בלאט 11 פון 29
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 12:52 pm
דורך פייל און בויגן
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:51 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:49 pm
וויאזוי דארף מען עס אנקוקען אז ס'איז א גלגול אדער פשוט א קראנקע פייגל וואס האט דארט אריינגעוואנדערט?
למאי נפקא מינה?
למקח וממכר.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 12:52 pm
דורך אנדערער
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:52 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:51 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:49 pm
וויאזוי דארף מען עס אנקוקען אז ס'איז א גלגול אדער פשוט א קראנקע פייגל וואס האט דארט אריינגעוואנדערט?
למאי נפקא מינה?
למקח וממכר.
How so?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 12:52 pm
דורך שמח
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:50 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:49 pm
א מעשה ווערט פארשפרייט וואס האט פאסירט נעכטן נאכט ווען מהאט געטראפן א פייגל זיצן אויפן מצבה פין די רביצין אלטא פיגא מסאטמאר מהאט עס פראבירט אוועקשיקן אין עס האט זיך נישט געריקט 10 יודן וואס האבן זיך דארט געפינען האבן געזאגט אפאר קאפיטלעך תהילים מיט א פרק משניות ווי נאר מהאט געענדיגט קדיש איז די פייגל געשטארבן אויפן פלאץ
וויאזוי דארף מען עס אנקוקען אז ס'איז א גלגול אדער פשוט א קראנקע פייגל וואס האט דארט אריינגעוואנדערט?
אינטערסאנט.
עס איז דא בילדער?

- 1000328011.jpg (124.15 KiB) געזען געווארן 1148 מאל

- 1000328017.jpg (129.79 KiB) געזען געווארן 1148 מאל
דאס באקומען, כ'נעם נישט קיין אחריות אויף די עצם מעשה.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 12:56 pm
דורך פייל און בויגן
דארף מען שאפן די ווידיאו פון די סעקיוריטי קאמערעס.
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג יולי 29, 2024 8:26 pm
דורך מיינע פאעזיעס
פייל און בויגן האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 29, 2024 12:56 pm
דארף מען שאפן די ווידיאו פון די סעקיוריטי קאמערעס.
אמת
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 11:29 am
דורך מיינע פאעזיעס
סא מורא'דיגע מעלה דעיס אז מ'גייט מיט תפילין ביי שחרית, אזוי ווען איינער טשעלענדזשדט דיך ציפרי אויב דו האסט שוין געדאווענט געט מען א שאר ארויף דעם ארבל און מען האט עדות,
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דינסטאג יולי 30, 2024 3:44 pm
דורך באקאנטע ידען
עס איז געווען לעצטנס א פארברענגן מיט הרה"ח ר' מענדל וועכטער שליט"א איינער קען עס צוברענגען (אדער אריינשיקן פריוואט) ?
אזוי אויך האט הרה"צ ר' יצחק בן ברכה לעבאוויטש שוין געגעבן א שיינע אנטווארט דערויף אז דאס וואס ער זאגט בתוך דבריו אז ביז ער איז נישט אנגעקומען צו ר' יואל האט ער נישט געוואוסט וואס איז די פשט פון ממלא כל עלמין וכו' פרעגט ר' יצחק פארוואס זענט איר נישט געגאנגען צו הרה"ק ר' יעקב שור?
ודפח"ח
בייגעלייגט ר' יצחקס ווערטער
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 2:34 pm
דורך באקאנטע ידען
באקאנטע ידען האט געשריבן: ↑דינסטאג יולי 30, 2024 3:44 pm
עס איז געווען לעצטנס א פארברענגן מיט הרה"ח ר' מענדל וועכטער שליט"א איינער קען עס צוברענגען (אדער אריינשיקן פריוואט) ?
אזוי אויך האט הרה"צ ר' יצחק בן ברכה לעבאוויטש שוין געגעבן א שיינע אנטווארט דערויף אז דאס וואס ער זאגט בתוך דבריו אז ביז ער איז נישט אנגעקומען צו ר' יואל האט ער נישט געוואוסט וואס איז די פשט פון ממלא כל עלמין וכו' פרעגט ר' יצחק פארוואס זענט איר נישט געגאנגען צו הרה"ק ר' יעקב שור?
