בלאט 2 פון 6
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 2:47 pm
דורך וואסאפשט
דיעל שפיל האט געשריבן: ↑דינסטאג אקטאבער 31, 2023 10:53 am
איד האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 30, 2023 10:44 pm
ווי איז די בנין?
פלעטבוש
(אושען פארקוועי)
https://www.google.com/maps/place/602+D ... &entry=ttu
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 2:52 pm
דורך צוקוקער
איינער יעצט געשטארבן פון א פארבייענדע באן אויף דיטמעס (ביי מעק דאלענד)
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 01, 2023 10:17 pm
דורך וואסאפשט
תלמידי וחסידי באבוב 45 קוקן ארויס אויף דעם מארגענדיגן טאג, ווען עס וועט געפראוועט ווערן אין א מזל'דיגע שעה די לאנג ערווארטעטע מאמענט, די מעמד חנוכת הבית און פתיחת שערים פאר די נייע פראכטפולע בנין התלמוד תורה, וואס געפונט זיך אין צענטער פון שטאט בארא פארק, און ווארפט א ליכט שיין אויפן גאנצן האריזאנט.
די נייע בנין התלמוד תורה איז אריבער העפטיגע בוי ארבעט דורכאויס די לעצטע פאר יאר, און אצינד ווען מ'האט זוכה געווען לברך על המוגמר גרייט מען זיך אויף די גרויסארטיגע און היסטארישע מעמד, וואס וועט פארצייכענט ווערן מיט גאלדענע אותיות בקורות דברי ימי החסידות.
די מעמד וועט זיך אנהייבן אין די פארמיטאג שעה'ן ווען די הונדערטער ילדי התלמוד תורה וועלן זיך צוזאמקומען פארנט פון די בנין תלמוד תורה החדש, און מיטהאלטן געהויבענע מאמענטן אויף הויכשטאקיגע פארענטשעס, אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, דאן וועלן די קינדער אריינטרעטן אינעם נייעם בנין מיט די רעכטע פוס אין א מזל'דיגע שעה, ווען עס וועט פארקומען די מעמד קביעת מזוזה. שפעטער מיטאג צייט וועט פארקומען א ספעציעלע רייכע מסיבה אינאיינעם מיט די נדיבים ותומכים פונעם ריזן פראיעקט, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א וועלכער וועט משמיע זיין דברות קודש לכבוד העם הנאספים

- unnamed (4).jpg (146.04 KiB) געזען געווארן 1523 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 03, 2023 12:32 pm
דורך וואסאפשט

- unnamed.jpg (290.77 KiB) געזען געווארן 1463 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
דורך אפרים גרינפעלד
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 1:32 pm
דורך Spa 42
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 2:27 pm
דורך העלדיש
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
דאכצעך מיר אז אין כולל גראסערי איז דא א מנין 4 א זייגער.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 10, 2023 2:43 pm
דורך אפרים גרינפעלד
העלדיש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2023 2:27 pm
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
דאכצעך מיר אז אין כולל גראסערי איז דא א מנין 4 א זייגער.
יישר כח!
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 2:40 am
דורך אנדערער
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
זלאזיץ 3708 12טע עוו
2:00
https://waze.com/ul/hdr5rhqgc7
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:14 am
דורך רואיגער-טיש
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
זייער א גוטע איידיע, איך וועל מאכן אזא ליסטע פאר די שטאט ווי איך ארבעט אי'ה, איך האב רשות??
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:58 pm
דורך אייביג ביזי
יאקע טשעטשעוויץ
1248 39th Street
3:00
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:18 pm
דורך אפרים גרינפעלד
אנדערער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 2:40 am
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
זלאזיץ 3708 12טע עוו
2:00
https://waze.com/ul/hdr5rhqgc7
שכח! ווי פארשטענדליך האבן מיר באקומען אן איבערפלוס פון 'שול מנינים', און נאכן אנפרעגן דעם רוב דעת הציבור פון כמה ערליי מענטשן איז מען געבליבן מען גייט נאר לייגן די ביזנעסער מחמת כמה סיבות.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:19 pm
דורך אפרים גרינפעלד
רואיגער-טיש האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 12, 2023 8:14 am
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
זייער א גוטע איידיע, איך וועל מאכן אזא ליסטע פאר די שטאט ווי איך ארבעט אי'ה, איך האב רשות??
אדרבא ואדרבא, מ'קען בכלל מאכן א טרעידמארק אויף אזא געדאנק?
אגב, אויב וואונסטו אין מאנסי, אינעם 'קאמיוניטיט קאנעקשאנס' איז דא אזא ליסטע
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 12:18 pm
דורך אפרים גרינפעלד
.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:28 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
העכסט געלונגענער "שומרי החומות דינער" נעכטן נאכט אין בארא פארק
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:28 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:28 pm

