בלאט 11 פון 39
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 10:55 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די וויסקאנסין שולע שיסער איז אידענטיפיצירט געווארן אלס Natalie Rupnow, א פופצן יעריגע מויד וואס האט געלערנט אינעם שולע.
ארום עלעווע אינדערפרי האט יענע געפנט פייער אין א לייברערי צימער אינעם שולע, א לאקדאון איז דערקלערט געווארן ביז די פאליציי האבן גענומען קאנטראל אויף די סיטואציע.
די מערדער איז דערקלערט געווארן טויט אויפן וועג צום שפיטאל, לויט די פאליציי איז זי אומגעקומען פון אן אייגענע קויל.
צוויי פון די געשאסענע זענען אין א קריטישע צושטאנד, בעת די אנדערע פיר האבן נישט געליטן קיין לעבנס געפארפולע וואונדן.

- madison-9-us-er-241216_1734380070292_hpMain_16x9.jpg (168.34 KiB) געזען געווארן 548 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:01 pm
דורך שינאווער
פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ האט היינט מאנטאג זיך אויסגעדריקט אז ער וועט גאנץ מעגליך צוריקדרייען דער באשלוס פון די ביידען אדמיניסטראציע צו לאזן אוקריינע ניצן אמעריקאנע לאנג שטרעקיגע וואפנס טיף אין רוסלאנד. ווען א רעפארטער האט אים געפרעגט אויב ער פלאנט עס צוריקצודרייען האט ער געענטפערט: "איך קען, און איך האלט אז דער באשלוס איז געווען זייער א נארישע".

- yrtnp.PNG (524.71 KiB) געזען געווארן 543 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:10 pm
דורך דעת קדשי
ער איז פריש....
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:35 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א שווערער ווינטער שטורעם האט באטראפן אייאווע און טיילן פון נעבראסקע, פירנדיג צו מערערע עקסידענטן, און כאטש איין פאטאליטעט.

- ap24349633020186.jpg (58.4 KiB) געזען געווארן 508 מאל

- 0_ice_0000_Camada-3.jpg (29.38 KiB) געזען געווארן 508 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:39 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ChatGPT האט ארויסגעלייט פארן פובליק זייער נייע סורטש אפציע, וואס וועט צושטעלן מער פארגעשריטענע און צוגעפאסטע ענטפערס.

- cb006cbd7aa3a5d2439215174fb46be9.jpeg (34.01 KiB) געזען געווארן 505 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:30 am
דורך שאינו יודע לשאול
א זעכצן יעריגער איז ארעסטירט געווארן אין ניו מעקסיקא נאכן דערשיסן צום טויט פיר פון זיינע פאמיליע מיטגלידער.
דער מערדער האט אליינס געקאלט 911 און זיך איבערגעגעבן צו די פאליציי.

- gettyimages-1332902346-scaled.jpg (48.5 KiB) געזען געווארן 500 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 10:52 am
דורך שאינו יודע לשאול
ברעיקינג: א רוסישער גענעראל איז גע'הרג'ט געווארן אין א פון פאראויס איינגעפלאנצע באמבע אויפרייס אין די גאסן פון מאסקווע.
דער גענעראל, איגאר קירילאוו, איז געווען פאראנטוארטליך אויף די נוקלעארע קרעפטן פון מאמע רוסלאנד, און איז דער העכסטער באאמטער צו ווערן אומגעברענגט אינעם אוקריינע קריג.
אוקריינישע באאמטע האבן באשטעטיגט אז זיי זענען געשטאנען אינטער דעם אטענטאט.

- unnamed - 2024-12-17T104808.622.jpg (101.32 KiB) געזען געווארן 425 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 11:26 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער CEO פון טיק טאק האט זיך נעכטן געטראפן מיט טראמפ אין מאר-א-לאגא, אין די זעלבע צייט וואס די פירמע האט געבעטן פונעם סופרים קאורט צו אפשטעלן אויף צייטווייליג די אורטייל וואס פארלאנגט פון טיק טאק צו פארקויפט ווערן אדער וועט עס פארבאטן ווערן.
ביי א פרעסע קאנפרענס שפעטער אין טאג האט טראמפ געזאגט אז ער וועט איבערקוקן דעם אורטייל, און אז ער האט "א ווארעם פלאץ אין הארץ" פאר טיק טאק, די פלאטפארמע וואס ער זעט אלס איינס פון זיינע מיטלען צו אריבערברענגען די יונגווארג צו זיין זייט בעפאר די וואלן.

