדערסטו זיך צי איך האב מער ווי 24 שעה, אבער וועסטו גוט קוקן העסטו זען אז ס'גייט יעדן טאג אדורך לכה"פ 10 שעה וואס איך בין נישט דא...

נאר ווען איך בין יא אין אפיס, האב איך אפן אידטיש, און פון איין פאון קאל צום צווייטן, פון איין אימעיל צום צווייטן, טו איך ווייס איך האב ליב, איך רעאגיר איבער נושאים וואס איך ווייס די תשובות.

##מיך גענוג אויסגעפראקט?...

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 3:09 am
דורך וואוילער
צ.ק.

פארוואס איך גיי נישט שלאפן יעצט.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 3:53 am
דורך ס'קען זיין אז..
וואוילער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:09 am צ.ק.

פארוואס איך גיי נישט שלאפן יעצט.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 12:52 pm
דורך אנדערער
די גוגל טשעט גרופע פון אידטיש האט זיך פארמאכט?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 1:07 pm
דורך פופציגער
פארוואס די אלטע מלמדים רופן א מארקער "מעדזשיק".

כשרייב דא מיטן מעדזשיק אויפן בלעק באורד...
טאקע מעדזשיק, ווייל בעצם איז דער בלעק באורד ציכטיג ווייס.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 1:57 pm
דורך שאינו יודע לשאול
היינט איז זונטאג אדער פרייטאג?

איינער זאגט מיר אז ער האט נעכטן געגעסן פיצא מיט טשולנט.. ירא שמים יוצא ידי שתיהם..

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 2:05 pm
דורך דער תהלים איד
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:07 pm פארוואס די אלטע מלמדים רופן א מארקער "מעדזשיק".

כשרייב דא מיטן מעדזשיק אויפן בלעק באורד...
טאקע מעדזשיק, ווייל בעצם איז דער בלעק באורד ציכטיג ווייס.
זיי מברר פארוואס מען רופט די דינע טעיפ "סקאטש טעיפ".

ס'איז די זעלבע סיבה :roll:

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 4:45 pm
דורך שיטתי
פארוואס געריקט דעם אשכול פון בחצרות צי אידן שמועסן ?
viewtopic.php?p=97335#p97335

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 6:25 pm
דורך אנדערער
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:05 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:07 pm פארוואס די אלטע מלמדים רופן א מארקער "מעדזשיק".

כשרייב דא מיטן מעדזשיק אויפן בלעק באורד...
טאקע מעדזשיק, ווייל בעצם איז דער בלעק באורד ציכטיג ווייס.
זיי מברר פארוואס מען רופט די דינע טעיפ "סקאטש טעיפ".

ס'איז די זעלבע סיבה :roll:
סקאטש האט א גאנצע היסטאריע. אויב איך געדענק גוט מיינט עס ארגינעל גארבעדזש און ווען דער ערפינדער האט עס פרובירט צו פעינטן קארס מיט צוויי קאלירן און די ערשטע קאליר איז אראפגעקומען האט דער מענטש פון די קאר ריפעיר געשריגן נעם פון דא די סקאטש טעיפ

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: פרייטאג יוני 14, 2024 6:25 pm
דורך לעכטיג
שיטתי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:45 pm פארוואס געריקט דעם אשכול פון בחצרות צי אידן שמועסן ?
viewtopic.php?p=97335#p97335
בחצרות איז מער פאר נייעס, דאס איז א שמועסן אשכול.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: מוצש"ק יוני 15, 2024 10:45 pm
דורך מהודר
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 6:19 pm
מהודר האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:30 pm
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:09 pm

