בלאט 11 פון 13
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 1:32 am
דורך Spa 42
Spa 42 האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 07, 2024 1:28 am
ערב שבת איז געווארן אפגעצייכענט 100 יאר פון די ציוניסטישע רציחה אויף דאקטאר יעקב ישראל דעהאן הי"ד, וואס האט אסאך ארויסגעהאלפן די עדה החרדית אין א"י, און איז געווען א דארן אין אויג פון די רשעים וואס האבן געוואלט האבן א אידישע מדינה.
צענליגער אידן זענען עש"ק ארויף צו זיין קבר ווי מ' האט געזאגט תהילים, געלערנט משניות און געצינדן ליכט.
רק בדם תהיה לנו הארץ.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 1:43 am
דורך Spa 42

- 724652_tumb_800Xauto.jpg (102.8 KiB) געזען געווארן 1468 מאל

- 724656_tumb_800Xauto.jpg (236.69 KiB) געזען געווארן 1468 מאל

- 724657_tumb_800Xauto.jpg (235.55 KiB) געזען געווארן 1468 מאל
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 07, 2024 2:05 pm
דורך וואוילער
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 8:08 pm
פעינטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 6:30 pm
שמח האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 04, 2024 5:11 pm
וואו קומט עס דא אריין?
ווילסט כשר'ן די טמא'נע מיליטער??
איך בין גארנישט געקימען פסול'ן אדער כשור'ן.
כ'זע נאר די פאוסטס דא ווי מען באוויינט די אומגליק פון צוויי חרידישע בחורים וואס עסן אין מאקדאנעלדס, און מברענגט ארויס מיט דעם אז די מיליטער שמד אונז אפ, קום איך זאגן אז ס'כשר.
און מעגסט זיי נעקסטע מאל דן זיין לכף זכות.
דער פראבלעם איז אז זיי עסן נישט כשר?
האסט נישט ארויס די זאך, נישט ''דאס'' איז דער פראבלעם מיטן בילד.
נאר וואס טאקע איז די רידעריי?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 11:34 am
דורך Azoi Tzi Zugen
ק/פ
פרסום ראשון
נחשפים שמות המוסדות החסידיים המצטרפים לחינוך הממלכתי-חרדי
מוסדות של קרלין, צאנז, בעלז וויז'ניץ בין אלו שיעברו ללימודי ליבה ופיקוח מלא • צפויים להתחיל כבר בשנת הלימודים הקרובה
בהמשך לפרסום הראשוני בשבוע שעבר על מעבר מוסדות חסידיים רבים לזרם הממלכתי-חרדי (ממ"ח), ניתן כעת לחשוף את שמות המוסדות החסידיים המצטרפים למהלך המשמעותי הזה.
על פי המידע שהתקבל, המוסדות החסידיים הבאים קיבלו סמל מוסד ויעברו לזרם הממ"ח: מוסדות קרלין, מוסדות צאנז, מוסדות בייאלה, מוסדות בעלז, מוסדות ויז'ניץ, מוסדות בייאן, ומוסדות כלל חסידי.
מוסדות חסידיים אלו, שהיו עד כה מוסדות פטור ללא לימודי ליבה ופיקוח, צפויים להתחיל ללמוד במסגרת הממלכתית-חרדית כבר בתחילת שנת הלימודים הקרובה.
בנוסף למוסדות החסידיים אלו ולמעבר של מוסדות מרשת 'בני יוסף' של ש"ס, צפויים לקום חמישה בתי ספר ממלכתיים-חרדים חדשים בשנה הקרובה.
גורם בכיר במשרד החינוך מסר כי המשרד מוצף בפניות של מנהלים מרשתות החינוך של ש"ס ויהדות התורה המבקשים להצטרף לזרם הממלכתי-חרדי. "לפחות 25 פניות. הציבור החרדי למד לדרוש מה שמגיע לו, לשאול שאלות, ובעיקר הוא רואה שהשד אינו נורא כל כך," הוא אומר.
