בלאט 2 פון 37

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:57 pm
דורך דער תהלים איד
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:52 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:50 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:29 pm

וואס האסטו געוואלט? אויב איינער וויל באמת וויסן זאל ער גיין צו א דיין פון איינע פון די קהלות וואס טראגן יא און אים פרעגן.
איך גלייב באמונה שלימה אז עס איז פארהאן רבנים וואס געבן א הכשר אויף די עירוב, און איך ווייס אז א גרויס חלק פון די אנגענומענע אדמו"רים ורבנים האבן אנגענומען אז וויליאמסבורג איז כשר פאר א עירוב, אבער ווילאנג איך הער נישט קיין נאמען אדער איך הער פון איינע פון די רבני העירוב אז עס איז הונדערט פראצענט אויסגעהאלטן, אויף וועמנ'ס אחריות מעג איך טראגן?
פון פרעגן שאלות אויף אידטיש וועסטו טאקע נישט געוואר ווערן, אויב ווילסטו באמת וויסן ווייסטו וואס דו האסט צוטון
ס'איז זייער שווער אנצונעמען אז די דיינים פון די קהילות וואס טראגן ענטפערן "מיט א נאמען" לכל דורש ומבקש, און ס'איז ווייטער א סוד וואס מ'קען נישט דא שרייבן.

די וועלט זאגט אז א סוד וואס 3 מענטשן ווייסן, איז למפרע נישט קיין סוד. (ויש לזה מקור.. בהלכות לה"ר)

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:57 pm
דורך צווייטער
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:54 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:20 pm ווייס איך פון א סאטמארער אינגערמאן וואס ביי זיי אין משפחה טראגט מען, נאך זיין חתונה האט ער געהאט ספיקות יא צו טראגן צו נישט, אזעלכע סארט שאלות ווי ווער איז די משגיח? ווער איז דער רב בעל אחריות? איז ער געגאנגען פרעגן א רב אין וויליאמסבורג (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) וואס איז סאטמאר געשטימט אבער נישט אינטער די קהלה, אויך איז ער א תלמיד געווען פון הגאון הצדיק ר' יחזקאל ראטה זצ''ל.

האט אים די רב געענטפערט בהאי לישנא: קענסט רואיג טראגן, ..... רב (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) קוקט איבער די עירוב א יעדע וואך!!

בכלל, ווי אויבן האבן שוין אפאר באמערקט, ס'איז לויט רוב פוסקים נישט קיין דאורייתא שאלה.
אַזוי אויך דארף מען קלאר וויסן אז די שאלה וואס איז דא אין וויליאמסבורג איז פונקט אזוי אין בארא פארק (און נאך שטעט, נאר איך וויל נישט מאריך זיין), נישט ווי מאנכע וואס ווילן גאר אראפלייגן אז אין וויליאמסבורג איז עס פון די יסודי הדת און אין בארא פארק איז עס א לאקעל שאלה
פארוואס שעמן זיך די רבנים ארויסקומען ווער סאיז?
איר זענט אפשר אמאל אריין אין א רב'ס שיך אז איר פרעגט?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:58 pm
דורך שרייב מיין קינד
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:47 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:43 pm
עס וועט זיין גוט האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:48 pm איך ווייס פין א רב א גרויסע עלטערע מורה הוראה וואס לאזט טראגן
א רב וואס א חלק ניכר פון כלל ישראל פארלאזט זיך אויף זיינע הוראות פלעגט בודק זיין דעם עירוב און געזאגט פריוואט אז ס'איז אויסגעהאלטן למהדרין, אבער ער האט אויפגעהערט צוליב פארשטענדליכע סיבות. אבער דאס איז געווען אן הוראה פאר דעמאלס. וואס ס'איז געשעהן פון דעמאלס ביז ביז היינט ווייס איך נישט.

איך טראג נישט ווייל איך האב געהערט אז סאטמאר רבי ז"ל האט נישט געוואלט מ'זאל טראגן מיטן עירוב.
נישט דא קיין איין מימרא פון סאטמאר רב ז''ל אז מ'זאל נישט טראגן מיט א עירוב!

אפשר ווילסטו נישט טראגן וועגן ס'איז דא וואס זאגן אז ער האט נישט געהאלטן פון ''מאכן'' א עירוב.

