בלאט 2 פון 2
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:44 pm
דורך משה רבינו
גלעזער פאר שיינקייט (נאר די פרעם) טאר מען נישט, צו קענען בעסער זעהן (טויש אין נומער - פרעם צובראכן וכדו'?) מעג מען.
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
דורך וואסאפשט
די לענסעס וואס מדארף טוישן יעדע חודש אבער מקען נאך גיין מיט די אלטע
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
דורך וואסאפשט
וואסאפשט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
די לענסעס וואס מדארף טוישן יעדע חודש אבער מקען נאך גיין מיט די אלטע
מה דינה?
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:10 pm
דורך יאנטשי
וואסאפשט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
וואסאפשט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
די לענסעס וואס מדארף טוישן יעדע חודש אבער מקען נאך גיין מיט די אלטע
מה דינה?
ווענד זיך צו עס האט עפעס א תענוג, פרעג דיין לאקאלע דיין
(אויבענאויף זעה איך נישט עס זאל זיין א תענוג, אבער איך האב נישט קיין לענסעס)
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:11 pm
דורך יאנטשי
וואשן אנדערע זאכן אחוץ וועש און קליידונג (אויך האנטוכער וכדומה) איז געהעריג מתיר
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:13 pm
דורך משה רבינו
מען טאר נישט וואשן קיין האנטוכער, אדער טישטיכער,
וואשן די פאלהר איז נישט אסור מעיקר הלכה אבער מנהג ישראל איז נישט צו וואשן (חוץ לכבוד שב"ק)
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:19 pm
דורך יאנטשי
משה רבינו האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:13 pm
וואשן די פאלהר איז נישט אסור מעיקר הלכה אבער מנהג ישראל איז נישט צו וואשן (חוץ לכבוד שב"ק)
מקור צום מנהג?
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:39 pm
דורך משה רבינו
די מקור איז מיינע עלטען, און דיינע עלטערן, פרעג דיינע עלטערן.
ווילסט ווי מען רעדט דערפון געדריקט
די עיקר ווערט עס אויסגעמיעסט ביי הלכות חוה"מ און פארשידענע תשובות ספרים,
די תשורת שי פסקנט לאיסור, אז כיבוס הרצפה איז בכלל כיבוס, די חזון איש איז אויך מחמיר אז עס הייסט בכלל כיבוס,
שו"ת כפי אהרן ברענגט מנהג העולם שאין מדיחין הקרקע,
און אזוי ברענגט שו"ת רבי עקיבא יוסף בשם די חת"ס אז אפילו ע"י נכרי ובצנעה, זאל מען נישט,
שו"ת משיב דברים, האלט אויך בכלל כיבוס, שו"ת התעוררות תשובה, שלמת חיים ועוד'
https://www.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=255
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 11:38 am
דורך וואסאפשט
יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:10 pm
וואסאפשט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
וואסאפשט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
די לענסעס וואס מדארף טוישן יעדע חודש אבער מקען נאך גיין מיט די אלטע
מה דינה?
ווענד זיך צו עס האט עפעס א תענוג, פרעג דיין לאקאלע דיין
(אויבענאויף זעה איך נישט עס זאל זיין א תענוג, אבער איך האב נישט קיין לענסעס)
שכח
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: פרייטאג יולי 21, 2023 1:01 pm
דורך זייער גוט
יאנטשי האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 10:10 pm
וואסאפשט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
וואסאפשט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:46 pm
די לענסעס וואס מדארף טוישן יעדע חודש אבער מקען נאך גיין מיט די אלטע
מה דינה?
ווענד זיך צו עס האט עפעס א תענוג, פרעג דיין לאקאלע דיין
(אויבענאויף זעה איך נישט עס זאל זיין א תענוג, אבער איך האב נישט קיין לענסעס)
פונקט נעכטן געפרעגט בית הוראה וועגן א קינד וואס האט באקומען נייע ברילן, און דער דיין האט געזאגט אז מ'מעג.