- Screenshot 2024-12-17 112026.jpg (46.91 KiB) געזען געווארן 417 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 11:31 am
דורך שאינו יודע לשאול
די אמיש סעקטע אין אהייאו האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט א גרופע פון הארווארד אוניווערסיטעט צו באקעמפן א לעצטיגע אהייאו סטעיט געזעץ וואס פארלאנגט ארויפצולייגן לעמפלעך אויף די 'באגי' וועגעלעך וואס די אמישע נוצן אלס טראנספארטאציע מיטל.

- buggy-1-1.jpg (215.98 KiB) געזען געווארן 413 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 11:45 am
דורך שאינו יודע לשאול
א 7.3 ערדציטעניש האט געטרייסלט דער פאציפישער אינזל וואנוטו, איינווארפנדיג סטרוקטורן און שעדיגנדיג פילע אנדערע, אריינגערעכנט די אמעריקאנע אמבאסאדע געביידע.

- -1x-1.jpeg (202.87 KiB) געזען געווארן 408 מאל

- c85232a4ea6f414e63dca8ba95735bea.jpeg (274.21 KiB) געזען געווארן 408 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:00 pm
דורך גמח
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 16, 2024 11:39 pm
ChatGPT האט ארויסגעלייט פארן פובליק זייער נייע סורטש אפציע, וואס וועט צושטעלן מער פארגעשריטענע און צוגעפאסטע ענטפערס.cb006cbd7aa3a5d2439215174fb46be9.jpeg
עס גייט האבן סווייפ?????????
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 2:58 pm
דורך חנן
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 11:31 am
די אמיש סעקטע אין אהייאו האט זיך צוזאמגעשטעלט מיט א גרופע פון הארווארד אוניווערסיטעט צו באקעמפן א לעצטיגע אהייאו סטעיט געזעץ וואס פארלאנגט ארויפצולייגן לעמפלעך אויף די 'באגי' וועגעלעך וואס די אמישע נוצן אלס טראנספארטאציע מיטל.buggy-1-1.jpg
די 'באגי' וועגלעך וואס זיי נוצן הייסט אויף אונזער שפראך א 'וואגן', [אדער א 'פוהרל', צי א 'דראשקע' אויף מנחם מענדל'ס שפראך..].
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 3:00 pm
דורך נאו לעיבל
פיינע נייעס די אשכול.
שכח @שאינו יודע לשאול
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 7:17 pm
דורך שינאווער
פובליק סערוויסעס האבן זיך צוריק אנגעהויבן אין סיריע, מיט די רעבעלן געפירטע גאווערמענט פרובירנדיג צוריקשטעלן די ווירטשאפט, די מיסט ארבעטערס רייניגן אפ דאס לאנד פון אלע בילדער און מאנומענטן פון די 50 יעריגע אסאד רעזשים.

- VymDBV.jpeg (33.44 KiB) געזען געווארן 292 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 7:19 pm
דורך שינאווער
אין קהילת עדת ישראל אין מעלבוירן, אויסטראליע, קומט פאר א מעמד בקשת מחילה פון די ספרים און תשמישי קדושה וועלכע זענען ליידער געווארן פארברענט אין די אנטיסעמיטישע אטאקע.

- MEsykk.jpeg (36.64 KiB) געזען געווארן 292 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 7:20 pm
דורך שינאווער
א כאמאס קוואל זאגט פאר די וואשינגטאן פּאוסט: "מיר האבן אויפגעגעבן אויף אונזער פארלאנג אויף א פערמאנענטער ענדע צו די קריג און אויף די פארלאנג אז די מדינת ישראל מיליטער זאל זיך ארויסציען פון עזה.
אונזער יעצטיגער פארלאנג איז אז די פאלעסטינער זאלן זיך קענען אומקערן צו די צפון געגנטער אין עזה.

- MyLDrf.jpeg (109.09 KiB) געזען געווארן 293 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 7:22 pm
דורך שינאווער
א ריכטער אין שפיץ פון די קארופציע קעיס אקעגן ניו יארק סיטי מעיאר עריק עדעמס האט אפגעווארפן א ביטע פון עדעמס ארויס צו ווארפן די קלאגעס
גאדוואקאטן פאר עדעמס האבן גע'טענה'ט אין געריכט אז אפילו אויב עס איז ריכטיג אז עדעמס האט געבעטן פון די פייער דיפארטמענט זיך אינטערצויאגן מיט באשטעטיגן א טערקישע קאנסולאט געביידע אין מאנהעטן אין אויסטויש פאר פרייע טרעוול און אנדערע געשאנקן, איז עס נישט אין די לעגאלע קאטאגאריע פון כאבאר און די קעיס דארף דעריבער ווערן ארויס געווארפן. ריכטער דעיל הו האט אבער געאורטיילט אקעגן זייער טענה, און געגעבן די גרינע ליכט אנצוגיין מיט די קעיס.