אבער וואס דאס האט א שייכות מיט נישט טראגן מיטן עירוב וועגן דעם, דאס האלט איך נאך אינמיטן צוזאמשטעלן.
דאס איז די אמת, איך ווייס האדמו"ר מהר"א האלט די זעלבע, די שאלה איז בכלל נישט להלכה, און די דעת פון די רבי זי"ע האט גארנישט געהאט מיט הלכה

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:01 pm
דורך רואה חשבונות
אויף וויקיפידיע שרייבן זיי: (אביסל מדיפיצירט די שארפע לשונות):

אין יאָר תש"מ בערך האט דער ראצפֿערטער רבי אויפגעשטעלט אן עירוב מיט שווערער האראווניע. דער עירוב האט געהאט די הסכמה פון 99.9% פון די לאקאלע רבנים, אנגעפאנגען פון דעם סאטמארער רב ביז רובו ככולו פונעם התאחדות הרבנים (חוץ איין איינציגען: הרב רבי משה ביק ז"ל). אבער במשך דעם ערשטן פרייטאג איז דער עירוב צוריסן געווארן דורך.. ווי ערקלערט אין דער אויסגאבע "די תורה וועלט". דריי דיינים, הרב שלום קרויז מיט הרב פישל הערשקאוויטש און הרב ישראל חיים מנשה פריעדמאן, האבן בודק געווען דעם עירוב דעם ערשטן פרייטאג. פון דעם גופא זעט מען אז די "סאטמארער התנגדות" צום עירוב: איז שפעטער געבוירן געווארן.

איך נעם נישט קיין אחרוית אויף די ווארהייט פונעם ארטיקל.

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:03 pm
דורך רואה חשבונות
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:56 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:54 pm
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:20 pm ווייס איך פון א סאטמארער אינגערמאן וואס ביי זיי אין משפחה טראגט מען, נאך זיין חתונה האט ער געהאט ספיקות יא צו טראגן צו נישט, אזעלכע סארט שאלות ווי ווער איז די משגיח? ווער איז דער רב בעל אחריות? איז ער געגאנגען פרעגן א רב אין וויליאמסבורג (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) וואס איז סאטמאר געשטימט אבער נישט אינטער די קהלה, אויך איז ער א תלמיד געווען פון הגאון הצדיק ר' יחזקאל ראטה זצ''ל.

האט אים די רב געענטפערט בהאי לישנא: קענסט רואיג טראגן, ..... רב (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) קוקט איבער די עירוב א יעדע וואך!!

בכלל, ווי אויבן האבן שוין אפאר באמערקט, ס'איז לויט רוב פוסקים נישט קיין דאורייתא שאלה.
אַזוי אויך דארף מען קלאר וויסן אז די שאלה וואס איז דא אין וויליאמסבורג איז פונקט אזוי אין בארא פארק (און נאך שטעט, נאר איך וויל נישט מאריך זיין), נישט ווי מאנכע וואס ווילן גאר אראפלייגן אז אין וויליאמסבורג איז עס פון די יסודי הדת און אין בארא פארק איז עס א לאקעל שאלה
פארוואס שעמן זיך די רבנים ארויסקומען ווער סאיז? דאס איז די מערסטע א ווינדער, אני כשלעצמי טראג מיטן עירוב ווען עס פעלט אויס, הרב יצחק אלעזר גאלדבערגער איז גענוג גוט פאר מיר זיך צו פארלאזן
ווער זאגט אז זיך שעמען זיך?

דאכצעך אז שעמען איז נישט די פראבלעם דא... (וד"ל)
ווער ס'געדענקט די פרעשור, פרעגט נישט אזעלעכע פראגן.

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:14 pm
דורך איטשע
ווען ר' פישל האט געלעבט האט מען זיך געהאט אויף וועם צו פארלאזן

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:33 pm
דורך שרייב מיין קינד
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:14 pm ווען ר' פישל האט געלעבט האט מען זיך געהאט אויף וועם צו פארלאזן
האלטסט באמת אז פילע קהילות קדושות בישראל און טויזענטער אידן טראגן אן קיין עירוב שבת ? חס מלהזכיר

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:34 pm
דורך דער תהלים איד
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:33 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:14 pm ווען ר' פישל האט געלעבט האט מען זיך געהאט אויף וועם צו פארלאזן
האלטסט באמת אז פילע קהילות קדושות בישראל און טויזענטער אידן טראגן אן קיין עירוב שבת ? חס מלהזכיר
שוואכע השגחה דאס (דער סברא)

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:47 pm
דורך שרייב מיין קינד
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:34 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:33 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:14 pm ווען ר' פישל האט געלעבט האט מען זיך געהאט אויף וועם צו פארלאזן
האלטסט באמת אז פילע קהילות קדושות בישראל און טויזענטער אידן טראגן אן קיין עירוב שבת ? חס מלהזכיר
שוואכע השגחה דאס (דער סברא)
בכלל נישט
דייני וויזניץ
קלויזנבערג
פאפא
ועוד
איז בכלל נישט שוואך
סאיז די והותר
וואלסט נישט געגעגסן פאפא , קלויזנבערג אדער וויזניץ פלייש ביי א שמחה?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:48 pm
דורך דער תהלים איד
דאס אז זיי "גלייבן אין השגחה", איז נישט קיין השגחה, פאר מיר.