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 11:04 pm
דורך וואוילער
דאס יאר איז נוגע צו וויסן די הלכות פון ערב שבת פאר חצות, וויפיל מ'מעג שוין אנגרייטן, למשל וואשן וועש, רייניגן די הויז וכדו'
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 11:06 pm
דורך משה רבינו
ביידע מעג מען תיכף פון מוצאי תשעה באב
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: מאנטאג יולי 24, 2023 11:06 pm
דורך וואוילער
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יולי 24, 2023 11:04 pm
דאס יאר איז נוגע צו וויסן די הלכות פון ערב שבת פאר חצות, וויפיל מ'מעג שוין אנגרייטן, למשל וואשן וועש, רייניגן די הויז וכדו'
יעצט באמערקט אז די אויבנדערמאנטע קונטרס ברענגט די הלכות.
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 2:52 pm
דורך איך

- unnamed (8).jpg (249.95 KiB) געזען געווארן 760 מאל
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דינסטאג יולי 25, 2023 6:01 pm
דורך וואוילער
טואלט נישט געוועהן כדי צו פארקורצ'ן די צייט פון קינות, און מאכן דרשות ביז חצות?
דער עולם היינט קען נישט זאגן אזוי לאנג זאכן וואס מ'פארשטייט נישט געהעריג (פליז זאג מיר נישט יעצט אז כ'זאל זיך פארקוקן).
מיין טאטע האט מיר אויסגעלערנט אלס קינד צו ליינען מעשיות פונים חורבן אין די צייט, און אזוי טוה איך עד היום.
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:21 pm
דורך פלעשלייט
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:32 pm
ס'א קראנטע מעשה? אז דער ברך משה האט געהייסן לאזן אפן?
ס'ערשטע מאל איך הער דאס.
איך האב עס געהערט פון א איד וואס געדענקט עס, איך וויל אים איבערפרעגן און צוריקקומען דא בל"נ.
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 12:04 pm
דורך פלעשלייט
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 10:15 pm
פלעשלייט האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 7:31 pm
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 2:47 pm
וואס איז דער היתר צו גיין בפרהסיא אין שאוער אין די ניין טעג?
מיין ציל פון ברענגען די מעשה, איז נישט געווען צו דיסקוסירן צו מ' מעג יא אדער נישט גיין אין שויער בפרהסיא אין די ניין טעג.
פארשטייסט? אַיאָ?
און מיין ציל איז געווען צו זאגן אז דאס איז א מעשה שלא היה
@תינוק הבורח @דער תהלים איד איך האב איבערגעפרעגט.
די רבי האט געזאגט פאר די מקוה איד אין ראדני, נישט צו פארלעשן די שויערס אין די ניין טעג, ווייל אויב איינער איז געווען אין ביה"כ און דארף זיך אפוואשן, זאל עס נישט ווערן געטוהן אין בור, נאר ער זאל האבן די מעגליכקייט זיך צו אפוואשן ַ
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:35 pm
דורך תינוק הבורח
האט מען נישט אויסגעלערנט אין סאטמאר נישט צו גלייבן מעשיות קעגן שולחן ערוך?
Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:12 pm
דורך פלעשלייט
תינוק הבורח האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 2:35 pm
האט מען נישט אויסגעלערנט אין סאטמאר נישט צו גלייבן מעשיות קעגן שולחן ערוך?
עס איז נישט קעגן די שלחן ערוך, זיך צו וואשן ידיו ורגליו, בצונן, ווען מ' איז שמוציג.
איך האב עס געהערט פון די מקוה איד'ס זוהן.
אבער דו גיב ח"ו נישט אויף, און
האלט ווייטער אז די מעשה איז נישט אמת.

Re: הלכות תשעת הימים
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 12, 2024 2:20 pm
דורך נישט קיין בהלה
געזען א מעשה פון די חזון איש, אז מען האט אים פארציילט אויף א געוויסע גדול וואס האט געלערנט תשעה באב זאגנדיג אז ער קען זיך נישט איינהאלטן. האב די חזון איש געזאגט אז די זעלבע גיהנום וואס מען איז מעניש פאר ביטול תורה וועט מען מעניש זיין אויף לערנען תשעה באב, ודפח"ח.
אבער לגבי לערנען ערב תשעה באב וואס איז נישט מדינא דגמרא ווערט געברענגט אין די ספר החפץ חיים ופעלו אז אין ישיבת ראדין האט מען געהעריג געלערנט, והוא פלא. (אין משנה ברורה זאגט ער אז אויב איינער שפירט אז אן לערנען וועט ער גייין ליידיג, "אין מוחין בידו" אויב ער לערנט ערב תשעה באב).