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 2:40 pm
דורך אפרים גרינפעלד
אפרים גרינפעלד האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 08, 2023 2:33 pm
ב"ה געהאט די זכיה ווידעראמאל צוזאמצושטעלן דעם 'מנחה' ליסטע, מנינים אין אפיסעס און ביזנעס לאקאציעס, פאר ב"פ24
צוגעלייגט נאך עטליכע מנינים בס"ד
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:02 pm
דורך וואסאפשט
פארבייפארנדע קארס אויף די עלפטע עוועניו און די זעכציגסטע סטריט אין בארא פארק, האבן היינט צופרי ערהאלטן אן אומזיסטע קאר וואש, אן וואס די קאר זאל זיך בכלל דארפן אפשטעלן פאר די סערוויס.
א פייער היידרענט נעבן די גאס האט אויפגעפלאצט און געשאסן גאלאנען וואסער יעדע ליאדע סעקונדע, טראץ וואס די פייער דעפארטמענט האט פרובירט עס צו פארמאכן, איז עס נישט געגאנגען אזוי גרינג, און עס האט געדויערט א לאנגע צייט ביז זיי האבן באוויזן עס צו פאררעכטן, ווען מען האט שוין אויך געדארפט פאררעכטן די סוער סיסטעם דארט, צוליב די ריזן צאל וואסער וואס האט איבערגעפולט די סיסטעם.

- unnamed (8).jpg (45.76 KiB) געזען געווארן 1050 מאל

- unnamed (9).jpg (45.83 KiB) געזען געווארן 1050 מאל

- unnamed (10).jpg (53.02 KiB) געזען געווארן 1050 מאל
קרעדיט JDN
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 10:49 am
דורך ווער
פארלאפענעם שבת נאכמיטאג האט א פּארשוין וועלכער איז געפארן אויף א מאטאריזירטע ביציקל גערויבט א שטריימל פון א חסידישן יונגערמאן. דער אינצידענט האט פּאסירט אויף דער צוועלפטער עוועניו אין בארא פּארק, וואו סורוועילענס קאמערעס האבן אויפגעכאפּט וויאזוי דער פּארשוין האט זיך אפּגעשטעלט רעדן צום יונגערמאן, בעפאר'ן אים אריבערפליען און גנב'נען זיין שטריימל. שומרים און די ניו יארק סיטי פּאליציי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט פון העסליכע מאטיוון אין דער גניבה, און אן ארעסט איז געמאכט געווארן נעכטן נאכמיטאג

- unnamed (27).jpg (96.6 KiB) געזען געווארן 983 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 20, 2024 7:28 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
עפעס א פאסירונג היינט נאכמיטאג אויף 11 ביי 45.
איינער מיט מער פרטים?
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 20, 2024 7:33 pm
דורך פלעשלייט
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 20, 2024 7:28 pm
עפעס א פאסירונג היינט נאכמיטאג אויף 11 ביי 45.
איינער מיט מער פרטים?
צוויי מענטשן זענען ל"ע געשטאכן געווארן.
אריינגעפירט געווארן דורך הצלה אין מיימאנעדיס שפיטאל.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 20, 2024 7:38 pm
דורך פלעשלייט
אייוועלט האט יעצט מוצש"ק פארשפארט די בארא פארק אשכול.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 20, 2024 7:39 pm
דורך להגדיל הטראסק
ווער עס דארף א שלאס אויף דעם אשכול זאל ווייטער רעדן אין די נושא
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 20, 2024 7:46 pm
דורך פלעשלייט
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מוצש"ק יאנואר 20, 2024 7:39 pm
ווער עס דארף א שלאס אויף דעם אשכול זאל ווייטער רעדן אין די נושא
דא לייגט מען נישט קיין שלעסער.
אויב א מנהל האלט אז מ' דארף נישט רעדן פון א נושא, שרייבט ער אז מ' זאל ביטע נישט רעדן דערפון, און יעדער פארשטייט אליינס אז מ' שרייבט נישט.