כאפסט?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:49 pm
דורך צווייטער
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:34 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:33 pm
איטשע האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:14 pm ווען ר' פישל האט געלעבט האט מען זיך געהאט אויף וועם צו פארלאזן
האלטסט באמת אז פילע קהילות קדושות בישראל און טויזענטער אידן טראגן אן קיין עירוב שבת ? חס מלהזכיר
שוואכע השגחה דאס (דער סברא)
איך ווייס ווער עס גיבט די השגחה! ווי געשריבען אויבן

ווער ס'וויל וויסן קען וויסן. חוץ אויב וויל מען בלייבן אז ס'איז א שוואכע עירוב

אגב, איך פערזענליך טראג נישט מיטן עירוב קיינמאל, איך בין חושש לדעת המחמירים, אבער המקילים יש להם על מה שיסמוכו

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:53 pm
דורך דער תהלים איד
@צווייטער קענסט מיר שרייבן א נאמען? דא? אין אישי?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:55 pm
דורך צווייטער
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:53 pm @צווייטער קענסט מיר שרייבן א נאמען? דא? אין אישי?
פארוואס? סתם איך זאל מנצח זיין?
איך קען דיר נישט פערזענליך. אויב ווילסטו וויסן מאך דיין ריסוירטש

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:16 pm
דורך שמח
צווייטער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:55 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:53 pm @צווייטער קענסט מיר שרייבן א נאמען? דא? אין אישי?
פארוואס? סתם איך זאל מנצח זיין?
איך קען דיר נישט פערזענליך. אויב ווילסטו וויסן מאך דיין ריסוירטש
קענסטו געבן אין אישי הילף וואו צו מאכן די ריסערטש?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:16 pm
דורך שרייב מיין קינד
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:48 pm דאס אז זיי "גלייבן אין השגחה", איז נישט קיין השגחה, פאר מיר.

כאפסט?
ניין !
די ביזט ראנג,בעסער געזאגט סאיז א חלק פון די פאלטשע לגיונות און פראפאגאנדע קעגן די עירוב ,
די מציאות איז ווי מען רופט עס פאקטיש גערעדט , אלע קהילות אין וויליאמסבורג וואס טראגן מיטן עירוב, זענען זייערע דיינים פונקטליך אינפארמירט איבערן עירוב און זיי געבן א השגחה

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:18 pm
דורך שרייב מיין קינד
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:53 pm @צווייטער קענסט מיר שרייבן א נאמען? דא? אין אישי?
פרעג אן הרב יצחק אהרן גאלדבערגער דומ"ץ פאפא

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:20 pm
דורך שמח
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:18 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:53 pm @צווייטער קענסט מיר שרייבן א נאמען? דא? אין אישי?
פרעג אן הרב יצחק אהרן גאלדבערגער דומ"ץ פאפא
וואלסט מיר געקענט שיקן פריוואט זיינע צייטן ווען און וואו מ'קען רעדן מיט אים?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:23 pm
דורך שרייב מיין קינד
אגב איז באקאנט אז דער וואס איז ממונה אויפן עירוב אין ירושלים עיר הקודש מטעם העדה החרדית האט געזען דעם וויליאמסבורג'ע עירוב ממש ביים אנפאנג, דאכט זיך אז ער הייסט ראכמאן אדער א איידעם ביי ראכמאן, אז די עירוב אין וויליאמסבורג איז מער אויסגעהאלטען ווי די ירושלים עירוב! און סאיז למהדרין מן המהדרין, מיין חבר איז א נעפיו פון אים דאכט זיך און ער איז דעמאלס געקומען פאר א שמחה אין זיין משפחה און ער האט עס געהערט פון אים ,
למעשה דערנאך וואס די שמועה האט זיך פארשפרייט , האט די איד אריינגעלייגט דעמאלס א מודעה פון עדה החרדית אז זיי נעמען נישט קיין אחריות אויפן וויליאמסבורגע עירוב

