הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

אין דער עולם הנגינה און ארום
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1230

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ווירקליך »

א קלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:50 pm
בעריש סגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:12 pm דריי אלפים פארן דרשה
רבי הלל יואל האט שוין גערעדט וועגן די נושא פאר יארן אן ווערן באצאלט, פשוט עס האט אים געדריקט די נושא, אזוי ווי ער איז א גוטע בעל דרשן און צולייגט זייער גוט די נושא ריפט מען אים רעדן און יעדע דרשה נעמט לכה”פ 2 שעה, מעג ער בעטן דערפאר.
ווי איך פארשטיי האט ער אויפגעגעבן זיין פרנסה דערפאר.

(פארדינט אפשר א באזונדערע שמועס, אבער ווען ס’קען אביסל פרייזן פאר דרשות ווייסט אז 3 אלפים פאר א אפאר שעה לאנגע דרשה איז קליינגעלט)
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 756
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 716

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך טראפקעלע »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:56 pm
א קלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:50 pm
בעריש סגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:12 pm איך רעד פון די דריי אלפים פארן דרשה. בעיסיקלי ווי די מגידים פון אמאל. ער האט געדארפט פרנסה האט ער זיך אויסגעזוכט עבירות ביי אידן און איז ארומגעגאנגען אין די שטעט מוכיח זיין.
רבי הלל יואל האט שוין גערעדט וועגן די נושא פאר יארן אן ווערן באצאלט, פשוט עס האט אים געדריקט די נושא, אזוי ווי ער איז א גוטע בעל דרשן און צולייגט זייער גוט די נושא ריפט מען אים רעדן און יעדע דרשה נעמט לכה”פ 2 שעה, מעג ער בעטן דערפאר.
ווי איך פארשטיי האט ער אויפגעגעבן זיין פרנסה דערפאר.

(פארדינט אפשר א באזונדערע שמועס, אבער ווען ס’קען אביסל פרייזן פאר דרשות ווייסט אז 3 אלפים פאר א אפאר שעה לאנגע דרשה איז קליינגעלט)
ר' אברהם מרדכי מלאך, בעט אסאך מער, פאר איין שעה.
כ'מיין אז נישט
פרישער באניצער
פאוסטס: 37
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 10:28 am
x 14

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך כ'מיין אז נישט »

ווען איך בין געווען א בחור האט מען אים גערופן אין ישיבה האלטן א דרשה לכבוד ראש חודש אדר, עס האט געדויערט א גוטע 3 - 4 שעה. גראדע געווען פיינע אונטערהאלטונג...
אוועיטער
אויטענטיש
פרישער באניצער
פאוסטס: 23
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 12:09 pm
x 12

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך אויטענטיש »

ווירקליך האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:56 pm
א קלער האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:50 pm
בעריש סגל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:12 pm דריי אלפים פארן דרשה
רבי הלל יואל האט שוין גערעדט וועגן די נושא פאר יארן אן ווערן באצאלט, פשוט עס האט אים געדריקט די נושא, אזוי ווי ער איז א גוטע בעל דרשן און צולייגט זייער גוט די נושא ריפט מען אים רעדן און יעדע דרשה נעמט לכה”פ 2 שעה, מעג ער בעטן דערפאר.
ווי איך פארשטיי האט ער אויפגעגעבן זיין פרנסה דערפאר.

(פארדינט אפשר א באזונדערע שמועס, אבער ווען ס’קען אביסל פרייזן פאר דרשות ווייסט אז 3 אלפים פאר א אפאר שעה לאנגע דרשה איז קליינגעלט)
יאפ.
און דער קען האלטן בחורים אינטערטעינט פאר א פול נאכט.
ישיבות רופן אים אין קעמפס. ער קען האלטן בחורים א גאנצן מוצאי שבת אדער ליל שישי אין די כלים..
ער מוזיקירט, טרייבט שפאס, טרינקט אביסל, די בחורים גייען פיין פאר אים.
3 אלפים איז בכלל נישט קיין סאך פאר א פול נייט אינטערטעינמענט.
ווייסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 7:06 pm
x 1

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ווייסער »