ודפח"ח
בייגעלייגט ר' יצחקס ווערטער
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 3:18 pm
דורך שמייכלדיג
הער איך אז א חשובער איד ר' אשר פון לעיקוואוד וואס ווערט שוין גע'רודפ'ט א לאנגע צייט דורך רשעות'דיגע פראסעקיוטערס פאר לעכעריגע קלאגעס האט דער ריכטער היינט ב"ה ארויסגעווארפן אלע קלאגעס און מען קען עס מער נישט אפיעלן ב"ה, ווער ס'ווייסט מער פרטים קען אריינקומען
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 3:42 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שמייכלדיג האט געשריבן: ↑מיטוואך יולי 31, 2024 3:18 pm
הער איך אז א חשובער איד ר' אשר פון לעיקוואוד וואס ווערט שוין גע'רודפ'ט א לאנגע צייט דורך רשעות'דיגע פראסעקיוטערס פאר לעכעריגע קלאגעס האט דער ריכטער היינט ב"ה ארויסגעווארפן אלע קלאגעס און מען קען עס מער נישט אפיעלן ב"ה, ווער ס'ווייסט מער פרטים קען אריינקומען
דאס איז וואס הכל הבל שרייבט אויף אייוועלט. (בעפאר די ענדגילטיגע פסק)
► Show Spoiler
קורצע עקסקלוסיוו אפדעיט צו בולעטין לייענער איבער די פראצעס אקעגן הרב אשר בן חנה פרומט אייזמאן
נאך אומגעפער 3 וואכן פון די אנהויב פונעם פראצעס האט די קטיגור היינט געפארטיגט זייער קעיס און מארגן גייט מען הערן פון די פארטיידיגונג
די סניגור האט היינט פארלאנגט פונעם ריכטער ארויסצואווארפן די קעיס זאגנדיג אז אלע עדות וואס די פראקוראר האט פארגעשטעלט האבן אדער אנערקענט אז דער באשולדיגטער איז נישט באגאנגען סיי וועלכע פארברעך אדער כאטש קלארגעשטעלט אז זיי זענען נישט געווען פארמישט אין די קעיס
צוריק אין 2019 למספרם האט די סטעיט ארגינעל אנגעקלאגט אייזמאן מיט 5 קאונטס (אריינגערעכנט אז ער האט גערויבט נאנט צו א מיליאן דאלאר און טייל דערפון פון פובליק פאנדס) און די שולע פאנדעישאן מיט 4 פון זיי אבער די דזשורי האט ריינגעוואשן די פאנדיעשאן פון אלע קלאגעס און באפרייט אייזמאן פון די קאונטס (1, 2 און 4) אז ער האט גערויבט פון פובליק פאנדס
די דזשורי האט אבער יא געפונען אייזמאן שולדיג אויף קאונט 3 וואס לויטעט אז אין 2015 למספרם האט ער ארויסגענומען 200 טויזנט דאלאר פון די שולע פאר ספעציעלע קינדער וועלכע ער פירט אן און ער האט עס אריינגעשטעלט אין די אקאונטס פון 2 באזונדערע פירמעס און דאן ארויסגענומען א טשעק פון יענע פירמע דירעקט צו זיין אייגענע באנק אקאונט און דערנאך באצאלט פון זיין אקאונט אחוב וואס ער איז געווען שולדיג פאר א צדקה פאנדעישאן פאר די שולע
די באשולדיגונג לויטעט אז אייזמאן האט גענוצט די דריידל און ארויסגענומען דאס געלט פון די שולע און עווענטועל עס אריינגעגליטשט אין די שולע פאנדעישאן קאסע און דאדורך בארויבט די שולע זיך דערמיט צו באפרייען פון א פערזענליכע חוב וואס ער איז געווען שולדיג פאר די פאנדעישאן
די קלאגע איז באזירט אויף זייער באהויפטונג אז אין 2015 למספרם איז ער געווען שולדיג פאר די פאנדעישאן 250 טויזנט דאלאר אבער די פארטיידיגונג לייקנט עס קאטעגאריש זאגנדיג אז די פאנדעישאן איז גאר געווען שולדיג פאר אייזמאן 300 טויזנט דאלאר און אז זיי קומען אים נאך 600 טויזנט דאלאר
די דזשורי האט אויך געפונען אייזמאן שולדיג אויף קאונט 5 וואס באציהט זיך צו נוצן אן אפיציעלע קערפערשאפט צו באגיין א פארברעך (אין די פאל איז די אנגעבליכע פארברעך קאונט 3)
די פראקוראר האט פארלאנגט אריינצושליידערן הרב אייזמאן אין טורמע פאר 2 יאר ר"ל אבער דער ריכטער האט געזאגט ביי די סענטענסינג אז וויבאלד די באווייזן זענען געווען היבש בלאס און די סטעיט וואלט געקענט שליכטן אזא קעיס אויף אן אדמיניסטראטיווע פארנעם וועט ער פאראורטיילן רב אייזמאן צו 30 טאג טורמע מיט א יאר פראבעישאן פער קאונט וואס באטרעפט 60 טעג אין טורמע און 2 יאר פראבעישאן