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:24 pm
דורך שרייב מיין קינד
שמח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:20 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:18 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 8:53 pm @צווייטער קענסט מיר שרייבן א נאמען? דא? אין אישי?
פרעג אן הרב יצחק אהרן גאלדבערגער דומ"ץ פאפא
וואלסט מיר געקענט שיקן פריוואט זיינע צייטן ווען און וואו מ'קען רעדן מיט אים?
זיך אויף זיין טעלעפאון נומבער אין טעלעפאון בוק אדער טרעף אים טעגליך אין פאפא בית המדרש אין וויליאמסבורג

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:54 pm
דורך שמח
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:23 pm אגב איז באקאנט אז דער וואס איז ממונה אויפן עירוב אין ירושלים עיר הקודש מטעם העדה החרדית האט געזען דעם וויליאמסבורג'ע עירוב ממש ביים אנפאנג, דאכט זיך אז ער הייסט ראכמאן אדער א איידעם ביי ראכמאן, אז די עירוב אין וויליאמסבורג איז מער אויסגעהאלטען ווי די ירושלים עירוב! און סאיז למהדרין מן המהדרין, מיין חבר איז א נעפיו פון אים דאכט זיך און ער איז דעמאלס געקומען פאר א שמחה אין זיין משפחה און ער האט עס געהערט פון אים ,
למעשה דערנאך וואס די שמועה האט זיך פארשפרייט , האט די איד אריינגעלייגט דעמאלס א מודעה פון עדה החרדית אז זיי נעמען נישט קיין אחריות אויפן וויליאמסבורגע עירוב
ביז וואו גייט דער עירוב וואס מ'רופט ''וומסב'''ג עירוב'' ?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:20 pm
דורך איך
שמח האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:54 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 9:23 pm אגב איז באקאנט אז דער וואס איז ממונה אויפן עירוב אין ירושלים עיר הקודש מטעם העדה החרדית האט געזען דעם וויליאמסבורג'ע עירוב ממש ביים אנפאנג, דאכט זיך אז ער הייסט ראכמאן אדער א איידעם ביי ראכמאן, אז די עירוב אין וויליאמסבורג איז מער אויסגעהאלטען ווי די ירושלים עירוב! און סאיז למהדרין מן המהדרין, מיין חבר איז א נעפיו פון אים דאכט זיך און ער איז דעמאלס געקומען פאר א שמחה אין זיין משפחה און ער האט עס געהערט פון אים ,
למעשה דערנאך וואס די שמועה האט זיך פארשפרייט , האט די איד אריינגעלייגט דעמאלס א מודעה פון עדה החרדית אז זיי נעמען נישט קיין אחריות אויפן וויליאמסבורגע עירוב
ביז וואו גייט דער עירוב וואס מ'רופט ''וומסב'''ג עירוב'' ?
גא"מ???????

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:25 pm
דורך סומקא
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:47 pm
סומקא האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 7:05 pm
רואה חשבונות האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:33 pm נישט דא קיין גאס/סטריט אין גאנץ ברוקלין וויליאמסבורג וואס איז שישים רבוא.
דאס איז א חלק פונעם מחלוקת לויט סאך פוסקים קומט אויס אז מען רעכנט נישט קיין גאס נאר א עיר אין ברוקלין איז זיכער אן עיר וואס האט מער ווי דעם רבוא, אין אזוי האבן געהאלטן אסאך גדולי ישראל
דאס איז נאר אז מ'רעכענט מיט די קארס וואס ס'איז א מחלוקות הפוסקים צו מ'קען עס רעכנען אלץ א חלק פון די שישים רבוא.
אז מען רעכנט דורך דעם עיר נישט רחוב דארף מען נישט רעכענען קיין קארס
א שטאט ברוקלין וואס וואוינען א פאר מיליאן מענטשן

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:30 pm
דורך סומקא
שטעלט ענק פֿאַר נאך דעם וואס מ'האט אראפגענומען די השגחה פון פאדא יא וועגן פרישער און וואלאווע רב נעמט נישט איבער די השגחה,
אין די השגחה בלייבט אין געהיים וועגן פרעשער, וואלט איינער געגעסן די פלייש דארט?

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:30 pm
דורך וואוילער
ווי האט דער רבי זי״ע אמאהל געזאגט...

כ'טראסט יענעם רב, אבער די מענטש וואס ער טראסט מוז איך נישט אויך טראסטן.

Re: פראגן איבער דעם וויליאמסבורגער עירוב

געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 11:15 pm
דורך דבוק אין צדיק
צ/ק

עכט גרינג צו וואינען אין קרית יואל און האלטן אז מטאר נישט טראגן מיט די עירוב איןוויליאמסבורג,











.דיסקלעימער: איך טראג נישט מיט די וומ’ס עירוב,