בלאט 2 פון 3

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 9:55 am
דורך שרייב מיין קינד
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 4:04 pm
שר הדעות האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 3:30 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 05, 2023 9:20 am זייער שיין.
פארוואס בויען זיי די קיטשען און דיינונג רום צוזאמען, און די קיטשען סינקס צוזאמען אויף איין קאוינטער?
פלאץ איז דא גענוג, מ'בויעט עס פון דאסניי.
די בילדערס זענען נישט קיין יודן אין זי בויען עס פאר די אלגעמיינע וועלט.

בסך הכל לאזן זיי דיר קויפן די הויז

)The builders are DR Horten)
הממ... א שאד מ'לייגט נישט צו די ביסל אידישע טאטש.
ווער זאל? ווי געשמועסט סאיז א גויעשע דעוועלעפער און וועגן דעם זענען פרייזן ביליג! די מינוט א איד בויעט עס גייט עס קאסטן דאפעלט, דאס איז די מציאות,
מיין רבי האט מיר געלערנט אז ס' און מ' איז די ס"ם,
שעפעלע סאיז בעסער אזוי, ווילסט באצאלן א האלבע מיליאן מער פאר די זעלבע הויז? דאן בלייב אין ניו יארק,
אדער בעסער קויף עס אזוי פאר 390 טויזענט, און לייג אריין נאך 10 אלפים צו פיקסען דיינע באדערפענישן אזוי ווי די גלייכסט,
פאר די ריזען האבן זיך שוין פארקויפט קרוב צו 200 הייזער , וועגן סאיז ביליג און די פליפערס קומען נאכנישט וועגן עס האט נאר איין סינק ודו"ק,
די טאג זיי האבן א רב/דיין אויפן פלאץ, וועלן זיי האבן הונדערטע תושבים אפילו אזוי,
זיי ארבעטען שווער צו טרעפן א פאסיגע רב/דיין צו וואוינען אין שטעטל א גאנץ יאר

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 06, 2023 11:50 am
דורך וואוילער
זאגסט אזוי גוט, א שאד ס'נישט געזאגט אביסל רואיגער.

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:27 pm
דורך שרייב מיין קינד
הכנסת ספר תורה אין שטעטל מארגן זונטאג אי"ה

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 11, 2023 8:38 pm
דורך שרייב מיין קינד

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:53 pm
דורך שרייב מיין קינד
כתיבות האותיות היינט אין טעמפא

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:53 pm
דורך שרייב מיין קינד
כתיבות האותיות

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:55 pm
דורך שרייב מיין קינד
שחרית היינט זונטאג און כתיבות האותיות

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:01 pm
דורך וואוילער
ר' יושע לערנער וואוינט דארט?
כ'זעה אז זיין טאטע איז דער סופר.

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 9:10 pm
דורך טיפע טאשן
שרייב מיין קינד האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 6:53 pm כתיבות האותיות
ר’ מאיר משה שפיצער?

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 10:37 pm
דורך ארי גרינפעלד
אינטערוויו: פרייליכער טאג היינט אין טעמפא פלארידע ווי עס איז פארגעקומען א מעמד הכנסת ספר תורה ביי די ארטיגע חרדישע קהילה: ר' ארי גרינפעלד
https://www.yiddish24.com/interviews/12/94888

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:25 pm
דורך שרייב מיין קינד
א היסטארישע טאג וואס גייט אריין אין אידישע היסטאריע , די ערשטע הכנסות ספר תורה אין דעם היימישען ישוב , און די ערשטע אזא ערענסטע חשובע דערהויבענע מעמד, ווערט געזען די דיין פונעם ישוב הרה"ג רבי יהושע הערשקאוויטש שליט"א טאנצען מיט די תורה

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:33 pm
דורך דער תהלים איד
@ארי גרינפעלד כהאב נעכטן נאכט געהערט דיין אינטערוויו אויף קול מבשר, זייער א זיסע און שיינע באריכט פונעם הכנסת ספר תורה.

אולי דא אויפן פארום קענסטו מער אויסשמועסן די חבלי לידה וואס דאס פלאץ איז אריבער?

און אגב, האמיר שוין געהערט דארט די אפדעיט וועגן דיין נייע פאון... זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה.

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:05 pm
דורך שמח
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:33 pm @ארי גרינפעלד כהאב נעכטן נאכט געהערט דיין אינטערוויו אויף קול מבשר, זייער א זיסע און שיינע באריכט פונעם הכנסת ספר תורה.

אולי דא אויפן פארום קענסטו מער אויסשמועסן די חבלי לידה וואס דאס פלאץ איז אריבער?