הערענדיג זיינע דרשות און האבענדיג א געשמאק אין מוזיק איז מיר געווען היבש אינטערעסאנט אויבן אויף די געדאנק ווי ער קימט אריין אלץ א קעגנער פון מוזיק אבער גרויסע מוזיק פארשטייער וואס איז מיר אבער שפעטער אינטערעסאנט געווען איז אז ווען איך האב זיך אביסל מער אריין געלייגט דערין האב איך אנגעהויבן זעהן אביסל סתירות און און פון צייט צו צייט אויך נישט ריכטיגע פאקטארן וואס ער שטעלט אראפ לענגאויס זיינע דרשות
אוועיטער
ווירקליך
מנהל המערכת
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יוני 28, 2023 10:08 pm
x 1230

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ווירקליך »

ווייסער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:56 am הערענדיג זיינע דרשות און האבענדיג א געשמאק אין מוזיק איז מיר געווען היבש אינטערעסאנט אויבן אויף די געדאנק ווי ער קימט אריין אלץ א קעגנער פון מוזיק אבער גרויסע מוזיק פארשטייער וואס איז מיר אבער שפעטער אינטערעסאנט געווען איז אז ווען איך האב זיך אביסל מער אריין געלייגט דערין האב איך אנגעהויבן זעהן אביסל סתירות און און פון צייט צו צייט אויך נישט ריכטיגע פאקטארן וואס ער שטעלט אראפ לענגאויס זיינע דרשות
לדוגמא?
היי יו העוו ריטשט מיי וואויסמעיל, טענקס.
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 250

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך גראדער מעכל »

ווייסער האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 1:56 am הערענדיג זיינע דרשות און האבענדיג א געשמאק אין מוזיק איז מיר געווען היבש אינטערעסאנט אויבן אויף די געדאנק ווי ער קימט אריין אלץ א קעגנער פון מוזיק אבער גרויסע מוזיק פארשטייער וואס איז מיר אבער שפעטער אינטערעסאנט געווען איז אז ווען איך האב זיך אביסל מער אריין געלייגט דערין האב איך אנגעהויבן זעהן אביסל סתירות און און פון צייט צו צייט אויך נישט ריכטיגע פאקטארן וואס ער שטעלט אראפ לענגאויס זיינע דרשות
ס'קען זיין סתירות, ס'מאכט נישט אויס, ער איז דאך א בשר ודם, דער עיקר איז דער פוינט וואס ער מאכט און דאס איז דאך ריכטיג!
אוועיטער
בעריש סגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 67
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 3:43 pm
x 63

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך בעריש סגל »

@גראדער מעכל

מאן יימר אז דער עיקר פוינט איז יא אמת?
אוועיטער
אסמכתא בעלמא
מנהל המערכת
פאוסטס: 839
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 29, 2023 4:35 pm
x 1387

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך אסמכתא בעלמא »

פרעגט די גמרא 'מאן'? ענטפערט די גמרא 'אסמכתא', ועוד תנאים סברו כמותו.
גראדער מעכל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 160
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:07 am
x 250

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך גראדער מעכל »

בעריש סגל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:33 pm @גראדער מעכל

מאן יימר אז דער עיקר פוינט איז יא אמת?
כ'האב עס שוין געהערט פון אנדערע יארן צוריק
אסמכתא האקט
ווייסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 7:06 pm
x 1

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ווייסער »

די אמת איז אז אויף די אום פארדינטע "היינטיגע מוזיק " טיטל איז גאר פאסיג צו ניצן ר הלל יואלס ליין "דעס איז נישט קיין ניגון דאס א דראם" אבער דאס איז נאר געזאגט געווארן ביי די היינטיגע אבער אזויווי ביי אלע נסיונות ביז היינט ווי עבודה זרה אדער חילול שבת זענען געווען די וואס האבן זיך געשטארקט איבער די נסיונות און זיי האבן זיך ארויס געדרייט פון צו טראגן די טיטל עובד עבודה זרה איז אויך איז דא אין אינזער דור (נישט אז איך וויל עס צו גלייכען) וואס האבן זיך ארויס געדרייט פון צו באקימען די טיטל היינטיגע נגינה און דאס איז וואס איז מיר אינטערעסאנט פארוואס ווען ער קימט ארויס קעגן א זאך וואס איז ריכטיג צו רייסן דארף ער אויף איין וועגס שוין מיט נעמען אין זיין הייליגע קאמף די הערליכע נגינה וואס האט יא די ריינע כח צו רירן סטרינעס
ריכטיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 17