מאגודת ידידי הממ"ח נמסר בתגובה: "אנו מברכים על הצטרפות המוסדות החסידיים החדשים, שמחים על פריצת הדרך שאנו מובילים מזה עשור, הכוללת נתינת ארגז כלים עשיר וחינוכי לתלמיד החרדי, ומברכים את אלפי התלמידים החדשים".
מהלך זה צפוי להגדיל באופן משמעותי את חלקו של החינוך הממלכתי-חרדי, שעומד כיום על כ-5% בלבד מכלל מוסדות החינוך החרדיים, ומסמן המשך מגמה של שינוי בגישה של חלקים נרחבים בציבור החרדי, ובפרט בקרב הציבור החסידי, כלפי לימודי חול ופיקוח ממשלתי.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 1:10 pm
דורך Spa 42
א פרילינג (איך שרייב עס גוט??...) איז געבוירן געווארן צו א פארפאלק אין פתח תקוה.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 08, 2024 1:13 pm
דורך אנדערער
Spa 42 האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 08, 2024 1:10 pm
א פרילינג (איך שרייב עס גוט??...) איז געבוירן געווארן צו א פארפאלק אין פתח תקוה.
פירלינג
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דינסטאג יולי 09, 2024 5:15 pm
דורך שאינו יודע לשאול
JDN
א שווערע טראגעדיע האט פאסירט היינט אין ארץ ישראל, ווען א חרדישער איד וואס האט געטון פלאמבינג ארבעט, איז אריינגעפאלן אין א גרוב אין א שווערע פארנעם, און רח"ל אויסגעהויכט זיין נשמה פון די וואונדן.
דער דריי און זיבעציג יעריגער איד ר' יוסף אורן ע"ה, איז געווען באקאנט ביי אלע איינוואוינער אין שטאט בראכפעלד אין מודיעין עילית, אלס פלאמבער פלעגט ער ארומגיין צו הייזער ארויסהעלפן אין פארשידענע הינזיכטן, און מיט א שמייכל אנטפאנגען יעדן, געהאלפן מיט א גוט הארץ, און זיך געפריידט צו קומען צו הילף פאר אידישע איינוואוינער.
היינט צופרי איז ער גערופן געווארן אויפצושטאפן א סוער אין איינער פון די שטאטישע גאסן, אריינגייענדיג אינעווייניג האט ער זיך אויסגעגליטשט און געשעדיגט געווארן פון די שעדליכע איינריכטונגען, ליידער איז ער נפטר געווארן אויפן פלאץ, אין צוגאב צו נאך א אינגערמאן וואס איז אים געקומען ארויסראטעווען, און איז אליינס שווער פארוואונדעט געווארן.

- unnamed - 2024-07-09T171309.634.jpg (90.52 KiB) געזען געווארן 1338 מאל
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 18, 2024 2:00 pm
דורך Spa 42
א 70 יעריגע פרוי איז געווארן אראפגעקלאפט אין ירושלים דורך די רכבת הקלה, און איז נפטר געווארן.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מוצש"ק יולי 27, 2024 9:50 pm
דורך Spa 42
א ישיבה בחור וואס איז דעטראנקען געווארן ערב שבת איז ליידער אוועק פון די וועלט.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג יולי 28, 2024 2:46 pm
דורך מיילעך פריילעך
די חרדי'שע שפיטאל לנידו, אין קרית צאנז וועט זיך אויסברייטערן און בויען נייע שפיטאל געביידעס אין די קומענדיגע יארן, וועלכע רעכענען אריין אכט שטאקן העכער דער ערד און דריי שטאקן אונטער דער ערד מיט צענדליגע נייע אפטיילונגען.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 1:09 am
דורך מיילעך פריילעך
געהאלפן געווארן מיט א קינד 15 יאר נאך די ברכה פון שר התורה הגר"ח קנייבסקי זצ"ל
בני ברק - פאר 15 יאר צוריק איז דער דיין הגאון רבי נחום גוטענטאג שליט"א אריין צו הגאון הגדול רבי חיים קנייבסקי זצ"ל און פארגעלייגט א שאלה ווי פאלגענד, היות ער האט א טאכטער וואס די דאקטוירים זאגן אז זי וועט ח"ו קיינמאל נישט קענען האבן קיין קינדער און מען טראגט איר אהן א שידוך א אינגערמאן וואס איז אן אלמן מיט 7 קינדער, צו זאלן זיי טוהן די שידוך אדער נישט, דער גאון האט געענטפערט אז אין זכות פון מגדל זיין די יתומים וועט זי זוכה זיין צו אראפברענגען קינדער אויף די וועלט און בעז"ה זוכה זיין צו זש"ק.