קיינע פון די 2 זייטן זענען נישט געווען צופרידן פון די אויסגאנג און די קעיס איז געווארן אפעלירט אבער נאך די ערשטע פראצעס האט מען געהערט פון די פאנדעישאן בוכהאלטער צו וועם די פראקורארן האבן נישט גערעדט ביז דאן און יענע האט געזאגט אונטער שבועה אז זי איז די וועלכע האט דאקומענטירט די אנגעבליכע חוב פון 200 טויזנט דאלאר און עס איז נישט געווען ריכטיג און בלויז נומערן אריינגעקלאפט אין וואס זי באצייכנט אלס דאמפינג אקאונט אויסצוגלייכן די ביכער
די אדוואקאטן האבן אנגעוויזן אז די פאנדעישאן "ביכער" אויף וועלכע די פראקורארן באזירן זייער קעיס זענען געווארן דאקומענטירט דורך גוטהארציגע וואלונטירן פון די געמיינדע און געווען אזוי צעפלויגן און כאאטיש אז די סטעיט האט אויסגעארבעט מיט די פאנדעישאן אז זיי וועלן דורכפירן אן איבערזיכט צו פארריכטן די חשבונות און צושטעלן פינאציעלע סטעיטמענטס אונטער אן אודיט און די געפינס האט געוויזן אז אנשטאט וואס די אייזמאן זאל זיין שולדיג פאר די פאנדעישאן איז עס פונקט קאפויער
הרב אייזמאן האט געעפנט די שולע ארויסצוהעלפן זיין אייגן קינד וועלכע האט זיך גענוטיגט דערין און אינוועסטירט זיין גאנצע לייב און לעבן ארויסצוהעלפן אין די מוסד וועלכע איז זיך מיט די יארן ברייט צואוואקסן און זיך פינאנצירט אין גרויס טייל דורך פאנדינג פון ארומיגע פובליק שולע דיסטריקטן וועלכע האבן אהינגעשיקט סטודענטן מיט באגרעניצונגען און אין 2018 למספרם ארויסגענומען זיין פערזענליכע רעטייערמענט פאנד פון 100 טוינט דאלאר און עס פארבארגט צו די פאנדעישאן
אין 2022 למספרם האט דער ריכטער ארויסגעווארפן די שולד אורטייל ווען עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די דאן דעפיוטי סטעיט אטוירני דזשענעראל דזשאן ניקאדימא וועלכע האט אנגעפירט מיט יענע קעיס האט צוריקגעהאלטן באווייזן וועלכע וואלט געהאלפן די פארטיידיגונג
נאך יענע נידערלאגע האט די סטעיט אפעלירט די באשלוס צו ערשט צום אפעלאט דיוויזיע און דאן צום סטעיט סופרים קוארט אבער ביידע פארזוכן זענען דורכגעפאלן
נאך די שאנדפולע אנדעקונג האט די סטעיט ארויסגערוקט ניקאדימא פון די אטוירני דזשענעראל'ס אפיס און אים געגעבן א פאזיציע ביי די סטעיט הייוועי טראפיק סעיפטי אפיס און אצינד זוכן אייזמאן'ס אדוואקאטן אים אראפצוברענגן אלס עד
דעפיוטי אטורני דזשענעראל דזשעפרי מאניס און פרענק וואלדינאטא וועלכע פארפיגן אויפן איצטיגן קעיס האבן היינט אפעלירט צום ריכטער צו בלאקירן די סובפינע פאר ניקאדימא זאגנדיג אז זיין עדות'שאפט וועט בלויז צומישן, פארפירן און פארקירעווען די דזשורי פון זיין אויפגאבע צו אנאליזירן די פאקטן אינעם קעיס
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מיטוואך יולי 31, 2024 9:06 pm
דורך אנדערער
יישר כח @שמייכלדיג פאר די גוטע נייעס
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:29 am
דורך ר' משה
עפעס האט קול מבשר געזאגט נעכטן וועגן טשיילד טעקס קרעדיט. איינער מיט מער פרטים?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 10:51 pm
דורך וואוילער
נו, פארוואס אין קאנטרי דארף מען נישט אלעס אזויווי אין שטאט?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:01 am
דורך דאפלטער
אן אינטערעסאנטער פאראדאקס אויף די וואכעדיגע סדרה,
דער עולם איז אין פאר א שטיקל שיעור עיון?