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ריכטיג »

ווייסער האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 02, 2023 7:59 pm די אמת איז אז אויף די אום פארדינטע "היינטיגע מוזיק " טיטל איז גאר פאסיג צו ניצן ר הלל יואלס ליין "דעס איז נישט קיין ניגון דאס א דראם" אבער דאס איז נאר געזאגט געווארן ביי די היינטיגע אבער אזויווי ביי אלע נסיונות ביז היינט ווי עבודה זרה אדער חילול שבת זענען געווען די וואס האבן זיך געשטארקט איבער די נסיונות און זיי האבן זיך ארויס געדרייט פון צו טראגן די טיטל עובד עבודה זרה איז אויך איז דא אין אינזער דור (נישט אז איך וויל עס צו גלייכען) וואס האבן זיך ארויס געדרייט פון צו באקימען די טיטל היינטיגע נגינה און דאס איז וואס איז מיר אינטערעסאנט פארוואס ווען ער קימט ארויס קעגן א זאך וואס איז ריכטיג צו רייסן דארף ער אויף איין וועגס שוין מיט נעמען אין זיין הייליגע קאמף די הערליכע נגינה וואס האט יא די ריינע כח צו רירן סטרינעס
ער נעמט עס נישט מיט.
די זאך איז, אז ווען ער רעדט א דרשה ברבים, און ער ווייסט אז עס גייט ווער אפגעכאפט, קען ער בשו"א נישט ניצן קיין נעמען אדער פאקטישע ניגונים אלס משלים.
ער איז נישטא צו פארשעמען קיינעם, און זיכער נישט צו שאדן מאכן יודן'ס פרנסה.

איך האב געהערט פון איהם א דרשה א שיינע פאר יאר צוריק אין א קעמפ, ווי ער האט עטליכע מאל דורכאויס די דרשה געבעטן און געווארנט אז מ'זאל עס נישט אפכאפן (און מ'האט איהם נישט געפאלגט, אן עוולה נוראה!), דארט האט ער יא געניצט עטליכע משלים, אויך נאר בזעיר אנפין אבער כאטש עפעס.

ווען ער ניצט משלים פון היינטיגע מלחינים, זינגערס, און ניגונים, קען ער גרינג פינאנדערשיידן צווישן איין היינטיגע ניגון אין א צווייטע.
ער רעדט דארט פון ר' משה גאלדמאן, פון ר' בנציון שענקער (און פון נאך עטליכע וואס להבחל"ח זענען נאך צווישן אונז).

ביי די גרויסע דרשות מטעם דעם ארגענעזאציע, וואס עס ווערט לכתחילה אפגעכאפט, ניצט ער נישט קיין איין היינטיגע פאקטישע ניגון פאר א משל (ער רעדט פונעם מהות פונעם ניגון 'לאמיר מאכן קידוש, דאס איז די איינציגסטע פאקטישע היינטיגע זאך וואס ער כאפט אן).
ער ניצט אזעלכע תנועות אויפן סטייל וואס מ'ניצט אסאך ביי היינטיגע ניגונים, און ער מאכט נאך די דראם'ס און די רידהעם'ס פון די היינטיגע ניגונים.

ער זאגט אפי' ביי איינע פון די דרשות אז א היינטיגע ניגון מיינט נישט אז מ'האט עס געמאכט היינט, און א פארצייטישע ניגון מיינט נישט אז מ'האט עס געמאכט פאר 150 יאר צוריק.
עס איז א מהות פון א ניגון.