דער אינגערמאן וואס איז געווען אנגעטראגן איז הרה"צ רבי פנחס אליהו רבינאוויטש שליט"א א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מביאלא פשיסחא שליט"א וואס האט פארלוירן זיין ערשטע פרוי א טאכטער פון האדמו"ר מאוז'רוב שליט"א וואס איז ליידער אוועק פון די ביטערע מחלה, אויפן עצה פונעם גאון האבן די צוויי חתונה געהאט און געווארט אז די צוזאג זאל מקוים ווערן.
דעם פארגאנגענע פרייטאג איז אנגעקומען די גוטע בשורה אז נאך 15 יאר ווארטן איז געבוירן געווארן צו דער פארפאלק א טאכטער למזל טוב צו די אומבאשרייבליכע שמחה און פרייד פון די פאמיליע און גוטע פריינט.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 9:30 pm
דורך מיילעך פריילעך
אשדוד - איינע פון די חשוב׳ע מגידים אין ארץ ישראל הרב אילן גוזל שליט"א האט ביי זיין שיעור פארציילט א וואונדערליכע מעשה איבער די כוח פון א ניגון וואס האט צולאזט א פארשטיינערטע הארץ און צוריקגעברענגט א פארווארפענע נשמה צו אידישקייט. די מעשה האט פאסירט מיט ר׳ מאטי זארגער פון אשדוד וועלכע ארבעט אלס א באס דרייווער, איינע פון זיין טעגליכע רייזעס איז צו נעמען יעדן פארטאגס א גרופע עלטערע רוסישע פרויען פון די שטאט אשקלון קיין לוד צו זייער ארבעטס פלאץ.
איין טאג אינמיטן זיין טעגליכע רייזע האט ר' מאטי באקומען א רוף פון א זיינס א פריינט וואס האט געדארפט אריבערגיין א פארהער צו ווערן א חזן אין א דייטשער שוהל און די ראשי קהילה האבן געפאדערט ער זאל זינגען פאר זיי דעם ליד ׳א אידישע מאמע׳, ער האט זיך גלייך גענומען פארזינגען דעם ניגון ביז זיין פריינט האט זיך עס אויסגעלערנט, ביים אראפגיין פון די באס האט אים איינע פון די פרויען געזאגט אז עס האט זיך אויפגעוועקט ביי איר זכרונות פון 70 יאר צוריק ווען איר באבע פלעגט צינדן ליכט יעדן ערב שבת און געזינגען דאס ליד.
א צייט שפעטער האט ער באקומען א רוף פון דעם פרוי וואס האט אים געלאדענט צו די חתונה פון איר זוהן וואס איז פארגעקומען אין כפר חב"ד, צו זיין וואונדערליכע ערשטוינונג האט זי אים פארציילט אז פון יענעם טאג אהן וואס זי האט געהערט דעם ניגון האט זיך עפעס געטוישט ביי איר, זי האט אנגעהויבן צו צינדן יעדע ערב שבת ליכט און זינגען דעם ניגון וואס האט עווענטועל געפירט צו דעם אז איר נישט אידישע מאן זאל זיך אפ׳גט׳ן פון איר, מיט די צייט האבן זיי מיט הילף פון חב"ד אין זייער היימשטאט אשקלון גענצליך געטוישט זייער לעבן צו א אידישע לעבנס שטייגער, דער חתן וואס איז נאך דעמאלט געווען פריי איז געגאנגען לערנען אין ישיבה און איז צום סוף א חתן געווארן מיט א היימישע מיידל פון כפר חב"ד.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 7:36 am
דורך מהודר
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑זונטאג יולי 28, 2024 2:46 pm
די חרדי'שע שפיטאל לניאדו, אין קרית צאנז וועט זיך אויסברייטערן און בויען נייע שפיטאל געביידעס אין די קומענדיגע יארן, וועלכע רעכענען אריין אכט שטאקן העכער דער ערד און דריי שטאקן אונטער דער ערד מיט צענדליגע נייע אפטיילונגען.