- 5555.jpg (102.56 KiB) געזען געווארן 293 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 10:24 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א טעק קאנסולטענט איז געטראפן געווארן שולדיג אין צווייטע גראד מארד קלאגעס, פארן שטעכן און אומברענגען דער ביליאנער באב לי, דער גרינדער פון CashApp, אין '23.

- untitled-1.jpg (51.6 KiB) געזען געווארן 260 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 11:32 pm
דורך שאינו יודע לשאול
דע אמעריקאנע רעגירונג האט פארבאטן די טשיינע טעלעקאם פירמע, א טעלקאמוניקאציע פירמע וואס פארקופט טשיפס און ענליכס, צו אפערירן אין די פאראייניגטע שטאטן.
דאס ווערט געזען אלס נקמה קעגן די כינעזע רעגירונג וואס האט אין א סייבער אפעראציע אויפגעדעקט דעם פארגאנגענעם זומער, ארויסגענאשט א ליסטע פון טעלעפאון נומערן וואס די יוסטיץ דעפארטמענט הערט אונטער.

- https___d1e00ek4ebabms.cloudfront.net_production_971563af-58eb-4d98-9a99-1e5cc06dbc6f.jpg (64.01 KiB) געזען געווארן 235 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 10:48 am
דורך שאינו יודע לשאול
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 11:44 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מאנטאג דעצעמבער 09, 2024 8:11 pm
דער פארשוין וואס איז ארעסטירט געווארן אין פענסילוועניע און ווערט באטראכט אלס דער יונייטעד העלטקער מערדער איז אנגעקלאגט געווארן מיט פינף טשארזשעס.unnamed - 2024-12-09T200835.825.jpg
ער איז געווארן אנגעקלאגט אין צווייטע גראד מארד, לויט די טיימס.
דער מאנהעטן דיסטריקט אטורני מעלדט אז ער וועט אנגעקלאגט ווערן מיט ערשטע גראד מארד קלאגעס.
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 11:11 am
דורך שאינו יודע לשאול
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 11:28 am
דורך שאינו יודע לשאול
דיעפ סטעיט בתפארתו:
פעדעראלע אגענטורן האבן געפנט אמווייניגסטנס דריי באזונדערע אויספארשונגען צו דערגיין אויב אילאן מאסק און ספעיס עקס איינגעשטעלטע האבן פארפעלט צו נאכקומען די פארשריפטן אנבאלאנגט די טאפ סעקיוריטי אינפארמאציע וואס ווערט מיטגעטיילט מיט זיי.
ספעיס עקס ארבעט אינאיינעם מיט נאס"א און אנדערע מיליטערישע אפטיילונגען, און האט ערהאלטן מיליטערישע קאנטראקטן אין די ווערט פון העכער צען ביליאן, אין די לעצטע פינף יאר.

- elon-musk-and-spacex-face-federal-reviews-after-violations-v0-dVn-BrUEUMQr8SQ0pyQ9-ry-P4tx-iHcgjS0VzQfRKc.jpg (100.43 KiB) געזען געווארן 159 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 11:42 am
דורך שאינו יודע לשאול
די האנדא און ניסאן קאר פירמעס האלטן אפ געשפרעכן צו דורכפירן געמיינזאמע ריסורטש, און עס איז דא א מעגליכקייט אז זיי וועלן זיך צוזאמשטעלן אלס איין פירמע.

- Screenshot 2024-12-18 114057.jpg (31.18 KiB) געזען געווארן 149 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 11:54 am
דורך שאינו יודע לשאול
דער בלו אריזשין ספעיס פירמע וואס באלאנגט פאר זשעף בעזאס גרייט זיך ארויסצוקומען מיט א פרישער ראקעט, איבערקומענדיג דערמיט די אויבערהאנט וואס אילאן מאסק האט געהאט ביז יעצט אין דער ספעיס פארמעסט צווישן די צוויי ביליאנערן.

- hq720 (3).jpg (68.92 KiB) געזען געווארן 139 מאל
Re: בולעטין
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 11:57 am
דורך א טויב
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 18, 2024 11:42 am
די האנדא און ניסאן קאר פירמעס האלטן אפ געשפרעכן צו דורכפירן געמיינזאמע ריסורטש, און עס איז דא א מעגליכקייט אז זיי וועלן זיך צוזאמשטעלן אלס איין פירמע.Screenshot 2024-12-18 114057.jpg
האנדא קוואליטעט, מיט ניסען קאנפערטביליטי קען ארבעטן!