בלאט 2 פון 2

מעביר סדרה זיין יעדע וואך

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 10:53 am
דורך וואוילער
האמיר שוין א שטיקל קלארקייט בנוגע תרגום און רש״י.
וואס איז די געדאנק פון שנים מקרא? פארוואס 2 מאל?

פשוט חזרה?

Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 15, 2024 4:33 pm
דורך רואה חשבונות
האמיר יעצט געפערטיגט שנים מקרא ואחד תרגום כמבואר בשולחן ערוך, אויפן פארטש.

הערסטו? מרישא ועד גמירא מיט הפטורה, מיט אזא דינעם ווינטל צו דער זייט. אאא מעין עולם הבא. די גוטע אטמעספערע האט מיר ערמעגליכט צו אביסל קאנצענטרירן אויף די טייטש.

אוי, לית טב מיניה. אוי ביסטו א גוטער באשעפער מיט א כלל ישראל מיט אזעלעכע שיינע מנהגים.

Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 8:26 pm
דורך איש ציון
ווענד זיך ווי א וואך
ליידער

Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?

געפאוסט: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:03 pm
דורך פרייליך
איש ציון האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 16, 2024 8:26 pm ווענד זיך ווי א וואך
ליידער
אוטש
מען קען נאך יעצט משלים זיין

Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 11:20 am
דורך איש ציון
פרייליך האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 16, 2024 11:03 pm
איש ציון האט געשריבן: מוצש"ק מערץ 16, 2024 8:26 pm ווענד זיך ווי א וואך
ליידער
אוטש
מען קען נאך יעצט משלים זיין
יעדע סוף יאר פרוביר איך משלים זיין אלעס וואס כ'האב פארפעלט, נאר איינמאל גלונגען.
פאריאר גראדע האביך יא מעביר סדרה געווען יעדע וואך, כ'האב געמיינט אז שמחת תורה וועט זיך שפירן אינגאנצען אנדערש, אבער ליידער איז געשען די טראגדיע הגדולה פון שמחת תורה נאך פאר הקפות (ביי אונז אין אמשינוב) האביך נישט זוכה געווען זיך צופרייען.
דאס יאר בין איך ליידער צוריק געפאלן.

Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?

געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 12:13 pm
דורך וואוילער

Re: זענט איר מעביר סדרה יעדע וואך?

געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 4:13 pm
דורך רואה חשבונות
יעצט געענדיגט מעביר סדרה זיין, אה לית טב מיניה.

געפילט א יו"ט'דיגע שטימונג אין פסוק פון "לעולה למנחה ולחטאת ולאשם ולאאאמליאום ולזבח השלמים.

געשפירט א שטיקל הכנה צו בנין בית המקדש - משה רבינו האט מקדש ומטהר און מחנך געווען דעם כהן גדול ובניו הכהנים, א ווי דערלעבט מען שוין דערצו - ובנה ירושלים עיר הקודש...