אגב, אויב איינער האט די דרשה וואס ער האט געהאלטן אין דעם דושינסקיא ישיבה, אדער אין די וויזניץ'ע ישיבה, זאל ער ביטע מיטטיילן.
יישר כח!
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
ריכטיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 17

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ריכטיג »

בעריש סגל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:33 pm @גראדער מעכל

מאן יימר אז דער עיקר פוינט איז יא אמת?
זיין עיקר פוינט איז מער ווייניגער, אז נגינה האט 3 מינים.
1 גוטע ניגונים וואס ברענגען צו צו גוטע געפילן פון שמחה דביקות געגועים תקווה און תשובה.
2 פשוטע ליפטיגע ניגונים וואס ברענגען גארנישט צום טיש, א חוץ אז מ'קען זיך אביסל אויפשאקלען דעם קערפער דעראויף.
3 שלעכטע ניגונים וואס ברענגן צו צו שלעכטע געפילן פון הוללות עצבות יאוש נבלה און השחתה.
אויך האט ער א שטארקע מערכה וועגן די היינטיגע וועג פון וויאזוי די דראם'ס און די רידהעם'ס לויפן, גענומען פון די שפל שבשפלים'דיגע בריאות, און עס איז געמאכט פאר די גרעסטע טומאה וזוהמה, און מאכט פשוט צולאזט דאס מענטשהייט, און ברענגט צו פריקת עול.

אין א זייטיגע נקודה רעדט ער וועגן דעם גאר שנעלן טעמפאו אויף וואס מען טאנצט היינט, און לכ' דעם קען מען נישט עכט אריינקומען אין שפירן א טעם אינעם ניגון ובמילא טוישט מען ניגונים נאך איינס אהאלב מאל עס זינגען, און עס ברענגט נישט די ריכטיגע תוצאה פון שמחה וריקוד.
אזוי אויך קען מען נישט צו לאנג טאנצן צוליב וואס מ'ווערט אויסגעשוויצט פון לויפן.
משא"כ ווען מ'טאנצט אויף א שטייטערע טעמפאו (138 - 145) קען מען געהעריג אויסזינגען דעם ניגון, אריינקומען דעראין, שפירן די געשמאק דערפון, און מ'קען זינגען א ניגון פאר 15 מינוט ביז א האלבע שעה, און יעדעס מאל מ'זינגט איבער דעם ניגון באקומט מען א נייערע פרישע טעם דעראין, און מ'ווערט נישט אפגעמיטשעט פון טאנצן.

אויף וועלכע פון די נקודות זענט איר מחולק?
(עס איז בעסער איר זאלט הערן דעם דרשה איידערן מחולק זיין, ווייל איך ברענג דא בלויז א קיצור ממש, בזמן וואס ער איז מסבר די זאכן בטוב טעם ודעת)
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
ווייסער
ניי צום טיש
פאוסטס: 6
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 26, 2023 7:06 pm
x 1

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ווייסער »

א ישר כח פאר די הסבר איך האב באמת הנאה געהאט פון זיינע דרשות אז עס איז פשוט געווען א שאד עס זאל נישט שטימען
ריכטיג
פרישער באניצער
פאוסטס: 85
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:54 pm
x 17

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך ריכטיג »

ריכטיג האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 4:15 pm
בעריש סגל האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 01, 2023 5:33 pm @גראדער מעכל

מאן יימר אז דער עיקר פוינט איז יא אמת?
זיין עיקר פוינט איז מער ווייניגער, אז נגינה האט 3 מינים.
1 גוטע ניגונים וואס ברענגען צו צו גוטע געפילן פון שמחה דביקות געגועים תקווה און תשובה.
2 פשוטע ליפטיגע ניגונים וואס ברענגען גארנישט צום טיש, א חוץ אז מ'קען זיך אביסל אויפשאקלען דעם קערפער דעראויף.
3 שלעכטע ניגונים וואס ברענגן צו צו שלעכטע געפילן פון הוללות עצבות יאוש נבלה און השחתה.
אויך האט ער א שטארקע מערכה וועגן די היינטיגע וועג פון וויאזוי די דראם'ס און די רידהעם'ס לויפן, גענומען פון די שפל שבשפלים'דיגע בריאות, און עס איז געמאכט פאר די גרעסטע טומאה וזוהמה, און מאכט פשוט צולאזט דאס מענטשהייט, און ברענגט צו פריקת עול.

