חסידי וויזניץ אין לאנדאן גרייטן זיך צום אויפבוי פון א שפאגל נייע בנין בית המדרש אויף די סטעמפארד הילל גאס
הרחבת גבולים בחצרות הקודש
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 254
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1205
Re: הרחבת גבולים בחצרות הקודש
אין א היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב קהלת פני מנחם בראשות ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלטר שליט"א, איז אין די יעצטיגע טעג ענדגילטיג באשטעטיגט געווארן דורך די שטאטראט אין ירושלים אוועקצושענקען פאר קהלת פני מנחם א ריזן גיגאנטישער שטח אין הארץ פון ירושלים, וואו ס'וועט אויפגעבויט ווערן דער נייער מרכז גדול לתורה ולתפלה דקהל פני מנחם.
די רעדע איז פון א ריזן שטח אויף רחוב תורה מציון, וואס האט ביז היינט געהערט צו די שטאטראט, און ס'איז דארט געווען קווארטירט די ראדיא סטאנציע - רשות השידור. אין די לעצטערע יארן איז דער שטח געווארן באשטימט דורכ'ן 'וועדת ההקצאות' פון די ירושלימ'ע שטאטראט דאס אוועקצוגעבן פאר ציבור'ישע געברויכן פון די חרדי'שע קהילות אין ירושלים, און ס'איז געווען פארשידענע פארהאנדלונגען און ביוראקטראטישע פראצעדורן איבער'ן באשטימען פאר וועם דער שטח וועט
געשאנקען ווערן.
ענדגילטיג איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער שטח ווערט געשאנקען פאר די אויפבליענדע קהלת פני מנחם וואס איז דערווייל סטאנציאנירט אין א צייטווייליגע בנינים אויף רחוב יוסף זיו, וואס איז שוין לאנג צר מהכיל, און ס'הערשט א וויכטיגע געברויך מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה און אויפבויען א בנין גדול ומפואר וואס וועט מתנוסס זיין לשם ולתפארה אלס לייכט טורעם פאר די פילע הונדערטער חסידים ומעריצים וואס קומען זיך מתחם זיין לאורו הבהיר פונעם ראש ישיבה.
אין צוגאב איז אויך געשאנקען געווארן דורך די שטאטראט א גרויסן שטח אויף רחוב ירמיהו, וואו עס וועט ווערן אויפגעבויט א בנין מפואר פאר די תלמוד תורה דקהל פני מנחם וואס וואקסט און בליעט אויף א הערליכן פארנעם.
אין די יעצטיגע טעג זיצן שוין די עסקנים והנהלת הקהלה אויף העפטיגע באראטונגען אריינצוגיין אין די פאקטישע פאזעס פון
אויפבויען דעם בית גדול לתורה ולתפלה, אויסרופנדיג גרויס פרייד און עקסטאז ביים גאנצן ציבור.

- פיילס
-
- בילדינג.png (1.04 MiB) געזען געווארן 1311 מאל
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 254
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1205
Re: הרחבת גבולים בחצרות הקודש
#2היימשע באפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 10:46 pm באבוב
אין בארא פארק הייבט מען אהן צו אראפנעמן הייזער לענגאויס די st47 צוצוגריטן פאר א בהמד איה
116313.jpeg
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 254
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1205
Re: הרחבת גבולים בחצרות הקודש
באבוב :
ברוך השם די נאוועמינסק בנין איז אינגאנצען אראפ[16&47]
אויפן פלאץ וועט איה ארויפקומען א מאסיווע קהל בנין וואס וועט אריינעמן הכנסת ארחים ביליגע שמחה זאלן אפיס פאר פארשידנע מוסדות און ארגענזאציעס מצה בעקריי ועוד