ווען מען האט נישט קיין איין לייק דעמלס זעט מען עס נישט
אזוי ווי מיך יעצט
אויף די רעכטע זייט אונטער די ניק פלעגט שטיין וויפיל לייקס מען האט שוין באקומען סך הכול פון גאנץ איד-טיש פון אלע פאוסטס צוזאמען, לעצטענס זעה איך עס שוין נישט בין איך נייגעריג אויב ס'איז א סעטינג אדער מען האט עס אוועק גענומען
עפשר האסטו א טעכנישע פראבלעם
ווייל ביי מיר זעט מען עס יא
איז דא איינער דא וואס קען זיך אויס מיט די טעכנישע דעטאלן פון דעם סייט?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: מוצש"ק יוני 15, 2024 11:02 pm
דורך ס'קען זיין אז..
מהודר האט געשריבן: מוצש"ק יוני 15, 2024 10:45 pm
זיבן פעטע קוען האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 6:19 pm
מהודר האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 3:30 pm

אויף די רעכטע זייט אונטער די ניק פלעגט שטיין וויפיל לייקס מען האט שוין באקומען סך הכול פון גאנץ איד-טיש פון אלע פאוסטס צוזאמען, לעצטענס זעה איך עס שוין נישט בין איך נייגעריג אויב ס'איז א סעטינג אדער מען האט עס אוועק גענומען
עפשר האסטו א טעכנישע פראבלעם
ווייל ביי מיר זעט מען עס יא
איז דא איינער דא וואס קען זיך אויס מיט די טעכנישע דעטאלן פון דעם סייט?
איך מיין אז @בראשית ברא קען זיך אויס אדער איינער פון די מנהלים

אדער גיי דא
viewtopic.php?t=311

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: מוצש"ק יוני 15, 2024 11:25 pm
דורך ס'קען זיין אז..
ווילאנג טראכסטו ביפארן לייקן איינעם?

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 12:38 am
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:05 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:07 pm פארוואס די אלטע מלמדים רופן א מארקער "מעדזשיק".

כשרייב דא מיטן מעדזשיק אויפן בלעק באורד...
טאקע מעדזשיק, ווייל בעצם איז דער בלעק באורד ציכטיג ווייס.
זיי מברר פארוואס מען רופט די דינע טעיפ "סקאטש טעיפ".

ס'איז די זעלבע סיבה :roll:
סקאטש איז די נאמען פון די קאמפעני וואס איז דער ״ברענד נעים״ פון דעם פראדוקט.

זייער אסאך זאכן ווערן גערופן אויפן נאמען פון די קאמפעני וואס האט דאס דער ערשטער געמאכט, אדער ווער עס איז די גרעסטע אין דעם ליין.

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 2:35 am
דורך אנדערער
וואוילער האט געשריבן: זונטאג יוני 16, 2024 12:38 am
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 2:05 pm
פופציגער האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 1:07 pm פארוואס די אלטע מלמדים רופן א מארקער "מעדזשיק".

כשרייב דא מיטן מעדזשיק אויפן בלעק באורד...
טאקע מעדזשיק, ווייל בעצם איז דער בלעק באורד ציכטיג ווייס.
זיי מברר פארוואס מען רופט די דינע טעיפ "סקאטש טעיפ".

ס'איז די זעלבע סיבה :roll:
סקאטש איז די נאמען פון די קאמפעני וואס איז דער ״ברענד נעים״ פון דעם פראדוקט.

זייער אסאך זאכן ווערן גערופן אויפן נאמען פון די קאמפעני וואס האט דאס דער ערשטער געמאכט, אדער ווער עס איז די גרעסטע אין דעם ליין.
פעמפערס, גוגל, זיראקס, גילא, שארפי, שיטראק

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: זונטאג יוני 16, 2024 12:50 pm
דורך אלטערנעסייד פארקינג
פארוואס ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפערן פאר ניק וואס ווענדט זיך צו די הנהלה מיט א זאכליכע פראגע נעמט מען זיך מעקן זיינע תגובות מיט נארישע סיבות ווי קוועשטשאן מארקס וכדומה?

דיסקלעימאר: איך רעד נישט פון אונזער געשמאקע טישל!

Re: זאכן וואס איך וויל וויסן

געפאוסט: דינסטאג יוני 18, 2024 11:13 pm
דורך וואוילער
אויב @שאינו יודע לשאול מיט @שוואכער זענען קוזינס
זיי זעהן אויס ענליך.