אין א זייטיגע נקודה רעדט ער וועגן דעם גאר שנעלן טעמפאו אויף וואס מען טאנצט היינט, און לכ' דעם קען מען נישט עכט אריינקומען אין שפירן א טעם אינעם ניגון ובמילא טוישט מען ניגונים נאך איינס אהאלב מאל עס זינגען, און עס ברענגט נישט די ריכטיגע תוצאה פון שמחה וריקוד.
אזוי אויך קען מען נישט צו לאנג טאנצן צוליב וואס מ'ווערט אויסגעשוויצט פון לויפן.
משא"כ ווען מ'טאנצט אויף א שטייטערע טעמפאו (138 - 145) קען מען געהעריג אויסזינגען דעם ניגון, אריינקומען דעראין, שפירן די געשמאק דערפון, און מ'קען זינגען א ניגון פאר 15 מינוט ביז א האלבע שעה, און יעדעס מאל מ'זינגט איבער דעם ניגון באקומט מען א נייערע פרישע טעם דעראין, און מ'ווערט נישט אפגעמיטשעט פון טאנצן.

אויף וועלכע פון די נקודות זענט איר מחולק?
(עס איז בעסער איר זאלט הערן דעם דרשה איידערן מחולק זיין, ווייל איך ברענג דא בלויז א קיצור ממש, בזמן וואס ער איז מסבר די זאכן בטוב טעם ודעת)
חלק מהעיקר שכחתי לכתוב...
אז א ניגון רעדט גראד צום הארץ.
און יעדע גוטע ניגון וואס דער ניגון דריקט אויס געפילן פון שמחה אדער תשובה וכדו', לייגט אריין אזעלכע גוטע געפילן אין הארץ.
וחילופיהן בגולם.
ובמילא, דאס וואס מ'זעהט בימינו אלה, אז מענטשן וואס בעצם פעלט זיי נישט קיין ידועות אין עניני יהדות, זיי ווייסן וואס עס איז ריכטיג און וואס עס איז נישט ריכטיג צו טון, אבער עכ"ז זאגט ער איי דאונט קעיר, לאמיך מאכן א לעבן.
דאס נעמט זיך ווייל אפילו דער קאפ ווערט טאקע אנגעפילט מיט גוטע ידועות און ער ווייסט וואס ס'איז ריכטיג, ווערט אבער דער הארץ אנגעפילט מיט אנדערע ידועות און געפילן.
געפילן פון פריקת עול און אני בשרירות לבי אלך רח"ל.

במילא איז א ריזיגע חלק פונעם גורם צום קאלטקייט וואס הערשט היינט, די חורבן וואס הערשט אין די הייניגע נגינה.

ובדרך אגב, האט ער בערך אזא האלבע שעה ביז 45 מינוט אינמיטן דעם דרשה וואס ער צולייגט וויאזוי מ'קען באמת שפירן א טעם אין א גוטן ניגון, און ער איז אויך מסבר בקיצור נמרץ די חילוקים פון מיינער און מעדשער, און ער גייט אויך איבער די חילוקי נוסחאות ביים דאווענען.
רייכסטאג איז נישט ריכטיג!
יהושע
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:50 pm
x 53

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך יהושע »

אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3805
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 4902

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך שמח »

יהושע האט געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2024 2:43 pm
עקסעס.
---------------------------------------------------------------------------------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס אויף אימעיל דריקט דא
----------------------------------------------------------
יהושע
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:50 pm
x 53

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך יהושע »

סי איז ר’ יואל ?

https://www.dropbox.com/scl/fi/h50xvquk ... 2r6p3&dl=0
א ניגון פון ר’ יואל
יהושע
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:50 pm
x 53

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך יהושע »

יהושע
פרישער באניצער
פאוסטס: 58
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג פעברואר 01, 2024 5:50 pm
x 53

Re: הרה"ג ר' הלל יואל קעפעטש שליט"א איבער היינטיגע עולם הנגינה

פאוסט דורך יהושע »

https://www.dropbox.com/scl/fi/6eps2w06 ... u7x22&dl=0
גזינגען דורך דבעל מחבר ר’ יואל
שרייב פאוסט