א אינגערמאן האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב על תנאי אז אויב גייט זי נישט עסן קיין דבר אסור פאר דרייסיג טעג זאל די גט חל זיין פון יעצט,
די פופצנטער טאג האט די פרוי געמאכט א נדר אז זי גייט נישט עסן לאמיר זאגן ראגעלעך, די מאן האט עס געהערט און ער האט אויפן פלאץ צושטערט דעם נדר, און די פרוי האט טאקע געגעסן ראגעלעך,
קומט די דרייסיגסטע טאג און די פרוי האט נישט געגעסן קיין שום דבר איסור די גאנצע דרייסיג טעג און זי ווערט א גרושה ל"ע,
שטעלט זיך ארויס אז ווען זי האט געמאכט דעם נדר אז זי גייט נישט עסן קיין ראגעלעך איז זי געווען א גרושה און זי האט נישט געהאט קיין מאן וואס זאל איז מפר נדר זיין, אויב אזוי איז ווען זי האט געגעסן די ראגעלעך האט זי געגעסן א דבר איסור, אויב אזוי איז דאך די תנאי נישט מקוים געווארן און זי בלייבט לעבן מיט איר מאן בשלום ושלוה, קומט אבער אויס אז ווען זי האט געמאכט דעם נדר האט זי געהאט א מאן און איר מאן האט איר דאך מפר געווען, האט זי דאך נישט געגעסן קיין איסור איז זי דאך א גרושה האט זי יא געגעסן א איסור איז זי דאך חתונה געהאט, ענד סאו אן ענד אן
ווער קען ארויסהעלפן? וואס איז די הלכה?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:06 am
דורך מיינע פאעזיעס
דאפלטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:01 am

שווערע שאלה, ווי פלעגט מיין מגי''ש זאגן אזא צייט: פרעג מיר נישט קיין היכי תמצא שאלה'ס...
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:11 am
דורך שואל כענין
דאפלטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:01 am
אן אינטערעסאנטער פאראדאקס אויף די וואכעדיגע סדרה,
דער עולם איז אין פאר א שטיקל שיעור עיון?
א אינגערמאן האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב על תנאי אז אויב גייט זי נישט עסן קיין דבר אסור פאר דרייסיג טעג זאל די גט חל זיין פון יעצט,
די פופצנטער טאג האט די פרוי געמאכט א נדר אז זי גייט נישט עסן לאמיר זאגן ראגעלעך, די מאן האט עס געהערט און ער האט אויפן פלאץ צושטערט דעם נדר, און די פרוי האט טאקע געגעסן ראגעלעך,
קומט די דרייסיגסטע טאג און די פרוי האט נישט געגעסן קיין שום דבר איסור די גאנצע דרייסיג טעג און זי ווערט א גרושה ל"ע,
שטעלט זיך ארויס אז ווען זי האט געמאכט דעם נדר אז זי גייט נישט עסן קיין ראגעלעך איז זי געווען א גרושה און זי האט נישט געהאט קיין מאן וואס זאל איז מפר נדר זיין, אויב אזוי איז ווען זי האט געגעסן די ראגעלעך האט זי געגעסן א דבר איסור, אויב אזוי איז דאך די תנאי נישט מקוים געווארן און זי בלייבט לעבן מיט איר מאן בשלום ושלוה, קומט אבער אויס אז ווען זי האט געמאכט דעם נדר האט זי געהאט א מאן און איר מאן האט איר דאך מפר געווען, האט זי דאך נישט געגעסן קיין איסור איז זי דאך א גרושה האט זי יא געגעסן א איסור איז זי דאך חתונה געהאט, ענד סאו אן ענד אן
ווער קען ארויסהעלפן? וואס איז די הלכה?
viewtopic.php?p=59451#p59451
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:14 am
דורך דאפלטער
שואל כענין האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:11 am

בושות, זאל איך עס פארמעקן?
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:29 am
דורך שואל כענין
דאפלטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:14 am

פארוואס עפעס? סאיז א פראבלעם צו פרעגן א שאלה וואס איינער האט שוין געפרעגט? זיכער נישט פארמעקן. און עס איז כלל נישט קיין בושות. אויב דו ווילסט זעהן א תירוץ אויף דיין פאראדאקס קוק פון דארט און ווייטער.
גוט שבת!
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 12:45 pm
דורך מיינע פאעזיעס
וואס איז א קאמפיאטער גלייך צו א סווימינג פול?