און אגב, האמיר שוין געהערט דארט די אפדעיט וועגן דיין נייע פאון... זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה.
לינק ביטע צום אינטערוויו, און וויפיל אריין אינעם אינטערוויו רעדט ער פונעם פאון?

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:16 am
דורך ארי גרינפעלד
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:33 pm @ארי גרינפעלד כהאב נעכטן נאכט געהערט דיין אינטערוויו אויף קול מבשר, זייער א זיסע און שיינע באריכט פונעם הכנסת ספר תורה.

אולי דא אויפן פארום קענסטו מער אויסשמועסן די חבלי לידה וואס דאס פלאץ איז אריבער?

און אגב, האמיר שוין געהערט דארט די אפדעיט וועגן דיין נייע פאון... זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה.

אמן.

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:17 am
דורך ארי גרינפעלד
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:05 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:33 pm @ארי גרינפעלד כהאב נעכטן נאכט געהערט דיין אינטערוויו אויף קול מבשר, זייער א זיסע און שיינע באריכט פונעם הכנסת ספר תורה.

אולי דא אויפן פארום קענסטו מער אויסשמועסן די חבלי לידה וואס דאס פלאץ איז אריבער?

און אגב, האמיר שוין געהערט דארט די אפדעיט וועגן דיין נייע פאון... זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה.
לינק ביטע צום אינטערוויו, און וויפיל אריין אינעם אינטערוויו רעדט ער פונעם פאון?
ממש סוף

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 5:12 am
דורך ארי גרינפעלד
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:33 pm @ארי גרינפעלד כהאב נעכטן נאכט געהערט דיין אינטערוויו אויף קול מבשר, זייער א זיסע און שיינע באריכט פונעם הכנסת ספר תורה.

אולי דא אויפן פארום קענסטו מער אויסשמועסן די חבלי לידה וואס דאס פלאץ איז אריבער?

און אגב, האמיר שוין געהערט דארט די אפדעיט וועגן דיין נייע פאון... זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט גרויס ה
שלום, וועגן די פלאץ.

אסאך אסאך קען מען שרייבן, ווילסט וויסען וועגן די חבלי לידה.

אזוי ווי א יעדע נייע יודישע געגנט וואס ווערט געפענט דארף מען שפייען בלוט פאר די הצלחה פון די פלאץ, וואס איך האב שטארק הנאה געהאט פון די יונגערלייט דארטן אז עס פון דא שטארקע חק יודן אין שטארק זכרו, אין דף, אבער א יעדער פארשטייט די הייליגע ציל צו אויפבויען א נייע פלאץ פאר ערליכע יודן צו וואוינען,
איך האב הנאה געהאט צו זען פון די נאנט די ליבשאפט אין איבערגעגעבן קייט וואס די דיין ר' יהושע הערשקאוויטש געבט אריין אין די פלאץ אפי' ער וואוינט נאכנישט דארט, וואס מען כאפט נישט איז, די יונגערלייט זענען נישט געקומען א הער עסן אין נאכט פלייש הייזער, אדער ארום לויפן צו די בעסטע רעסטוראנטן דאנערשטאג נאכט. זיי האבען אויפגעגעבן אויף אסאך עולם הזה וואס איך בין נאכנישט גרייט אויף צוגעגעבן אויף.

די פלאץ איז געבויט געווארן דורך א גוישע קאמפעני וואס בויט הייזער איבער גאנץ אמעריקע, אין פארקויפט פאר וואס קען ווערן עפפראווד פאר א מארטגעדזש.
די מעלה איז אז עס שטייט שוין דארט באלד 800 הייזער אלעס פארקויפט פאר אלע מינע עידזשעס מענטשען, אן ערך פון 100 פאר יודן אין בערך 27-30 פול טיים יודישע משפחות, עס איז געווען גאר געשמאק שבת אין וואכן צו זעין היימישע חסידישע משפחות ארום וואקען,
וועגן קויפן הייזער איז דא א שטארקע מעלה אז די הייזער זענען גרייט, נישט עפעס אן אינוועסטאר זאג צו א הייפערטעטיקעל הויז אין נאכדעם גייט ארויף מיט די פרייז וכו' ווילסט קויפן א הויז דא? קיין פראבלעם, ווילסט קויפן אינדרויסען? קיין פראבלעם, ווילסט נישט יעצט קויפן נאר ווארטן אפאר יאר? קיין פראבלעם (נאר עס קען קאסטען א פיצי מער) ווילסט קויפן אין אריינלייגען א טענענט ביז מ'איז גרייט צו מאכען? אויכעט קיין פראבלעם.