- Screenshot_20240805-073520-443.png (826.1 KiB) געזען געווארן 1038 מאל
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:07 pm
דורך מיילעך פריילעך
ברעיקינג!
סאלאמאן אברומוב איז ארעסטירט געווארן אין ענגלאנד אלס די רוצח פון מושי קליינערמאן וואס איז פארלוירן געווארן מיט צוויי יאר צוריק אין די מירון אומגעגנט, סימנים פון בלוט איז געפינען געווארן אין זיין קאר!
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:21 pm
דורך פופציגער
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:07 pm
ברעיקינג!
סאלאמאן אברומוב איז ארעסטירט געווארן אין ענגלאנד אלס די רוצח פון מושי קליינערמאן וואס איז פארלוירן געווארן מיט צוויי יאר צוריק אין די מירון אומגעגנט, סימנים פון בלוט איז געפינען געווארן אין זיין קאר!
עפעס דעטאלן צו די געשיכטע?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:27 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:21 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:07 pm
ברעיקינג!
סאלאמאן אברומוב איז ארעסטירט געווארן אין ענגלאנד אלס די רוצח פון מושי קליינערמאן וואס איז פארלוירן געווארן מיט צוויי יאר צוריק אין די מירון אומגעגנט, סימנים פון בלוט איז געפינען געווארן אין זיין קאר!
עפעס דעטאלן צו די געשיכטע?
לכאורה איז נאכנישט באשטעטיגט אז ער איז טאקע געווען דער רוצח, ווי כ'פארשטיי האט מען געטראפן עפעס בלוט אינעם קאר מיט מושיס DNA, און מ'פארשט אים יעצט צי ס'איז געווען ער אדער ער ווייסט ווער ס'איז געווען.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:34 pm
דורך מיילעך פריילעך
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:21 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:07 pm
ברעיקינג!
סאלאמאן אברומוב איז ארעסטירט געווארן אין ענגלאנד אלס די רוצח פון מושי קליינערמאן וואס איז פארלוירן געווארן מיט צוויי יאר צוריק אין די מירון אומגעגנט, סימנים פון בלוט איז געפינען געווארן אין זיין קאר!
עפעס דעטאלן צו די געשיכטע?
סאיז דא צומישטע באריכטן צו סאיז אמת אדער נישט.
מאנכע ווייסן צו זאגן אז מהאט געטראפן DNA פון מוישי אין זיין קאר.
אנדערע ווייסן צו זאגן אז מהאט אים אויסגעליפירט צו מדנ"י.
לאמיר האפן אויפן בעסטן, הכלל יצחק שלמה דרעזנער וועט מן הסתם האבן א אינטערוויא היינט...
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:36 pm
דורך מיילעך פריילעך
פופציגער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:21 pm
מיילעך פריילעך האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:07 pm
ברעיקינג!
סאלאמאן אברומוב איז ארעסטירט געווארן אין ענגלאנד אלס די רוצח פון מושי קליינערמאן וואס איז פארלוירן געווארן מיט צוויי יאר צוריק אין די מירון אומגעגנט, סימנים פון בלוט איז געפינען געווארן אין זיין קאר!
עפעס דעטאלן צו די געשיכטע?
נאך א באריכטן.
ברעיקינג נייעס אין די זוכונגען נאך הבחור משה קליינערמאן
שלמה אבראמאוו, וועלכער איז אויסגעליפערט געווארן פון ענגלאנד קיין מדינת ישראל, לויט די פאליציי אויספארשער, איז א פארדעכטיגטער אין דער מארד פון דעם 17-יעריגן בחור מוישי קליינערמאן, וועמענס שפורן זענען פארשוואונדן געווארן אויפן בארג מירון מערץ 2022.