ביידע מאכן קאלט...
(דרעזנער שמעלצער)
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 1:34 pm
דורך להגדיל הטראסק
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑זונטאג אוגוסט 04, 2024 12:45 pm
וואס איז א קאמפיאטער גלייך צו א סווימינג פול?
ביידע מאכן קאלט...
(דרעזנער שמעלצער)
און לויט ר' משה שווארטץ
אז ביידע דארפן א פילטער מיט א גדר צו זיין משומר...
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 7:32 am
דורך מהודר
דאפלטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:14 am
שואל כענין האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:11 am
דאפלטער האט געשריבן: ↑פרייטאג אוגוסט 02, 2024 11:01 am
אן אינטערעסאנטער פאראדאקס אויף די וואכעדיגע סדרה,
דער עולם איז אין פאר א שטיקל שיעור עיון?
א אינגערמאן האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב על תנאי אז אויב גייט זי נישט עסן קיין דבר אסור פאר דרייסיג טעג זאל די גט חל זיין פון יעצט,
די פופצנטער טאג האט די פרוי געמאכט א נדר אז זי גייט נישט עסן לאמיר זאגן ראגעלעך, די מאן האט עס געהערט און ער האט אויפן פלאץ צושטערט דעם נדר, און די פרוי האט טאקע געגעסן ראגעלעך,
קומט די דרייסיגסטע טאג און די פרוי האט נישט געגעסן קיין שום דבר איסור די גאנצע דרייסיג טעג און זי ווערט א גרושה ל"ע,
שטעלט זיך ארויס אז ווען זי האט געמאכט דעם נדר אז זי גייט נישט עסן קיין ראגעלעך איז זי געווען א גרושה און זי האט נישט געהאט קיין מאן וואס זאל איז מפר נדר זיין, אויב אזוי איז ווען זי האט געגעסן די ראגעלעך האט זי געגעסן א דבר איסור, אויב אזוי איז דאך די תנאי נישט מקוים געווארן און זי בלייבט לעבן מיט איר מאן בשלום ושלוה, קומט אבער אויס אז ווען זי האט געמאכט דעם נדר האט זי געהאט א מאן און איר מאן האט איר דאך מפר געווען, האט זי דאך נישט געגעסן קיין איסור איז זי דאך א גרושה האט זי יא געגעסן א איסור איז זי דאך חתונה געהאט, ענד סאו אן ענד אן
ווער קען ארויסהעלפן? וואס איז די הלכה?
viewtopic.php?p=59451#p59451
בושות, זאל איך עס פארמעקן?
ניין!
די לייגסט עס דאפלט ווייל דיין נאמען איז דאפלטער...
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:00 pm
דורך שבת קודש
א בריק האט זיך איבערגריסען דעם פארגאנגענעם פרייטאג ווען די סאמע לעצטע 'מאן' אור איינקיל פונעם הייליגן צאנזער רב זצ''ל איז נפטר געווארן
ס'איז אוועק הרב יחזקאל דוד האלבערשטאם ז''ל דאפלטער אור אייניקל און בא''ב פונעם צאנזער רב
יעצט איז נאך געבליבן נאר נאך 'איין' אור אייניקל פון צאנזער רב וואס לעבט הרבנית כ''ץ תליט''א אשת ר' יוסף ע''ה
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:40 pm
דורך מיינע פאעזיעס
היינט געפאלט די יארצייט פון אהרן הכהן - אהרן בן עמרם
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:15 pm
דורך שבת קודש
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:40 pm
היינט געפאלט די יארצייט פון אהרן הכהן - אהרן בן עמרם
אהרן הכהן איז דאך געווען די אוהב שלום ורודף שלום
האב איך אמאל געהערט פון א איד וואס האלט אז די צד שכנגד פון זיין פארטיי זענען שקצים און מען טאר נישט מיט זיי שלום מאכן
אז די ספרים טייטשען אז 'רודף שלום' מיינט אז אהרן האט 'אוועקגערוידפט דעם שלום' ער האט בשום אופן נישט געלאזט ס'זאל זיין שלום..
אינטערסאנט צו וויסן אויב ס'איז טאקע דא אזא טייטש אויב איינער ווייסט א מקור
Re: על דא ועל הא
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 1:17 pm
דורך ציבורא
מיינע פאעזיעס האט געשריבן: ↑מאנטאג אוגוסט 05, 2024 12:40 pm
היינט געפאלט די יארצייט פון אהרן הכהן - אהרן בן עמרם
די איינציגסטע יארצייט דערמאנט אין די תורה