אזוי ווי א יעדע נייע פלאץ זענען שוין געווען איינצעלע וואס האב א וועק געמאפ פאר פערזענדליכע סיבות אבער נאכדעם זענען צו געקומען, דאס איז פארוואס עס האלט ביי די נאמבער פון איינוואוינער, די פלאץ ב"ה זייער א שיינע ארגעניק וואקס, פשט אז זיי זענען נישט אן אפציעלע חסידות בעקט זאך אדער א נגיד מיט אדזשענדעס. פלעין יונגערלייט צוזאמען מיט איין ציל צו עס מאכן מצליח זיין.

זיי שפייען בלוט פאר מוסדות, חדר האבן זיי איין מלמד, אין סקול האבען זיי איין טיטשער (אגב עס איז ממש דערווייל נאר געאייגענט פאר יונגע משפחות אין עלטערע משפחות)
שול איז דא צוויי איינס פאר שבת אין וואכן אין די צווייטע נאר פאר שבת.

מקווה טהרה הייבט מען אן בויען אין די קומענדיגע וואכן אין בעק פון די שול.

עס בויט זיך א הערליכע געגנט, אין עס גלוסט זיך מיר נישט צו א וועק גיין.

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:46 am
דורך שמח
ארי גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:17 am
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:05 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 3:33 pm @ארי גרינפעלד כהאב נעכטן נאכט געהערט דיין אינטערוויו אויף קול מבשר, זייער א זיסע און שיינע באריכט פונעם הכנסת ספר תורה.

אולי דא אויפן פארום קענסטו מער אויסשמועסן די חבלי לידה וואס דאס פלאץ איז אריבער?

און אגב, האמיר שוין געהערט דארט די אפדעיט וועגן דיין נייע פאון... זאל דער אויבערשטער העלפן ס'זאל זיין מיט גרויס הצלחה.
לינק ביטע צום אינטערוויו, און וויפיל אריין אינעם אינטערוויו רעדט ער פונעם פאון?
ממש סוף
לינק ביטע, אדער קענסטו עס ארויסשרייבן אין דיין גרינטאטש טעמע...

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 11:07 am
דורך וואוילער
שמח האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:46 am
ארי גרינפעלד האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:17 am
שמח האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 13, 2023 8:05 pm

לינק ביטע צום אינטערוויו, און וויפיל אריין אינעם אינטערוויו רעדט ער פונעם פאון?
ממש סוף
לינק ביטע, אדער קענסטו עס ארויסשרייבן אין דיין גרינטאטש טעמע...
עי' לעיל
viewtopic.php?p=39221#p39221

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:35 pm
דורך לאקאלער רב
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:06 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 4:58 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 4:27 pm

House of the week
די חברה געבן נישט אויף, כה לחי פאר זיי
וואס קאסט אזא הויז דארט?
דאכט זיך בערך 300 טויזענט,
די הויפט מעלה איז די ביליגע טעקס, אזא הייזקע קאסט בערך 1500 דאלאר טעקס א יאר,
אין ניו יארק איז עס בערך 12 טויזענט א יאר
און געדענק אויך אז מען צאלט נישט קיין סטעיט אינקאם טעקס אין פלארידע, און ווי אויך איז דא פול פאנדינג פון די רעגירונג פאר שכ"ל.
איי פארוואס וואוין איך נאך אין ניו יארק...?? גוטע קשיא,

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 10:11 pm
דורך שרייב מיין קינד
לאקאלער רב האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 15, 2023 4:35 pm
שרייב מיין קינד האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 6:06 pm
וואוילער האט געשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 4:58 pm

וואס קאסט אזא הויז דארט?
דאכט זיך בערך 300 טויזענט,
די הויפט מעלה איז די ביליגע טעקס, אזא הייזקע קאסט בערך 1500 דאלאר טעקס א יאר,
אין ניו יארק איז עס בערך 12 טויזענט א יאר

איי פארוואס וואוין איך נאך אין ניו יארק...?? גוטע קשיא,
וועגן דיין זיידעס שיף האט געאנקערט אין ניו יארק

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 3:40 pm
דורך שרייב מיין קינד
בידלער אין די וואך

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: פרייטאג נאוועמבער 17, 2023 3:41 pm
דורך שרייב מיין קינד
מאפע פונעם געגענט

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: מוצש"ק נאוועמבער 18, 2023 9:40 pm
דורך א גוטע איד

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:33 am
דורך שרייב מיין קינד
אנגעהויבן בויען די נייע מקוה

Re: נייע חסידי'שע ישוב, טעמפא פלארידע

געפאוסט: זונטאג פעברואר 04, 2024 8:13 pm
דורך מהודר
איינער האט דוד לייב ראזענבערג'ס נאמבער