איך האב געהערט אז א געוויסע איד וואס וואוינט אויף די גאס, דאכט זיך אין די הויז אויף וואס מען זעהט אין די בילד פון די ציטירטע תגובה אויף די רעכטע זייט האט נאר געוואלט פארקויפן זיין הויז פאר 17 מיליאן דאלער און די רב האט געזאגט אז ער וועט נישט זעהן קיין סימן ברכה אין די געלט.היימשע באפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 28, 2026 10:57 pm#2היימשע באפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 10:46 pm באבוב
אין בארא פארק הייבט מען אהן צו אראפנעמן הייזער לענגאויס די st47 צוצוגריטן פאר א בהמד איה
116313.jpeg
122659.jpeg122680.jpeg
@היימשע באפער איז עס אמת?
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 254
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1205
Re: הרחבת גבולים בחצרות הקודש
איך האב אויך געהערט די מעשה אבער נעם נישט קיין אחריות אויב סאיז אמתמהודר האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 10, 2026 9:57 amאיך האב געהערט אז א געוויסע איד וואס וואוינט אויף די גאס, דאכט זיך אין די הויז אויף וואס מען זעהט אין די בילד פון די ציטירטע תגובה אויף די רעכטע זייט האט נאר געוואלט פארקויפן זיין הויז פאר 17 מיליאן דאלער און די רב האט געזאגט אז ער וועט נישט זעהן קיין סימן ברכה אין די געלט.היימשע באפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 28, 2026 10:57 pm#2היימשע באפער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 07, 2026 10:46 pm באבוב
אין בארא פארק הייבט מען אהן צו אראפנעמן הייזער לענגאויס די st47 צוצוגריטן פאר א בהמד איה
116313.jpeg
122659.jpeg122680.jpeg
@היימשע באפער איז עס אמת?
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 254
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1205
Re: הרחבת גבולים בחצרות הקודש
היימשע באפער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 09, 2026 8:54 pm באבוב :
ברוך השם די נאוועמינסק בנין איז אינגאנצען אראפ[16&47]
אויפן פלאץ וועט איה ארויפקומען א מאסיווע קהל בנין וואס וועט אריינעמן הכנסת ארחים ביליגע שמחה זאלן אפיס פאר פארשידנע מוסדות און ארגענזאציעס מצה בעקריי ועוד
-
היימשע באפער
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 254
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 05, 2026 12:16 am
- Location: brooklyn
- x 1205
Re: הרחבת גבולים בחצרות הקודש
היימשע באפער האט געשריבן: ↑מיטוואך יוני 10, 2026 7:51 pm124962.jpegהיימשע באפער האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 09, 2026 8:54 pm באבוב :
ברוך השם די נאוועמינסק בנין איז אינגאנצען אראפ[16&47]
אויפן פלאץ וועט איה ארויפקומען א מאסיווע קהל בנין וואס וועט אריינעמן הכנסת ארחים ביליגע שמחה זאלן אפיס פאר פארשידנע מוסדות און ארגענזאציעס מצה בעקריי ועוד
Re: הרחבת גבולים בחצרות הקודש
נייע תלמוד תורה דחסידי סקווירא וועט געעפנט ווערן אין סטעטן איילענד צום קומענדיגן שנת הלימודים בעז"ה
חסידי סקווירא אין סטעטן איילענד האבן מיט פרייד אויפגענומען די בשורה טובה אז בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וועט צום קומענדיגן לערן יאר געעפנט ווערן די טויערן פון די נייע תלמוד תורה תולדות יעקב יוסף דחסידי סקווירא אין סטעטן איילענד, מיט די נאכאנאנדע בליה און וואוקס פון די שיינע קהילה דחסידי סקווירא אין שטאט.
די סקווירא קהילה אין סטעטן איילענד האלט שוין היינט גאר נאנט צו הונדערט משפחות, און ווערט באגלייט דורכ'ן חשובן דיין הרה"ג ר' יחיאל כהן שליט"א. אצינד גייט מען ווייטער מיט די הרחבת גבולי הקדושה, מיטן עפענען די ערשטע טייל פון די מוסדות הקדושים דחסידי סקווירא אין שטאט, בברכתו ובעידודו פונעם רבי'ן.
די נייע חדר וועט געעפנט ווערן צום קומענדיגן שנת הלימודים תשפ"ז, וואו סקווירא חסידים תושבי העיר וועלן קענען מחנך זיין זייערע קינדער אויפן אויסגעטראטענעם וועג תחת דגלו והדרכתו פונעם רבי'ן שליט"א, אין די יעצטיגע טעג האט דער רבי אויפגענומען א וועד פון טעטיגע עסקנים און בעלי חינוך וואס וועלן זיך אפגעבן מיט אלע נויטיגע אנגעלעגנהייטן צום התייסדות המוסדות.

נייער תלמוד תורה "דרכי אבות דחסידי צאנז" וועט געעפנט ווערן אין לאנדאן צום קומענדיגן שנת הלימודים
אלפי חסידי צאנז פרייען זיך מיט די הרחבת גבולי הקדושה, ווען אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן געווארן די עפענונג פון די ערשטע "צאנזער מוסדות" על אדמת אייראפע, א נייער תלמוד תורה פאר חסידי צאנז אין שטאט לאנדאן, וואס וועט זיין בעז"ה א מקום תורה וואו די צעירי הצאן וועלן נתחנך ווערן בדרך התורה והחסידות.
ווי ביי אלע תלמודי תורה דחסידי צאנז איבער די וועלט, וועט אויך די חדר אין לאנדאן טראגן דעם נאמען "דרכי אבות", בברכתו ובעידודו פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א וועלכער האט באאויפטראגט די עסקני הקהילה זיך אריינצולייגן אין די עבודת הקודש צו מייסד זיין דעם נייעם תלמוד תורה אין לאנדאן, אין די צייט וואס די קהילה נאה וחסידה דחסידי צאנז אין לאנדאן וואקסט און בליהט לשם ולתפארת, ווען מיט קוים עטליכע וואכן צוריק איז געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיווע בוי פראיעקט אויפצובויען א שפאגל נייע ביהמ"ד פאר די קהילה אין לאנדאן.
בהוראת הקודש פונעם רבי'ן איז געשטעלט געווארן א וועד הנהלה רוחנית וואס וועט שטיין אין שפיץ פון אלע אקטיוויטעטן אין תלמוד תורה, הרה"ג ר' אברהם שמואל ליעבער שליט"א ראה"כ ערב דברי חיים אין ביהמ"ד צאנז אין לאנדאן, הרה"ג ר' משה וויינבערגער שליט"א ראש חבורת אורח חיים אין כולל שפע חיים צאנז אין לאנדאן, און הרה"ג ר' יוסף יצחק בראנדסדארפער שליט"א לאנגיעריגער מרביץ תורה אין די קהילה.
די נייע חדר וועט זיך עפענען בעז"ה קומענדיגן חודש חשון הבעל"ט, צום נייעם לערן יאר בשעה טובה ומוצלחת.