ביי זיין אויספארשונג האט דער אויספארשער געפרעגט אבראמאוו װעלכער איז געװען אײנער פון די לעצטע מענטשן, װאס האבן געזען מוישי לעבעדיג , אז בלוט־פלעקן פון מושי האבן זיך געפונען אין זײן קאר. אבראמאוו האט געלייקנט.
ביי נאך א אויספארשונג האבן די אויספארשער געזאגט פאר אבראמאוו, אז אין א קאר וואס האט נישט געהערט צו אים, האבן זיך געפונען בלוט פלעקן וואס געהערן לכאורה צו קליינערמאן. אבראמאוו האט געלייקנט עפעס צו האבן צו טון מיט דעם.
די וואך איז אבראמאוו, 37 יאר אלט פון ירושלים, צוויי מאל אויסגעפרעגט ביי זיין לאנדונג אין ארץ ישראל איבער די פארשווינדונג און מארד פון קליינערמאן און ווידער אפגעלייקנט די פארדעכטיגקייטן קעגן אים.
"איך האב גארנישט צו טון מיט דעם מארד," האט אבראמאוו געענטפערט די אויספארשער.
די אינוועסטאגעיטערס האבן נישט געברענגט קיין ראיות.
אבראמאוו האט אבער מודה געווען אז ער איז טאקע געווען מיט קליינערמאן איידער ער איז פארשוואונדן אבער האט נישט קיין אנונג וואס איז געווארן פון אים. "עס איז אמת אז איך בין געווען מיט אים עטליכע מאל אין געוויסע געגנטער, אבער איך האב אים נישט דערמארדעט. דו מיינסט אז איך וואלט געטאן אזא זאך?", האט ער געזאגט אין דער אויספארשונג. "איך האב נישט קיין אנונג וואס איז מיט אים נאכדעם געשען," האט אבראמאוו אנגעוויזן, "איך האב אים נישט אנגערירט און איך האב אים גארנישט שלעכטס געטון. עטס האסט א טעות געהאט".
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2024 1:37 pm
דורך פופציגער
וועמען איז בייגעפאלן יעצט צו אונטערזוכן עפעס א זיידעס קאר אין ענגלאנד?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:36 pm
דורך שאינו יודע לשאול
פאליצייאישע אכזריות פרייטאג אין מירון.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 11, 2024 6:37 pm
דורך דער תהלים איד

יהודה שלזינגר: שר החינוך במסיבת עיתונאים:
* 100 מוסדות ו 24 אלף תלמידים חרדים יתחילו ללמוד לימודי ליבה.
* ייבחנו במבחני מיצב ופיזה- מי שלא ייבחן לא ייכנס לאופק חדש.
* חסידויות משמעותיות מצטרפות. (לשאלתי: מדובר בבעלזא, צאנז, ביאלה ובויאן).
מעניין ומשמעותי.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:29 pm
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:36 pm
פאליצייאישע אכזריות פרייטאג אין מירון.
וואס איז דארט פארגעקומען?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:07 am
דורך Spa 42
א שטיין איז היינט אינדערפרי ארויסגעפאלן פון כותל בשעת די תפילות ביים נץ.
בחסדי השם איז קיינער נישט פארוואונדעט געווארן.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:51 am
דורך פליט
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:29 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:36 pm
פאליצייאישע אכזריות פרייטאג אין מירון.
וואס איז דארט פארגעקומען?
די מעשה איז נישט עפעס וואס מ'דארף ארויסשרייבן, אבער יענער איז א סכנה צו לאזן אויפן פריי.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 1:31 pm
דורך חנן
פליט האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 12, 2024 11:51 am
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 11, 2024 7:29 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 11, 2024 2:36 pm
פאליצייאישע אכזריות פרייטאג אין מירון.
וואס איז דארט פארגעקומען?
די מעשה איז נישט עפעס וואס מ'דארף ארויסשרייבן, אבער יענער איז א סכנה צו לאזן אויפן פריי.
ווי באקאנט איז מירון פול מיט מסוכנ'דיגע פארשוינען. לויט ווי ס'קוקט אויס ווי זיי ארעסטירן אים, ווי דאס רעדט זיך פון אזא איינער.